בלאט 2 פון 7
נשלח: זונטאג יאנואר 08, 2017 1:44 am
דורך קורקלענד
moshav zekeinim האט געשריבן:ווי קומט דער דרשה דא אריין? איך רעד פון זיינע אויפטואונגען לטובת הכלל, וועמען אינטרעסירט זיין פריוואטע עקאנאמישע החלטות און זיינע יצר הרע'ס
זיינע אויפטוען זענען וואס? אז ער לויפט ארום און שרייט אז מיר פעלט א גוטע עדיוקעישן? אויף דעם האב איך דיר צעלייגט פונקטלעך אויף קליין געלט וואו ער איז אנגעקומען ווען ער האט פאר זיך געטוהן דאס וואס ער שרייט יעדער דארף טוהן.
נשלח: זונטאג יאנואר 08, 2017 2:02 am
דורך קורקלענד
moshav zekeinim האט געשריבן:אויף זיינע פעיסבוק פאוסטס האט ער אן עוורידזש פון הונדערט לייקס.
זענען די הונדערעט מענטשן חרידים? אטד? מאדערן? גוים?
נשלח: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:55 am
דורך moshav zekeinim
קורקלענד האט געשריבן:@מושב אויב די קענסט מיר פאר שטיין געבן
וואו האט ער זיך געטראפן?
איך האב איהם באטראכט דורך אויס זיין קאריערע און לויט ווי איך האב צוגעזעהן האט ער אנגעהויבן זוכן דעם זיך פון וואס די רעדסט א סאך שפעטער ווי די שרייבסט.
אז מען זיכט זיך האט מען זיך שוין האלב געטראפן, בחינת שאלת חכם חצי תשובה.
ליפא האט פונם ערשטן מינוט אנגעהויבן מיט קריעטיוועטי, זיין ערשטער אלבום שמע איז שוין געווען מלא רעיונות. ער האט אפשר אליין דעמאלס נישט געוויסט אז ער זיכט זיך, אבער אזא סארט זינגער איז א פשיטא אז זיין קאריערע איז נישט פארן טרעקענעם דאלער אדער סתם פעים, עס ציט אים צו עפעס טיפערס.
נשלח: זונטאג יאנואר 08, 2017 5:04 am
דורך moshav zekeinim
קורקלענד האט געשריבן:
זיינע אויפטוען זענען וואס? אז ער לויפט ארום און שרייט אז מיר פעלט א גוטע עדיוקעישן? אויף דעם האב איך דיר צעלייגט פונקטלעך אויף קליין געלט וואו ער איז אנגעקומען ווען ער האט פאר זיך געטוהן דאס וואס ער שרייט יעדער דארף טוהן.
גראדע רעדט ער נישט בלויז פון עדזיקעישן. אבער נישט קיין חילוק וואס ער שרייט, מען זעהט באשיינפערליך אז זיין עיקר ציל איז צוברעכן די שטייפקייט און איגנאראנץ פונעם סיסטעם, וואס ער שפירט אז עס דערשטיקט קריעטיוועטי אויסדרוק מיט וואס אזעלעכע מענטשן ווי ער זענען באשאפן געווארן. עדזשיקעישן און פרנסה איז פשוט לשבר את האוזן.
זיין ראש חדש מיט ר' ליפא פראגראם איז א גאר שטארקער זאך, וואס וועט לכאורה שלאגן שטארקע ווארצלען.
אגב, דער וועקער בנשיאת חברנו ר' ראובן וועט לכאורה זיין א צווייטער סטראטעגישער באמבע, וואס וועט מעגליך איבערשטייגן אין אויפטהו דעם ראש חודש מיט ר' ליפא.
נשלח: זונטאג יאנואר 08, 2017 5:14 am
דורך moshav zekeinim
קורקלענד האט געשריבן:moshav zekeinim האט געשריבן:אויף זיינע פעיסבוק פאוסטס האט ער אן עוורידזש פון הונדערט לייקס.
זענען די הונדערעט מענטשן חרידים? אטד? מאדערן? גוים?
איך גלייב אז אידן, לכאורה אויפגעקלערטע און אטד, אבער הונדערט לייקס אויף פעיסבוק פאוסט מיינט אז ער פארמאגט א שיינער אנהענגערשאפט.
איך בין גראדע נישט פון די וואס גיבן אים לייקס, פשוט ווייל בין עפעס נישט אזא לייק טיילער, און ווי אויכעט גיי איך נישט פאר זיין סטייל (בחינת כוונתו רצויה ומעשיו פליאה) און דאס מאכט מיר טראכטן אז אויסער זיינע לייק געבערס האט ער נאך א סך וואס זענען מסכים מיט אים און זענען מחשיב זיינע פעולות לטובת הכלל. (פונקט האט מיר איינער היינט געזאגט אז ער פלעגט אמאל נישט פארליידן ליפא'ן, עס האט אויסעקוקט ווי ער טוט אלעס פאר קינדישע אטענטשן, אבער זייט ער זעהט ווי ער האט אלעס אפגעלאזט און זיך אריין געלייגט אין ארט און אין טון לטובת הכלל האט ער אן אנדער בליק אויף אים).
נשלח: זונטאג יאנואר 08, 2017 11:11 am
דורך שבת אחים
קורקלענד האט געשריבן:moshav zekeinim האט געשריבן:אויף זיינע פעיסבוק פאוסטס האט ער אן עוורידזש פון הונדערט לייקס.
זענען די הונדערעט מענטשן חרידים? אטד? מאדערן? גוים?
רוב פון זיינע צוהערער זענען לכאורה ׳טונא־בייגל׳ס׳, נישט אז איך האב עפעס קעגן אים, איך קען אים גיט שוין פון יאהרן צוריק. אבער דאך פון ליפא ביז די אמאליגע יידישיסטן און אידישע טעאטערס איז נאך דא א היפשע שפאן. די היינטיגע אידישע ענטערטענמענט איז סאום־האו נאכאלץ; טייטלבוים, האלבערשטאם, האגער, טווערסקי, האראוויץ, גרינוואלד, רוקח.
נשלח: זונטאג יאנואר 08, 2017 1:22 pm
דורך moshav zekeinim
זעהט זיך אויס אז דו קענסט טאקע נאר ליפא פון אמאל.
אוודאי איז דא א היבשער שפאן, אבער ער הייבט אן באמת צו מאכן די ערשטע דורך ברעכונגען.
נשלח: זונטאג יאנואר 08, 2017 2:42 pm
דורך גנדי
moshav zekeinim האט געשריבן:זיין "ראש חודש מיט ר' ליפא" קליפס זענען אויסגעשטעלט אריין צודרילן בתוך תוכו פון חרדים. ער רעדט אין דער היימישסטער אידיש, מיט א היימישער געשמאק. ער אינטערוויוט די אידישע וועלט מחוץ לחומת הברזל. ער וויל באשיינפערליך ווייזן אז דעם היימישן טעם און לעבן קען מען האבן אויך מחוץ לחומת החרדים. ער וויל מאכן אזויווי לאדזש אין פוילין אדער דער אמאליגער איסט סייד, וואו תורת התבדלות איז נישט געווען שטארק, און בתי מדרשות ובתי תיאטראות היו משמשים ביחד. וויל מען עסט מען חמץ וויל מען עסט מען מצה.
זיין "שני וחמישי" אפשר.
אבער זיין "ראש חודש מיט ר' ליפא" איז נישט סטראטעגיע פאר די היימישע. דאס איז פשוט פאר די "פארווערט" אנצופילען זייער וועבזייטל. והנראה לעניות דעתי כתבתי.
נשלח: זונטאג יאנואר 08, 2017 2:49 pm
דורך moshav zekeinim
גנדי האט געשריבן:
זיין "שני וחמישי" אפשר.
אבער זיין "ראש חודש מיט ר' ליפא" איז נישט סטראטעגיע פאר די היימישע. דאס איז פשוט פאר די "פארווערט" אנצופילען זייער וועבזייטל. והנראה לעניות דעתי כתבתי.
זיין שני וחמישי איז אין ענגליש און איך זעה נישט קיין סטראטעגיע דערין.
ראש חדש מיט ר' ליפא איז אין יידיש און פארמאגט כאראקטער און א מהלך.
וואס איז דער פראבלעם אז ער איז עס מפרסם אין פארווערט? ער רעדט דאך א היימישער אידיש.
נשלח: זונטאג יאנואר 08, 2017 11:24 pm
דורך [NAMELESS]
די חכמה פון ליפא, ער ארבעט מיט סטראטעגיע. ס׳קומט צו לאכן ווען מ׳הערט די ווארט ליפא מיט סטראטעגיע אין איין שורה.
נשלח: מיטוואך יאנואר 25, 2017 12:13 am
דורך ווייל אזוי
איינער האט זיין שני וחמישי פון די וואך? איך הער אז ער האט גערעדט פאר פייער און וואסער בנוגע "שלא שינו את לבושם" .
נשלח: מיטוואך יאנואר 25, 2017 12:14 am
דורך נולד מאוחר
גראדע איז מיר זייער געפאלן זיין חידוש, בדרך דרוש פארשטייט זול.
נשלח: מיטוואך יאנואר 25, 2017 12:20 am
דורך רויטע וואנצעס
שלום שטיסל האט געשריבן:די חכמה פון ליפא, ער ארבעט מיט סטראטעגיע. ס׳קומט צו לאכן ווען מ׳הערט די ווארט ליפא מיט סטראטעגיע אין איין שורה.
כ'זעה אפילו [tag]ליפא[/tag] אליינס איז מסכים.
נשלח: מיטוואך יאנואר 25, 2017 12:36 am
דורך ווייל אזוי
נולד מאוחר האט געשריבן:גראדע איז מיר זייער געפאלן זיין חידוש, בדרך דרוש פארשטייט זול.
כ'האב עס יעצט געזעהן און איך זעה נישט די גרויסע חכמה וואס שטעקט דערין.
נשלח: מיטוואך יאנואר 25, 2017 12:49 am
דורך קאצקע ציקער
די אפטייטש איז זיס . מען קען זען וואס ליגט אונטער דעם אלעם וואס ער טוט ער וויל לעבן אזוי ווי די ישראלים שרייען אז זיי זענען יהודי בלב!
נשלח: מיטוואך יאנואר 25, 2017 1:11 am
דורך נולד מאוחר
ווייל אזוי האט געשריבן:נולד מאוחר האט געשריבן:גראדע איז מיר זייער געפאלן זיין חידוש, בדרך דרוש פארשטייט זול.
כ'האב עס יעצט געזעהן און איך זעה נישט די גרויסע חכמה וואס שטעקט דערין.
די חזל שלא שינו איז דאך לכאורה לכתחלה בדרך דרוש, נו איז דאך הערליך צי גיין בדרך דרוש ציט א פונקט א פארקטער מהלך ווי די ארגענעלר דרוש.
דאס קליין קעפיגקייט פון יעדער גיין מיטן זעלבען קאליר העמד הויזן היט שיך זאקן אינטערוועש פאר א גאנץ לעבן, דיסערווד נישט קיין ספרי אריסטו דאס אפציפרעגן.
Re: ליפא שמעלצער פון די געציילטע לוחמי חירות וואס ניצט סטראט
נשלח: מיטוואך יאנואר 25, 2017 1:28 am
דורך יהושע חיים
https://vimeo.com/200939104.
פאר די וואס האבן עס נאכנישט געזעהן
Re: ליפא שמעלצער פון די געציילטע לוחמי חירות וואס ניצט סטראט
נשלח: מיטוואך יאנואר 25, 2017 10:53 am
דורך טרויבן88
moshav zekeinim האט געשריבן:איך הייב לעצטנס אן צו שעצן דעם היפי ליפא שמעלצער. ער הייבט אן רעדן אינטעליגענט, מלא וגדוש מיט קענטעניס, קונסט און ארגענאזירטע היסטאריע, שוין יארן נאכאנאנד וואס ער איז מקיים דעם אל יבוש מפני המלעיגים, און פראבירט דורך צו ברעכן דעם חמת האש, ער טוישט נישט מיינונג לויט זיין גיסטע, און ועל כולם, ער ניצט סטראטעגיע אין זיין מלחמת החירות. ער איז לדעתי פון די איינציגסטע וואס פארשטייען וויאזוי אויפצוטון אין די חרדים פראבלעם. ער איז מצליח אריין צובלענדן די גרויסע וועלט אין די היימשע קרייזן, אלעס אויף דע היימישסטע אידיש. פון אים מאכט מען חוזק, אבער אנדערע וועלן אים נאכמאכן אויף "א נארמאלער וועג".
עס איז נאך דא א סך צו טון. ליפא איז בלויז א קליינער טייל פון די מערכה, אבער עס קומט זיך ליפא'ן אן אות הוקרה פארן זיין פון די ערשטע און דערווייל איינציגסטע וואס פירן דער פרייהייט מלחמה נאן סטאפ, טראץ די בושות, און מיט סטראטעגיע.
איך האב אמאל נישט געקענט דערליידן דעם ליפא ער איז מיר געקראכן אויף די נערוון אזוי ווי א פליג אין נאז, אבער לעצטנס אזוי ווי [tag]moshav zekeinim[/tag] מיז איך מסכים זיין אז זיין אקטיוויזם איז מוראדיג, די סיבה פארוואס איך זאג מוראדיג איז, ווייל די פאקט איז צי מיר ווילן יא צי מיר ווילן נישט איז ליפא פון אונזערע איינציגסטע אקטיוויסטן, און מיין כלל אויף אן אקטיוויסט איז, אז ער וועט נישט זיין די נארמאלסטע און קלוגסטע מענטש... וואס טראכטן מיר אז אז עפעס א רב אדער א געשאצטע מענטש אין אונזער קאמיוניטי וועט אנפאנגען מאכן קליפס? למשל ראש חודש מיט באבוב 45??? די פאקט איז אז אונז קוק מיר צירוק למשל אויפן משוגענעם נחום ראזענבערג וועט איינער זאגן אז ער איז א נארמאלע מענטש? דער מיטן קאוט אויפן חאלאט איז נישט צירודערט? נאר? אין א קאמיוניטי ווי אקטיוויזם איז רחוק מן המציאות וועט אלעמאל אויפשטיין א מענטש וואס איז פאני און די חכמה פון מענטשן אין די קאמיוניטי איז צי קוקן אויף וואס יענער זאגט ריכטיג!
און צירוק צי ליפא, ער אינטערוויוירט אסאך מענטשן טראץ וואס ער פרעגט נישט ציפול גוטע תוכנ'דיגע קשיות טרעט ער אויף א גוטע נערוו ער האט אינטערוויורט רוכי פרייער האב איך גאנץ גוט הנאה געהאט זיין קאמפיין אויף עדוקעטשיון איז גאנץ גוט, ער פארט און א גוטע דירעקשאן אסאך מענטשן זענען שטילערהייט מסכים מיט עם
נשלח: מיטוואך יאנואר 25, 2017 12:26 pm
דורך moshav zekeinim
ווייל אזוי האט געשריבן:איינער האט זיין שני וחמישי פון די וואך? איך הער אז ער האט גערעדט פאר פייער און וואסער בנוגע "שלא שינו את לבושם" .
פארוואס האלסטו אז דער פשט איז פאר פייער און פאר וואסער? ווייל עס איז קעגן די עסטעבלישמענט? ער האט גראדע גערעדט הערליך שיין.
Re: ליפא שמעלצער פון די געציילטע לוחמי חירות וואס ניצט סטראט
נשלח: מיטוואך יאנואר 25, 2017 6:05 pm
דורך ביליג
נשלח: מיטוואך יאנואר 25, 2017 7:03 pm
דורך איך אויך
וואלט געווען אינטרעסאנט צו וויסן וואס איז דעם חברהמאן'ס ניק אויף ק''ש.
Re: ליפא שמעלצער פון די געציילטע לוחמי חירות וואס ניצט סטראט
נשלח: מיטוואך יאנואר 25, 2017 7:44 pm
דורך החוקר
איך אויך האט געשריבן:וואלט געווען אינטרעסאנט צו וויסן וואס איז דעם חברהמאן'ס ניק אויף ק''ש.
אפשר @ביליג אליין, דו וויסט אז נישט?
Re: ליפא שמעלצער פון די געציילטע לוחמי חירות וואס ניצט סטראט
נשלח: מיטוואך יאנואר 25, 2017 7:48 pm
דורך ביליג
נא ! גילוי ?!?!