בלאט 2 פון 4
נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 10:42 am
דורך שמואל הלוי
קופערניקוס האט געשריבן:וויפיל וועט מען זיך שעמען וועט הגראי"ל שטיינמאן וועט גיין בדרך כל הארץ (ער איז 100 יאר)
הרב שטיינמאן איז נאך 98, ער איז געבוירן תרע"ד.
נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 10:43 am
דורך זר זהב
משולם שטיינפעלד האט געשריבן:זר זהב האט געשריבן:ער האט פארלוירן 3 קינדער בחייו. 1 נאטורליך, 2 נישט.
וועלכע צוויי?
וואס הייסט נישט נאטורליך?
לייען דא
http://www.theyeshivaworld.com/news/Gen ... ATZAL.html
נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 10:51 am
דורך קאווע טרינקער
וואס איז שייך צו זאגן אויף רב אלישיב?
מה אהבתי תורתיך כל היום היא שיחתי.
גארנישט האט אים אינטערסירט, אפילו פאליטיק, איז געווען ככפאו שד.
ב"ה אז ס'איז געבליבן ווידיאו קליפ'ס צו קענען ווייזען פאר די קינדער "ראו מה בין... שלחן הטהור מיט פארענצשעס, צו א שלחן הטהור ווי רב אלישיב זיצט אין לערענט באישון ליל"
וואס גייט יתד/הפלס שרייבן?
וואס גייט דרשו טוהן דערוועגן?
רבי חיים קניבסקי איז מקבל תנחומין (נוסח באבוב)?
נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 10:56 am
דורך זר זהב
הרב שטיינמאן איז מער פארהאסט ביים קנאישן עולם ווי הרב אלישיב. הרב אלישיב'ן האט מען אייביג רעספעקטירט עז פאר איי רעמעמבער.
נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 10:58 am
דורך לעמיל
קאווע טרינקער האט געשריבן:ל
וואס גייט יתד/הפלס שרייבן?
וואס גייט דרשו טוהן דערוועגן?
רבי חיים קניבסקי איז מקבל תנחומין (נוסח באבוב)?
הפלס וועט מכתיר זיין הרב אויערבאך און יתד הרב שטיינמאן
עס קימט עקשאון ביי די ליטוואקס
נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 10:59 am
דורך לעמיל
זר זהב האט געשריבן:הרב שטיינמאן איז מער פארהאסט ביים קנאישן עולם ווי הרב אלישיב. הרב אלישיב'ן האט מען אייביג רעספעקטירט עז פאר איי רעמעמבער.
אמת די קנאים פון די ליטווישע זענען זייער א קעגין הרב שטיינמאן
נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 10:59 am
דורך טעפל
די לויה איז צען אזייגער ביינאכט פון זיין הויז קיין הר המנוחות
נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 11:06 am
דורך gehlungen
ידען האט געשריבן:קול מבשר איז שטיל?
No
נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 11:24 am
דורך chasid
קופערניקוס האט געשריבן:יעצט איז די צייט צו בעטן מחילה און זיך ביטערליך שעמען אז מען האט דעם גאון שאין לו בעולמו אלא תורה בלבד, פארשעמט, בארעדט, באשמוצט און אוועקגעמאכט אין געוויסע גאסן אין מאה שערים און אין געוויסע גאסן אין וויליאמסבורג.
מנשה פילאפ האט געשריבן אויף אים זקן אשמאי, אלעזר הורוויץ האט געזאגט נישט מער נישט ווייניגער איון א דרשה "דער יונגאטש" און מען האט אים איגנארירט און אוועקגעמאכט.
מיר בעטן מחילה, און מיר האפן אז מען וועט זיך באצייטנס כאפן אז מען דארף רעספעקטירן גדולי תורה אפילו אז מען גלייכט נישט יעדע זאך אין אים.
אויב יעצט שעמען זיך געוויסע אידן, וויפיל וועט מען זיך שעמען וועט הגראי"ל שטיינמאן וועט גיין בדרך כל הארץ (ער איז 100 יאר), אים האט מען סעקירט און גערודעפט עד חרמה און אים געשטערט זיין אומגלויבליכע עבודת ה'.
געהערט אמאל פון א קלוגע סאטמארער דיין, ווען רב אלישיב וואלט געהאט געלט וואלט ער געווען מער ארויפגעקוקט אין סאטמאר...
נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 11:25 am
דורך זר זהב
וואו און ווען האט מנשה פילאף געשריבען אויף אים "זקן אשמדאי"????
וועט נישט זיין קיין הספדים!
נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 11:33 am
דורך זר זהב
In keeping with the wishes of Maran Posek HaDor HaGaon HaRav Yosef Sholom Elyashiv ZTV”KL , there will not be any hespeidim at the levaya. Tehillim will be recited and then the levaya will proceed on foot to Har Menuchos. It is reported that this was the wish of the late posek hador.
As previously reported, the Levaya will be held Wednesday night at 22:00. The levaya will begin at the home of the niftar, Chanan Street, Malchei Yisrael, Sarei Yisrael and then to Givat Shaul to Har Menuchos.
נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 12:55 pm
דורך הדד בן בדד
זר זהב האט געשריבן:הרב שטיינמאן איז מער פארהאסט ביים קנאישן עולם ווי הרב אלישיב. הרב אלישיב'ן האט מען אייביג רעספעקטירט עז פאר איי רעמעמבער.
הרב שטיינמאן איז מער פארהאסט ביים יונגן קנאי'שן עולם, די סיקריקים טייפ קנאים, ווידער הרב אלישיב איז פארהאסט ביי עלטערע, מער באזעסענע קנאים, די וואס פארפירען נישט און שרייען נישט אין די גאסן.
הרב שטיינמאן איז אריגינעל פון דייטשלאנד און זיינע השקפות זענען מער ווייניגער אין איינקלאנג מיט דעם, זיין גאנצער חטא איז געווען וועגן די מיליטער וואס ער האט געזאגט אפאר יאר צוריק. ווידער הרב אלישיב איז געזעצן יארן לאנג אין היכל שלמה, וואס איז געווען גע'אסר'ט דורך אזעלכע גדולי ישראל ווי בריסק'ער רב. און עד יומו האחרון האט ער פון דארט געהאט זיין פרנסה ווייל ער איז געזעצן אויף פענסיע ביי זיי. די אמת'ע קנאים ווילן אים דאס קיינמאל נישט מוחל זיין. זיי לויפן נישט אום אים בארעדן, אבער זיין ווארט אדער פסק פארנעמט ביי זיי נישט קיין שום מקום.
נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 1:00 pm
דורך היסטאריקער
קופערניקוס האט געשריבן:יעצט איז די צייט צו בעטן מחילה און זיך ביטערליך שעמען אז מען האט דעם גאון שאין לו בעולמו אלא תורה בלבד, פארשעמט, בארעדט, באשמוצט און אוועקגעמאכט אין געוויסע גאסן אין מאה שערים און אין געוויסע גאסן אין וויליאמסבורג.
ר' מנשה פילאפ האט געשריבן אויף אים זקן אשמאי, ר' אלעזר הורוויץ האט געזאגט נישט מער נישט ווייניגער איון א דרשה "דער יונגאטש" און מען האט אים איגנארירט און אוועקגעמאכט.
מיר בעטן מחילה, און מיר האפן אז מען וועט זיך באצייטנס כאפן אז מען דארף רעספעקטירן גדולי תורה אפילו אז מען גלייכט נישט יעדע זאך אין אים.
אויב יעצט שעמען זיך געוויסע אידן, וויפיל וועט מען זיך שעמען וועט הגראי"ל שטיינמאן וועט גיין בדרך כל הארץ (ער איז 100 יאר), אים האט מען סעקירט און גערודעפט עד חרמה און אים געשטערט זיין אומגלויבליכע עבודת ה'.
אנטשולדיגט, אבער איך בין בארעכטיגט צו זאגן די דעת תורה פון גדולי ישראל ובראשם רביה״ק מסאטמאר זצ״ל
כבודו במקומו מונח אבער מיט׳ן משמש זיין ברבנות אין ציונסטישן רבנות ( בחדרי שרייבט אז "למרות התנגדות הגרי"ז סולובייציק מבריסק, הסכים הגרי"ש להתמנות כדיין בבית הדין הגדול בירושלים") איז ער אין די זעלבע קאטאגאריע ווי רבו המובהק (און שדכן) רב קוק וואס עס איז ידוע דעת גדולי ישראל זצ״ל אויף אים טראץ זיין גדלות בתורה ויראה
רביה״ק מסאטמאר זי״ע שרייבט אז די רבנים זענן נישט באגלייבט אויף קיין שום הוראה אפילו איסור והיתר, ואין לנו אחר דבריו כלום אפילו די הרגשים זאגן אנדערש
"איך" וועל נאך אלץ נישט זאגן אויף אים לשונות של גנאי, אבער פון אמת טאר מען נישט פארקריכן
נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 2:32 pm
דורך יאסל
ברוך דיין האמת. שר וגדול נפל היום ישראל.
נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 2:54 pm
דורך אלבערט
http://jewishmusicstream.com/דא קען מען הערן א הוקאפ פון די לוי'
נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 3:01 pm
דורך משולם שטיינפעלד
זר זהב האט געשריבן:הרב שטיינמאן איז מער פארהאסט ביים קנאישן עולם ווי הרב אלישיב. הרב אלישיב'ן האט מען אייביג רעספעקטירט עז פאר איי רעמעמבער.
עז פאר עז יו רימעמבער האט מען שוין געהאלטן א שיינע צוואנציג יאר נאך די מערכה מיט הרב אלישיב.
די איינציגע חילוק צווישן הרב אלישיב און הרב שטיינמאן, איז זייער עלטער ווען די מערכה קעגן זיי איז געפירט געווארן. הרב אלישיב האט שוין רעטייערט פון היכל שלמה - באקומענדיג א פולע פענסיע - בשנת תשל"ב, דאס לאזט איבער פערציג יאר צייט צו רעהאבילעטירן זיין אויסזעה ביי די קנאישע וועלט.
משא"כ הרב שטיינמאן וואס די מערכה קעגן אים האט זיך אנגעהויבן אין זיינע אכטציגער יארן.
נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 3:25 pm
דורך היסטאריקער
איך גלייב נישט אז א "קלוגער סאטמארער" רעדט אזוי
נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 3:38 pm
דורך זר זהב
זר זהב האט געשריבן:וואו און ווען האט מנשה פילאף געשריבען אויף אים "זקן אשמדאי"????
נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 3:57 pm
דורך משולם שטיינפעלד
וואו אויפן הר המנוחות גייט ער קומען לקבורה?
נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 4:34 pm
דורך [NAMELESS]
הדד בן בדד האט געשריבן:זר זהב האט געשריבן:הרב שטיינמאן איז מער פארהאסט ביים קנאישן עולם ווי הרב אלישיב. הרב אלישיב'ן האט מען אייביג רעספעקטירט עז פאר איי רעמעמבער.
הרב שטיינמאן איז מער פארהאסט ביים יונגן קנאי'שן עולם, די סיקריקים טייפ קנאים, ווידער הרב אלישיב איז פארהאסט ביי עלטערע, מער באזעסענע קנאים, די וואס פארפירען נישט און שרייען נישט אין די גאסן.
הרב שטיינמאן איז אריגינעל פון דייטשלאנד און זיינע השקפות זענען מער ווייניגער אין איינקלאנג מיט דעם, זיין גאנצער חטא איז געווען וועגן די מיליטער וואס ער האט געזאגט אפאר יאר צוריק. ווידער הרב אלישיב איז געזעצן יארן לאנג אין היכל שלמה, וואס איז געווען גע'אסר'ט דורך אזעלכע גדולי ישראל ווי בריסק'ער רב. און עד יומו האחרון האט ער פון דארט געהאט זיין פרנסה ווייל ער איז געזעצן אויף פענסיע ביי זיי. די אמת'ע קנאים ווילן אים דאס קיינמאל נישט מוחל זיין. זיי לויפן נישט אום אים בארעדן, אבער זיין ווארט אדער פסק פארנעמט ביי זיי נישט קיין שום מקום.
הרב שטיינמאן האט גארנישט מיט דייטשלאנד, ער איז פון שטאט בריסק שבליטא.
וואס מען קען אנשדכנען אים מיט דייטשלאנד איז אז ער איז א שטיקל תלמיד פון הרב יחיאל יעקב וויינבערג, וועלכער איז אויך געווען פון די ליטא, אבער האט געדינט אלס ראש ישיבה אין די הילדעסהיימער מוסד אין בערלין.
נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 5:17 pm
דורך אוהב ספרים
משולם שטיינפעלד האט געשריבן:וואו אויפן הר המנוחות גייט ער קומען לקבורה?
לעבען זיין וייב און טכעטער
נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 5:19 pm
דורך אוהב ספרים
קופערניקוס האט געשריבן:הדד בן בדד האט געשריבן:זר זהב האט געשריבן:הרב שטיינמאן איז מער פארהאסט ביים קנאישן עולם ווי הרב אלישיב. הרב אלישיב'ן האט מען אייביג רעספעקטירט עז פאר איי רעמעמבער.
הרב שטיינמאן איז מער פארהאסט ביים יונגן קנאי'שן עולם, די סיקריקים טייפ קנאים, ווידער הרב אלישיב איז פארהאסט ביי עלטערע, מער באזעסענע קנאים, די וואס פארפירען נישט און שרייען נישט אין די גאסן.
הרב שטיינמאן איז אריגינעל פון דייטשלאנד און זיינע השקפות זענען מער ווייניגער אין איינקלאנג מיט דעם, זיין גאנצער חטא איז געווען וועגן די מיליטער וואס ער האט געזאגט אפאר יאר צוריק. ווידער הרב אלישיב איז געזעצן יארן לאנג אין היכל שלמה, וואס איז געווען גע'אסר'ט דורך אזעלכע גדולי ישראל ווי בריסק'ער רב. און עד יומו האחרון האט ער פון דארט געהאט זיין פרנסה ווייל ער איז געזעצן אויף פענסיע ביי זיי. די אמת'ע קנאים ווילן אים דאס קיינמאל נישט מוחל זיין. זיי לויפן נישט אום אים בארעדן, אבער זיין ווארט אדער פסק פארנעמט ביי זיי נישט קיין שום מקום.
הרב שטיינמאן האט גארנישט מיט דייטשלאנד, ער איז פון שטאט בריסק שבליטא.
וואס מען קען אנשדכנען אים מיט דייטשלאנד איז אז ער איז א שטיקל תלמיד פון הרב יחיאל יעקב וויינבערג, וועלכער איז אויך געווען פון די ליטא, אבער האט געדינט אלס ראש ישיבה אין די הילדעסהיימער מוסד אין בערלין.
אויב איך בין זעך נישט טועה האט ער געלערנט אין מאנטרעי שוויץ, וכידוע שהסתופף כמה פעמים בצל הדברי יואל מסאטמאר ווען ער האט געוואינט נאך די קריג דארט, כמדומה שגם היה איזה סיפור ביניהם אז
נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 5:29 pm
דורך [NAMELESS]
הרב שטיינמאן האט געלערנט אין מאנטרעי, און ווען סאטמארער רב איז געקומען אהין שבור ורצוץ נאכן קריג איז הרב שטיינמען געווען פון די וואס האבן מחזק געווען סאטמאר רב אין די שווערע צייטן, אויך האב הרב שטיינמאן זיך געשריבן מיט סאטמאר רב בריוו יענע תוקפה ווען סאטמאר רב איז געפארן קיין ארץ ישראל