אדנירם האט געשריבן:דער בודאפעסטער איז אפשר אן אונגארישער, אבער דו ביזט א נאמענארעץ.
זיין אן אפיקורס איז נישט קיין קלענערע זינד ווי זיין א קריסט, לויט די תורה. אויב עפעס, איז עס פארקערט.
נו לאמיר טאקע הערן פון א גרויסען ׳תלמוד חכם׳, ווי איז די מקור מן התורה אז א מענטש דארף נאכקוקן זיין פאמילע ווי פרום זיי זענען און אויב נישט דארף ער אפהאקן מיט זיי?.
די שאלה איז לכאורה וואס די ריכטיגע דעפיניצע פון אט״ד, אסאך אטד׳ס האלטן גארנישט אבער זיי זאגן נישט אז זיי זענען כופרים, זיי רעדן פשוט נישט פון דעם, דאס מיינט זיי זענען ׳סעקיולאר׳.
בדרך אפשר קען מען זאגן, אין די תורה און אין חז״ל זעט מען אז סאיז געוועהן געוויסע צייטן וואס תורה און מצות איז פארגעסן געווארן דאס מיינט אז די אידן האבן נישט געהאלטן קיין תורה ומצות (איין מקור איז אין די גמרא ״אמר ריש לקיש: בתחילה כשנשתכחה תורה מישראל עלה עזרא מבבל ויסדה״) און ס׳שטייט נישט דארט אז מ׳האט זיי געהארגט אדער זיי זענען חיוב מיתה, פארשטייט זיך דעס איז טאקע נישט קיין פארגלייך ווייל דארט האבן זיי פארגעסן די תורה בשוגג דורך שווערע אומשטענדן, און לויט רשי האבן זיי נישט ממש פארגעסן די תורה און מצות נאר געוויסע חלקים, אבער למעשה מ׳טאר נישט גלייך שפרינגען ווען מ׳זעט א אטד און זאגן אז ער איז א כופר, יעדער אינדיווידיאלער אט״ד איז אנדערש לויט מיין עקספירענס, כ׳גלייב נישט אז סאיז דא א מקור אין די תורה אז מ׳דארף הארגענען איינער וואס האלט נישט, אדרבה לאז דיך הערן אויסער אריינשפאצירן איין מאל א חודש און קריטיקירן מיינע אמערעאצעס.
גיי צוריק צו מיין פריערדיגע תגובה אט דאס האב געשריבן;יעצט זעה איך אז דו ביסט טאקע א אונגארישער און דו כאפסט טאקע נישט!
זיך שמדן און ווערן קריסט איז בגדר עובדי עו״ז וואס איז זייער זייער הארב מן התורה, בכלל נישט קיין פארגלייך מיט סעקיולאריזים אדער אט״ד׳ס.
אטד״ס אלץ א כלל מיינט נישט כופרים ס׳מיינט איינער וואס איז אראפ פון סיסטעם/דרך, סאיז דא גענוג און נאך גלייביגע צווישן זיי, און אסאך גלייבן למחצה ולשליש, האב איך געטעהנט אז איינער וואס האלט נישט איין די תורה איז נישט די זעלבע בחינה ווי איינער וואס שמדט זיך, ווייל די אמעראצים דא האבן שיעור נישט געוואלט צוגלייכן דינען עובדי זרה צו אטד״ס.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius