איך ווייס נישט וועגן זיין שטוב, אין איד האב איך געליינט אז אין אלע היימישע שטובער פלעגט מען ליינען דעם טיימס ביז בנימין הערש'ן
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
אבטולמוס האט געשריבן:אן געבן לעגיטימאציע פאר דיין שנאה-אנגעפיקעוועטע מערכה, האלט איך אז דיין אנאליז איז גערעכט. דער עולם איז שטארק דיסאילוזשענט פון דעם "סיסטעם", און ס'איז געווארן נארמאל צו רעדן "אויפגעקלערט" צווישן חברים.
ס'איז געווארן א חלק פונעם סיסטעם צי זיין קעגען דו סיסטעם.
אויב איז דא אסאך קאראפטירטע מנהיגים און קנאקערס ווערט נאך נישט דער דרך החיים פין האלב מיליאן יחידים אנגעפרעגט.
חריידיזים באשטייט פין יסודות וואס דער אלגעמיינער כלל איז מסכים. למשל, דער דקדוק אויף מסורה, וואס גייט אפילו אויף זאכן וואס האבן נישט מיט הלכה, און צומאל אפילו קעגן די הלכה.
אוודאי וועלען קאראפט מענטשן וועלען אז דער חרדי זאל מיינען אז א חלק פין זיין אמונה מיינט צאלן הונדרעטער דאלאר א חודש פאר תהלים כולל. אדער געבן א קוויטל מיט א פדיון ווען ער קויפט א נייער קאר. אבער ס'מיינט נישט אז מיט האקן אויף די נארישקייטן וואס לויזע מענטשן ווארפען ארויף אויף אנדערע מיט הצלחה אז מען ברענגט עפעס אונטער.
די מנהיגים בלייבן, די תהלים כולל בלייבן, און די שטותים קומען בלויז אין א נייער פארמאט. און עס וואקסט אונטער א נייער דור וואס איז שוין אומיאן צו קאווע שטיבל.
חיים ווייצמאן האט נישט ארויפגעצווינגן אויף קיינעם קיין ציוניזם. א דרך החיים פון א האלב מיליאן "וואס ווילן מכח זייער אייגענע בחירה זיך אזוי פירן" ביסטו גערעכט
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves