בלאט 2 פון 4

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 07, 2016 7:10 pm
דורך moshav zekeinim
קאמענטירער, דו קענסט אפשר מסביר זיין וואס דו ווילסט? זייט ווען איז קוש מיך אן ענטפער? און עס מאכט נאך סענס אויכעט...

טאמער דו ווילסט נישט רעדן צו דער זאך מוזטו ,בכלל נישט שרייבן, עכ"פ אין מיין אשכול.

Re: כשרונות פראיעקט אויף קול מבשר

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 07, 2016 7:36 pm
דורך א איד
וואס מיינט דיין אשכול?
וויפיל קאסט א אשכול?
וויאזוי איז מען קונה שביתה אויף אן אשכול?

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 07, 2016 7:57 pm
דורך moshav zekeinim
חכם איינער, ווען איך בין קונה שביתה, וואלטן די אלע טראלס און נאן סענס נישט געהאט קיין מקום דא. אין הכי נמי, ווילאנג די מנהלים לאזן דיר, קענסטו פירקלען וויפיל דו ווילסט. אז דו ווילסט זיין א חיה און פארדרייען און פירקלען אן אשכול וואס עמיצער האט געעפנט, קען איך טאקע גארנישט טון, אויסער זיך מעלדן צו די מנהל אדער צוריק דערלאנגען מיט שפיזיגע נאן סענס.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 07, 2016 8:04 pm
דורך קאצקע ציקער
moshav zekeinim האט געשריבן:אויסער זיך מעלדן צו די מנהל אדער צוריק דערלאנגען מיט שפיזיגע נאן סענס.

כאטשיג ביסטו מודה אז דיינע ווערטער זענען נאן סענס

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 07, 2016 9:11 pm
דורך [NAMELESS]
נישט געגלייבט אז דא וועט אויך ווערן א אישו די כשרונות...

למעשה שוין איך שטארק מושב זקנים אזא נרדף צו זיין. פון ווי האט נפתלי משה געוויסט אז עם דארף מען רודף'ן??

אלס א שטארקע צוהערר אויף קולמע דוכט זיך אז זיי האבן יא געזאגט ביפאר אז מען גייט קלייבן ניגונים. און דאס איז זעלבסט פארשטענדליך, נישט יעדעם וואס פאלט איין א קוועטש און א קנייטש ווערט א ניגון, נאך א סיבה קען זיין א סטייל ניגון וואס איז נישט אין איינקלאנג מיט די קולמע צוהערר און עס ווערט פאררעכנט אלס א בומישע סארט ניגון איז אויך פארשטענדלעך אז עס קען נישט ארויפגיין.

און ווען האט נפתלי משה געזאגט אז ער הערט אויס ניגונים בחנם? בסך הכל יעצט אויף א כלליות'דיגע פארנעם מיט א צוזאמארבייט מיט מושי קרויס איז ער גרייט צו גיבן א סערוויס אז די לאו סעלף עיסטיעם באהאלטענע טאלאנטן זאלן ארויסקומען. אבער סתם אזוי פארוואס? ער איז דא פאר ביזנעס און ער נעמט געלד אויסצוהערן א ניגון.

שוין אז מען רעדט שוין וואס זאגט די עולם דא צו די פעמאס נומבער 3 ניגון??? #בסוכותתשבו

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 07, 2016 9:39 pm
דורך שמעקעדיג
moshav zekeinim האט געשריבן:מסתם פארמאגסטו אן אנדערער מיינד סעט ווי מיר. איך פארטראג נישט ווען מען פארענטפערט היפאקריפסיע. איז דען וויכטיג פאר אזא פראגראם אנצוהייבן מיט ליגנט, און מיט בזיון הבריות.
טאמער פארשטייסטו נישט דעם קאנסעפט פון כבוד הבריות בעט איך דיר ברחמים, ענטפער מיר ניטאמאל
.

:o :(

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 07, 2016 9:54 pm
דורך moshav zekeinim
קען זיין אז איך האב מיר טועה געווען. קען טאקע זיין אז זיי האבן געמיינט צו זאגן אז יעדער וועט האבן א געלעגנהייט אז זיין ניגון זאל אויסגעהערט ווערן דורך די וואס זיצן איבערן מוזיק פרדוקציע שיסל און לאו דוקא די קול מבשר צוהערער.

וועגן בסוכות תשבו. איך האלט אז עס איז א דורך ברוך פון א ניגון. עס איז טאקע דער ציל ברעט פון ליצנות, אבער דאס איז דער חסל סידור פסח/כי לה'/ טוב לי וכו' פון סוכות. סוכות האט נאך נישט געהאט א לייכטער זינגבארער ניגון, און יעצט איז דא. וואס די וערטער ברענגען ארויס? אז עס איז סוכות אויף דער וועלט! איך שמעק די סוכות ברעטער, איך זעה מיך דאס זינגען מיט די קינדער.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 07, 2016 10:16 pm
דורך ביבער
ווי קען מען הערן דעם בסוכות תשבו?

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 07, 2016 10:58 pm
דורך moshav zekeinim
אויף קול מבשר קנעפל 4

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 07, 2016 11:55 pm
דורך רויטע וואנצעס
דער כאיל תערג ניגון קען איך גאר גוט פון ערגעץ. מקור?

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2016 12:01 am
דורך ביבער
בסוכות תשבו איז א געמישעכץ פון עטליכע ניגונים,כאב נישט געקענט איידענטיפייען קיין שום חידוש. אנדערע האב איך נאך נישט געהערט.

בד"וו, סקוקט מיר אויס אז ווידער האט א פארשטאפטע נאז, אמאל האט עס געהייסן אז ער קען נישט פארקילט ווערן.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2016 12:21 am
דורך [NAMELESS]
רויטע וואנצעס האט געשריבן:דער כאיל תערג ניגון קען איך גאר גוט פון ערגעץ. מקור?

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 2#p1348192

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2016 1:10 am
דורך קאצקע ציקער
איין זאך איז זייער אינטערסאנט פון 500 ניגונים האט נאר דאס געקענט ארויסקלויבן? אזאלכע בארדינג ניגונים... מאכט נישט קיין סענס ער האט געהאט 500 ניגונים , אויב יא , מיינט עס אז ער האט געהאט גאר א שווערע דזאב פון קלויבן

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2016 1:52 am
דורך moshav zekeinim
וויפיל ניגונים אויף אלבום האבן עכטע חידושים אין תנועות אדער טענער? און אז יא, האט עס דאך נישט קיין טעם.

ביי מיר האבן אלע לעצטיגע טעיפס די זעלבע פלעיווער, נישט משנה וואס דער ניגון איז. א חידוש וואס איך און רוב עולם וויל איז "פרישקייט" - התחדשות, א חוט של חסד אדער פייערל.

התקבצו פון גרין איז בערך מונה'ס פאפולערער אינטראו אויף אם יהיה נדחך פון מב"ד. דער פרישקייט און ווערטער צופאס גיבט עס דעם חידוש'דיגן דערהער.
פינקי וועבערס כמעט אלע ניגונים זענען ארום געשפילט מיט זיינע זעלבע פאר מיינער תנועות, די פרישקייט איז דאס וואס מאכט עס.

נודה לשמך, לך אכול, וכהנה, די פרישקייט איז דער חידוש. דער אינטראו פון כי תעבור איז אויך נאר די פרישקייט און נישט די תנועה.

און אז א ניגון איז שוין יא א חידוש אזויווי אורות, איז עס נאר אויפגעכאפט פאר די זעלבע סיבה פארוואס אלע אנדערע זאכן פון מאיר אדלער זענען אויפגעכאפט, נעמליך זיין פרישקייט.

דוק ותשכח

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2016 2:07 am
דורך moshav zekeinim
אפילו מיין אזוי באליבטער ניגון מאי דהוי הוה פון משולם גרינברגר (טויסיג) וואס קוקט אויס נישט אויסגעניצטע תנועות, איז אויכעט געבויט אויף די ליניע פון ויבטחו בך פון בן ציון שענקר.

מונה מיט זיין פרישקייט וועט א כמעט פערטיגער פאל פון משה גאלדמאן (הן אתה תקותי) מאכן פילן ווי ניי ביים אינטראו אויפן אליך נשאתי פון מנחם אלבום.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2016 12:46 pm
דורך געוואלדיג
איינע פון די תקנות פון ק״ש איז אז א פותח האשכול האט געוויסע רעכטן אויף זיין אשכול.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2016 2:05 pm
דורך טאמבל סאס
אזויפיל בעלי כשרון בליעה"ר אבער ס'באצאלט נישט ליידער ביי אונז פשוט ווייל ס'איז נישטא ווער; ס'איז נישטא די געלט. אבער די פאר וואס ווייסן ווי אזוי צו עקספלויטן זיי דיע קענען זיכער לייזן א פעטן דאלאר.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2016 2:31 pm
דורך כלבאשבוע
כגיי ניסלעך פאר בסוכות תשבו!

אזא פשוטע ניגון, ממש אריגינעל, ווער דארף פענסי פיטשעווקעס?

געגאנגען, שנעל, כאפ א קיעבאורד, קאנעקט די ווייער און לאמיר זינגען פארן אויבערשטן מיט פרייליכע הערצער......

ח-י-י-ב א-ד-ם ל-ב-ס-ו-מ-י ------- כללישראל יונייטעד, התעוררות מתוך שמחה......

#בסוכותתשבו

:lol:

Re: כשרונות פראיעקט אויף קול מבשר

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2016 2:43 pm
דורך א איד
moshav zekeinim האט געשריבן:אבער דאס איז דער חסל סידור פסח/כי לה'/ טוב לי וכו' פון סוכות. סוכות האט נאך נישט געהאט א לייכטער זינגבארער ניגון, און יעצט איז דא. וואס די וערטער ברענגען ארויס? אז עס איז סוכות אויף דער וועלט! איך שמעק די סוכות ברעטער, איך זעה מיך דאס זינגען מיט די קינדער.


ושמחת בחגך איז דען נישט אזא לייכטער זינגבארע ניגון.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2016 4:13 pm
דורך איך אויך
טאמבל סאס האט געשריבן:אזויפיל בעלי כשרון בליעה"ר אבער ס'באצאלט נישט ליידער ביי אונז פשוט ווייל ס'איז נישטא ווער; ס'איז נישטא די געלט. אבער די פאר וואס ווייסן ווי אזוי צו עקספלויטן זיי דיע קענען זיכער לייזן א פעטן דאלאר.

אז מרעדט שוין, מענטשן מיינען אז פון פארקויפן א ניגון פאר די גרויסע מאכט מען שיין געלט אבער באמת באצאלן זיי פינאטס.

ווי איר קענט זיך אליינס איבערצייגן באווארפט מען זיי מיט ניגונים מארבע כנפות הארץ. יעדע דריטע איד האלט זיך פאר א בעל מנגן (וואס כשלעצמו איז עס א גיטע זאך, קיינער וויל נישט צוריק גיין צו די צייטן וואס נאר אפאר 'סטארס' האבען געמעגט זינגן און אויב א פשוטער איד האט גענומען דאס מייק האט מען געמיינט עס איז א מחלת נפש און האלב פון זאל וואלט זיך שוין מיט עם נישט משדך געווען) און זיי קענען זיך פיקן ווי לאנג זיי ווילן.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2016 8:44 pm
דורך moshav zekeinim
די באקאנטע קאמפאזערס ווערן שיין באצאלט. משה לאופער, יוסי גרין, פינקי הייבן נישט אן אונטער טויזנט דאלער. זייערע ניגונים זענען האט אייטעם'ס.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2016 9:48 pm
דורך לך לך
כגלייך זייער די לא לנו #7 און געגעבן מיין וואוט פאר עס
ס'האט געשמאקע טענער

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2016 10:09 pm
דורך moshav zekeinim
איך האב געוואוט פאר ולרשלים.