בלאט 1 פון 1

האט טראמפ געבארגט זיין עראפלאן צו פירן א קראנק אידיש קינד?

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 17, 2016 9:53 pm
דורך העניך
דאנאלד טראמפ'ס פאפולאריטעט ביים היימישן עולם איז א פליאה עצומה, בפרט אז דער מענטש איז מלא כרימון מיט מידות רעות ומושחתות. דער עולם כאפט זיך אבער צו צו א מעשה'לע אז טראמפ האט אמאל אנגעבליך פארבארגט זיין עראפלאן פאר א אידיש קינד וועלכער איז געווען גאר קראנק, אז מ'זאל אים קענען פירן פון לאס אנדזשעלעס צו ניו-יארק פאר מעדיצינישער באהאנדלונג.

די מעשה ווערט גענוצט צו געבן א "אפשאצונג" אויף טראמפ כאילו ער האט בעצם יא א גוטע זייט, און אלע באשרייבונגען פון דער געשיכטע האבן צוגעלייגט אז טראמפ האט זיך אפילו קיינמאל נישט געגרויסט מיט זיין מעשה חסד.

סנאופס.קאם, די וועבסייט וואס קוקט נאך שמועות און באשטעטיגט אויב זיי זענען אמת, פסק'נט אז די מעשה איז אמת. ס'איז אמת אז טראמפ האט פארבארגט זיין עראפלאן אז מ'זאל קענען פירן דעם קינד אברהם משה טען ע"ה קיין ניו-יארק אין 1988.

די געשיכטע באשריבן בזמנה:
Image1839367985.jpg



אבער ס'איז נישט אמת אז טראמפ האט זיך נישט געגרויסט דערמיט. אזויפיל ווי 12 יאר שפעטער האט טראמפ נאך געשריבן וועגן די געשיכטע, אין זיין בוך The America We Deserve. "כאטש איך האב קיינמאל פריער נישט געהערט וועגן דער פאמיליע," האט טראמפ געשריבן, "איז מיין הארץ גלייך אויסגעגאנגען פאר זיי. ווען די צייט איז געקומען, איז מיין באאינג געווען גרייט, מיט דריי נוירסעס דערויף."

אין זיין פרעזידענט קאמפיין וואלט טראמפ גאנץ זיכער געוואלט אז מ'זאל רעדן פון זיין זעלטענעם חסד - כאטש ס'איז שוין דורך 28 יאר - אבער ער האט נישט געקענט רעדן פון דער געשיכטע, און האט ליבערשט געקענט באשטיין אז ס'זאל באגראבן ווערן. דאס איז ווייל דאס קינד'ס טאטע הרב טען, איז עטליכע יאר צוריק געווארן אנגעקלאגט אויף א שווינדל וואס ערמעגליכט משפחה-מיטגלידער צו פראפיטירן פון דעם טויט פון שטערבליך-קראנקע פאציענטן.