בלאט 2 פון 2

Re: הייבט די אנטי חרדי מלחמה אן צו שלאגן ווארצלען?

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 20, 2016 8:37 am
דורך אביסל צימישט
בילד
קען זיין אז דעי רבי האט אויך געזען אז מאיז שוין נישט אזוי אין חסידות

Re: הייבט די אנטי חרדי מלחמה אן צו שלאגן ווארצלען?

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 20, 2016 9:09 am
דורך דעת תורה
איך ווייס נישט וועגן זיין שטוב, אין איד האב איך געליינט אז אין אלע היימישע שטובער פלעגט מען ליינען דעם טיימס ביז בנימין הערש'ן

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 20, 2016 9:30 am
דורך נולד מאוחר
אבטולמוס האט געשריבן:אן געבן לעגיטימאציע פאר דיין שנאה-אנגעפיקעוועטע מערכה, האלט איך אז דיין אנאליז איז גערעכט. דער עולם איז שטארק דיסאילוזשענט פון דעם "סיסטעם", און ס'איז געווארן נארמאל צו רעדן "אויפגעקלערט" צווישן חברים.

ס'איז געווארן א חלק פונעם סיסטעם צי זיין קעגען דו סיסטעם.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 20, 2016 12:39 pm
דורך מאטי
אישתישבי האט געשריבן:א מלחמה קעגן חריידיזים איז אזויווי א מלחמה קעגען שווארציזים, קעגען ציוניזם, קעגען וואסערע איזים עס זאל נאר זיין.

אויב איז דא אסאך קאראפטירטע מנהיגים און קנאקערס ווערט נאך נישט דער דרך החיים פין האלב מיליאן יחידים אנגעפרעגט.

חריידיזים באשטייט פין יסודות וואס דער אלגעמיינער כלל איז מסכים. למשל, דער דקדוק אויף מסורה, וואס גייט אפילו אויף זאכן וואס האבן נישט מיט הלכה, און צומאל אפילו קעגן די הלכה.

אוודאי וועלען קאראפט מענטשן וועלען אז דער חרדי זאל מיינען אז א חלק פין זיין אמונה מיינט צאלן הונדרעטער דאלאר א חודש פאר תהלים כולל. אדער געבן א קוויטל מיט א פדיון ווען ער קויפט א נייער קאר. אבער ס'מיינט נישט אז מיט האקן אויף די נארישקייטן וואס לויזע מענטשן ווארפען ארויף אויף אנדערע מיט הצלחה אז מען ברענגט עפעס אונטער.

די מנהיגים בלייבן, די תהלים כולל בלייבן, און די שטותים קומען בלויז אין א נייער פארמאט. און עס וואקסט אונטער א נייער דור וואס איז שוין אומיאן צו קאווע שטיבל.


חיים ווייצמאן האט נישט ארויפגעצווינגן אויף קיינעם קיין ציוניזם. א דרך החיים פון א האלב מיליאן "וואס ווילן מכח זייער אייגענע בחירה זיך אזוי פירן" ביסטו גערעכט