בלאט 2 פון 2

נשלח: זונטאג יאנואר 01, 2017 10:03 am
דורך שושן פורים
moshav zekeinim האט געשריבן:פארוואס זאל איך לייגן די האס איז א זייט?

ווילסט זיין גערעכט אדער קלוג?

נשלח: זונטאג יאנואר 01, 2017 10:11 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ס'מאכט זיך אמאל אז א טאטע אדער מאמע האט משונה'דיגע פראבלעמען. זיי רעגן זיך, שלאגן די קינדער מיט ווילדקייט, זיי שרייען אויף יעדע זאך וואס געפעלט זיי נישט, האלטן נישט ביים זיך איינהאלטן אפילו לתועלת עצמם. זיי ווילן נישט הערן אז אפשר וועלן זיי דערגרייכן זייער ציל דורך אן אנדערע וועג, זיי ווילען נישט טרעפן קיין מהלך אויסצוגראדן זייער לעבן. יעדער איינער וואס וויל זיי העלפן ווערט פארשריגן אלס דער טייוול אליינס, יעדער וואס האט א מיינונג אין זיין פריוואטע לעבן וואס וואלט נישט געשטימט מיט יענעמ'ס איז שוין א וועלטס סכנה וואס מ'דארף עוקר זיין מן השרש.

אזא איינער וועט זיך מסתמא צום סוף זיך גט'ן. ווער וויל דען לעבן מיט אזא איינעם? און נאכ'ן גט וואלטן פילע מומחים געהייסן אז די קינדער זאלען מינערן זייער שייכות מיט יענעם. ווער קען אויסקומען מיט אזא איינעם?

וואס טוט יענער? ער פיהרט זיך ווייטער אויף לשיטתיה. די גאנצע וועלט איז שולדיג אין זיין פראבלעם. מ'האט איהם גאר מרחק געווען פאר'ן אפלאזן תורה, נישט פאר זיין געמיינע האנדלונג מיט זיינע קינדער. און יעדער איינער וואס היט תורה איז א שותף אין זיין פראבלעם.

אייביג איז א צווייטער שולדיג.......

נשלח: זונטאג יאנואר 01, 2017 1:25 pm
דורך moshav zekeinim
דער עולם כאפט נישט דא צו וואס איך ציל. איך באהאנדל דא נישט אסתי וויינשטיין, איך באהאנדל דא מנוחה פוקס און מענטשן בדומה לה.

נשלח: זונטאג יאנואר 01, 2017 1:58 pm
דורך moshav zekeinim
שושן פורים האט געשריבן:
moshav zekeinim האט געשריבן:פארוואס זאל איך לייגן די האס איז א זייט?

ווילסט זיין גערעכט אדער קלוג?


קלוג!

נשלח: זונטאג יאנואר 01, 2017 6:10 pm
דורך מיש-נייעס
moshav zekeinim האט געשריבן:דער עולם כאפט נישט דא צו וואס איך ציל. איך באהאנדל דא נישט אסתי וויינשטיין, איך באהאנדל דא מנוחה פוקס און מענטשן בדומה לה.

איך זעה נישט וואס עס איז שלעכט געשריבן דארט
ווייל עס זי ווענדט אפ די שמוץ וואס מען האט פארשפרייט קעגען חרדים?
זי שרייבט דאך אויך אז זי איז נישט קעגען מאכן ענדערינגן אינ'ם סיסטעם
סך הכל דאס וואס מען האט בי'טיטול'ט אז די חרדים זענען קאלטבליטיג וכו'

קענסט עס ליינען: טאטע שיק מיק הויזן
אדער: טאטע שיק מיר הויזן

נשלח: זונטאג יאנואר 01, 2017 7:28 pm
דורך אישתישבי
קאווע טרינקער האט געשריבן:האסט מרחק געווען יעדע נארמאלע קאווע שטיבל שרייבער.


איר פארשטייט נישט.

דער נארמאלער שרייבער בין איך.

און קען זיין אז איר זענט אויך א נארמאלע שרייבער. און טאמער איז מיין שרייבן אייך מרחק, בעהט איך פין אייך מחילה.

אבער א נארמאלע שרייבער אין קאווע שטיבל שרייבט וואס אים באדערט אדער וואס ער האלט בנוגע דער ענין. סתם שיסן פאלען וואס לאנדען ערגעץ אין עד האמינאם קאטעגאריע איז דער דרך פין איי וועלט, ווי נארמאלע שרייבער וועלען דוקא נאר שרייבען אלעס חוץ פין דער ענין אליין.

אלזא ר' קאווע, עס באדערט אייך עפעס? ביטע שרייבט וואס. שיסט נישט קיין סטופיד סטעיטמענטס אין די וועלט אריין.

נשלח: זונטאג יאנואר 01, 2017 8:25 pm
דורך קורקלענד
הרב תשבי. איך האב פארשטאנען פון קאווע אז ער באזירט אויף די פאקט אז @מושב האט פאקטיש פארטריבן און פארעקעלט א שיינע פאר אקטיווע שרייבער. און פון @מושב'ס רעאגירן האב איך פארשטאנען אז ער האלט אויך אז ער האט פארטריבן שרייבער. אין מושב'ס קאפ מעגן דא נאר שרייבן אזעלעכע ווי עם.

נשלח: זונטאג יאנואר 01, 2017 8:47 pm
דורך אייז קריעם
דער אמת איז אז דער שטיבל דא איז נישט געמאכט אויסצוגיסן דאס הארץ און פראסטרעישן. ממילא ווערן מענטשן נערוועז.
איך גלייב אז מושב אליין פארשטייט אז קיינער דא גייט זיך נישט אויטוהן די קאפל און שיקן די קינדער און פאבליק סקול, נאו מעטער וואו א גיטע טענה מושב האט.
איי פיל פאר הים אבער דאס איז נישט דער פלאץ. אזוי ווי ער האט אליין געשריבן פריער אז קיינער פארשטייט דאס נישט אזוי ווי ער.
איי דאנט טינק איטס פערסאנעל ווייל און אנדערע סוגיות איז ער זייער בא'טעמ'ט.

נשלח: מאנטאג יאנואר 02, 2017 1:38 am
דורך איסר האטלקי
moshav zekeinim האט געשריבן:איסור האיטלקי, אז דו ווילט טראכטן ווי א געברעינוואשטער חרדי דאן קומסטו נישט אריין אין א מקום וואו....

איך האב ערנסט געקלערט צו רעדאגירן דעם תגובה מיינער, סוף כל סוף איז דאך עס באתריה דמר, ווי קען איך מיך אויפשטעלן זאגן א פארקערטן מיינוג אין זיין אשכול גאר?! היעלה על הדעת?...

למעשה האב איך געכאפט א טיפערן בליק דא, איך האב באמערקט אז מיין איינציגער תגובה דא האט מער לייקס ווי מושב'ס צוועלף תגובות דא אין זיין אשכול! ווייזט אויס אז מרוצה לקהל בין איך פארט יא... האב איך באשלאסן נישט אויסצומעקן מיין תגובה פאר גארנישט.