בלאט 2 פון 2

Re: האקעלע זאכען - לערנען מיט קינדער

נשלח: מאנטאג יאנואר 09, 2017 6:51 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך מיין ס׳איז מנותן לטעם

נעכטען נאכט האט דער וואודרידזשע רב געהאלטען א דרשה אין לעיקוואד לכבוד דער בעל הילולא (דו פרעגסט וועמען? יעדער ווייסט דאך! דער ערך ש"י, וועמען דען?) און צום סוף ביים קנאות חלק האט ער פארדאמט דער היינטיגע ערשיינונג אז א קינד דארף ליעב האבען חדר. דער קינד דארף זע׳ען דער תורה אלס א לאסט און מ׳זאל איהם צוגעוואוינען צו באקעמפען זיין יצר. "אז ער וויל גייען אין חדר, הייסט׳ס האסט גענוג מגשם געווען דער לערנען אז ער זעט עס נישט אלס קיין סתירה! אין חז"ל שטייט אז א קינד וויל אנטלויפען פון חדר"


Sent from my LG-K373 using Tapatalk

Re: האקעלע זאכען - לערנען מיט קינדער

נשלח: מאנטאג יאנואר 09, 2017 7:19 pm
דורך דעת תורה
פון דרכיה דרכי נועם האט ער אינגאנצן פארגעסן

אזוי אויך פונעם רמב"ם אז מען גיבט זיסווארג פאר די קינדער צו לערנען. די גאנצע אפשערן צערעמאניע.

נאר תינוק הבורח געדענקט ער. פאלט אים נישט ביי אז דאס איז ענדערש א דבר הצריך תיקון

Re: האקעלע זאכען - לערנען מיט קינדער

נשלח: מאנטאג יאנואר 09, 2017 7:58 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך פארטרעט איהם נישט, אבער דיין טענות זענען נישט אזוי אין פלאץ. געבען א צוקער׳ל איז געווער קעגען דער יצה"ר. ווען דער לערנען איז אזוי ווי א שפיל, און דער קינד וויל גייען ווייל דער לערנען איז א זאך וואס רעדט צו איהם דירעקט, איז עס אן אנדערע זאך.

איך בין מסכים אז זיין ווערטער זענען גאנץ אומ - פראקטיש, און ס׳זעט אויס אז ער האט לאנג פארגעסען די צייטען ווען זיין קינדער זענען קליין געווען. אבער דער יסוד האט ער עפעס א פונקט. ווען מ׳גיבט א קינד קענדי, וויל ער קיין וועטשערע נישט עסען. ווען דער געשמאק פון דערמקינד קומט פון דעם אז ער קען נאך עפעס, האט מען ביי איהם געמאכט א קשר צווישען קענען און הנאה האבען. ער ווייסט אז נאכ׳ן שווערקייט פון לערנען וועטנער הנאה האבען. טאמער אבער מאכט מען דער גאנצע וועג א שפיל, און ער זעט נישט די געשמאק וואס קומט נאכ׳ן ארבעט, האט מען איהם געמאכט פאר א הינקעדיגע, א מחוסר אבר.

ס׳איז אן אריכות. לדעתי דער היינטיגע אבסעסיע פון מאכען דער עיקר פון די געשמאק און דער טפל פון דער לערנען איז נישט פלאץ. דער געשמאק זאל זיין א תוכנ׳פולע פון קענשאפט, נישט דער פוסטע געשמאק פון לידער, מאלעריי און שפילען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:23 am
דורך איך אויך
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך מיין ס׳איז מנותן לטעם

נעכטען נאכט האט דער וואודרידזשע רב געהאלטען א דרשה אין לעיקוואד לכבוד דער בעל הילולא (דו פרעגסט וועמען? יעדער ווייסט דאך! דער ערך ש"י, וועמען דען?) און צום סוף ביים קנאות חלק האט ער פארדאמט דער היינטיגע ערשיינונג אז א קינד דארף ליעב האבען חדר. דער קינד דארף זע׳ען דער תורה אלס א לאסט און מ׳זאל איהם צוגעוואוינען צו באקעמפען זיין יצר. "אז ער וויל גייען אין חדר, הייסט׳ס האסט גענוג מגשם געווען דער לערנען אז ער זעט עס נישט אלס קיין סתירה! אין חז"ל שטייט אז א קינד וויל אנטלויפען פון חדר"


Sent from my LG-K373 using Tapatalk

דאס איז דאך באקאנט צו זיין רב שך'ס שיטה אז תינוק הבורח איז גאר א חיוב.

נשלח: דינסטאג יאנואר 10, 2017 10:49 am
דורך וואלווי
במחילת כבודם, לשיטתם אז דער תורה זאגט א גונב בהמה משלם ד' וה' דער גנב האט דאך בושה מן הסתם איז דער גניבה אויך א גוטע מידה וואס מ'דארף מחנך זיין בני אדם. וואס האט איינס מיט'ן צווייטן, לערנען תורה איז גוט. בורח נישט.

Re: האקעלע זאכען - לערנען מיט קינדער

נשלח: דינסטאג יאנואר 10, 2017 11:18 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך מיין דיין כוונה איז אז דו געדענקסט אזא געדאנק אז די חילוק צווישען א שור און א שה לגבי תשלומי דו"ה איז ווייל דער גנב האט געליטען בושה ביים גנבנ׳ן דער שעפסעל, דעריבער צאלט ער נאר ד׳.
פון דעם ביסטו מסיק אז וויבאלד בושה איז א גוטע מדה, לאמיר גייען גנבנ׳ן צו באקומען בושה.

איין פראבלעם איז דא. דו געדענקסט פאלש. דער ברייתא אין ב"ק עט: זאגט "אמר רבן יוחנן בן זכאי בא וראה כמה גדול כבוד הבריות שור שהלך ברגליו חמשה שה שהרכיבו על כתיפו ארבעה". דער ענין איז כבוד הבריות, נישט בושה. ס׳איז גארנישט קיין גוטע זאך אז ער איז מבזה זיין כבוד הבריות.

דער עיקר איז, אז מ׳מיינט דא נישט אפצולערנען א גמרא. מ׳מיינט א מליצה ארויס צו ברענגען א נקודה אז דער קינד דארף מען מחנך זיין אין א וועג אז ער זאל דערמיט לעבען א גאנץ לעבען. לייגען קישענעס ארום איהם א גאנץ לעבען איז נישט קיין גאנג. אין גשמיות ווייסט דאס יעדער. ווילסט אויסלערנען א קינד צו ווילען גייען אין ביה"כ? גיב איהם אונטערהויזען און ביים זיך נאס מאכען וועט ער שוין פארשטייען וואס טוט זיך. ווען דער קינד וועט האבען א שמעק פון א טעם פון די הנאה פון ׳העם ההולכים בחשך ראו אור גדול׳, וועט ער האבען א חשק אויף ווייטער. ווען מ׳לאזט איהם נישט זע׳ען די חשך, וועט ער ווייטער הינקען א גאנץ לעבען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: דינסטאג יאנואר 10, 2017 11:29 am
דורך וואלווי
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איין פראבלעם איז דא. דו געדענקסט פאלש. דער ברייתא אין ב"ק עט: זאגט "אמר רבן יוחנן בן זכאי בא וראה כמה גדול כבוד הבריות שור שהלך ברגליו חמשה שה שהרכיבו על כתיפו ארבעה". דער ענין איז כבוד הבריות, נישט בושה. ס׳איז גארנישט קיין גוטע זאך אז ער איז מבזה זיין כבוד הבריות.

דער עיקר איז, אז מ׳מיינט דא נישט אפצולערנען א גמרא. מ׳מיינט א מליצה

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


איך געדענק נישט פאלש, איך לערען נישט גמרא פאלש, איך האב אויך נישט געמיינט דא אפצולערנען א גמרא, נאר א מליצה.

עכ"פ, איך הער דיין געדאנק אין זייערע ווערטער, מעיקס סענס.

נשלח: דינסטאג יאנואר 10, 2017 1:45 pm
דורך יעקב מענטש
שלום שטיסל האט געשריבן:
יעקב מענטש האט געשריבן: מיין קינד -א 10 יעריג אינגל- האט א פיין קעפל, און אים איז מער ניחא צו שפילן מיט טויס ווי איידער צו לערנען נאך א משנה, איך האב אים איינגעשריבן אין דעם קנין משנה פראגראם, און ער טוט עס נאר אויף וויפיל מ'מוז, נישט קיין איין טראפ מער, איך האב אים קלאר געזאגט אז ער מוז נישט, ס'איז נאר אויב ער וויל, אבער איך זעה ווי ער טוט עס באופן רגילי אבער אן קיין איבעריגע חשק

פארוואס האסטו אים איינגעשריבן אין קנין משנה? לערנט מען דען נישט גענוג אין חדר? א קינד דארף אויך שפיעלן, ס׳אז נישט ריכטיג אז די צייט נאך חדר זאל גיין פאר נאך לערנען, ער וועט שוין לערנען גענוג אלץ בחור, און אויב ער אין זיין ווייב וועלן מסכים זיין קען ער לערנען אגאנץ לעבן, אבער אלץ קינד דארף ער ווי מער שפיעלן.

א קינד דארף נישט האבן קיין חשק צום לערנען, אויב האט ער צופיל חשק איז עפעס נישט בסדר מיטן קינד. פארוואס זאל א קינד בכלל וועלן לערנען?

אז נישט, גייט ער משוגע פון די ליידיגע צייט.

נשלח: דינסטאג יאנואר 10, 2017 4:57 pm
דורך [NAMELESS]
העי יעקב מענטש א חוץ לערנען תורה איז נישטא מיט וואס צו באשעפטיגען? ער האט עפעס א באזונדערע טאלאנט ווי זינגען מאלען שרייבן וכדו' שטעל עם צו אין די תחום זיך צו באשעפטיגען, האט ער נישט עפעס באזונדערס פארמאגט ער זיכער עפעס וואס ער ענדשויט צו טון, טאטע זיסער!! זיי נישט אזוי פויל גיט דיר אפ אביסל מיט דיין יונגל כאפ א שמועס מיט עם, היינט איז דא א וועלט מיט וואס צו האלטן פארנומען גרעסערע קינדער

Re: האקעלע זאכען - לערנען מיט קינדער

נשלח: דינסטאג יאנואר 10, 2017 5:05 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך ווייס נישט פארוואס לערנען איז עפעס אן איסור אז ס׳איז גאר א פראבלעם.

זאת ועוד, אפשר זאל מען איהם לאזען זיין באר"ד (דער מושג האט א ווארט אויף אידיש?) און אזוי וועט ער זיך אויסטרעפען, צו כאטש אויסזוכען, אן עצה.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 12, 2017 10:55 am
דורך [NAMELESS]
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן: באר"ד (דער מושג האט א ווארט אויף אידיש?).

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

לאנגווייליג.

Re: האקעלע זאכען - לערנען מיט קינדער

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 12, 2017 11:15 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
לכאורה מיינט דאס עפעס ענליך צו בארינ"ג, נישט באר"ד

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 12, 2017 11:28 am
דורך [NAMELESS]
דו האסט געפרעגט אויפן מושג, און דאס האט א ווארט אויף אידיש. צו דער ווארט קען ווערן גענוצט אויף א מענטש "איך בין געווארן לאנגווייליג" אזויווי מען נוצט דאס למשל אינעם זאץ "די דרשה איז לאנגווייליג" דארף מען דן זיין. אפשר איז "פארלאנגווייליגט" ריכטיגער, יבואו חוקרי הלשון ויטעימו.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 12, 2017 11:56 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ווארשיינדליך איז דאס ווארט געבויט אויף דעם אז ס'נעמט א לאנגער צייט. געוויסע זאכען זענען געשמאק וואס לענגער זיי נעמען, און דער ווארט איז א נעגאטוויער, כאילו מיר ווילען נישט דורכזיצען א דרשה וואס נעמט אזוי לאנג. א יינגעל וואס זיצט מיט גארנישט צו טוהן, און ער דרייט זיך ווי א בכור, איז נישט אזוי 'פארלאנגווייליגט' ווי באר"ד.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 12, 2017 2:18 pm
דורך [NAMELESS]
או יאמר אז ווען די צייט איז ליידיג שפירט זיך עס זייער לאנג, און דאס מיינט מען אז דער "וויילע" - וואס איז דאך א זמן מסוים - איז געווען לאנג. משא"כ אנגעפולטע צייט פליהט.

Re: האקעלע זאכען - לערנען מיט קינדער

נשלח: פרייטאג יוני 23, 2017 5:43 pm
דורך טמיר
א 9 יעריג יונגל וואס לערנט מסכת שבת פרעגט מיך וואס מיינט בשר החופה רוב העטרה. איז א פראבלעם צי ענטפערן דעם אמת?

Re: האקעלע זאכען - לערנען מיט קינדער

נשלח: פרייטאג יוני 23, 2017 5:52 pm
דורך קל וחומר
וואסארע פראבלעם קען דען זיין?
ער ווייסט דען נישט וואו מ'מל'ט?

נשלח: פרייטאג יוני 23, 2017 6:33 pm
דורך [NAMELESS]
טמיר האט געשריבן:א 9 יעריג יונגל וואס לערנט מסכת שבת פרעגט מיך וואס מיינט בשר החופה רוב העטרה. איז א פראבלעם צי ענטפערן דעם אמת?

יענעם'ס א קינד?? אםםם ווער געוואר די געזעץ קודם...

דיין קינד א וודאי יא

Re: האקעלע זאכען - לערנען מיט קינדער

נשלח: מוצ"ש יוני 24, 2017 10:34 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דארפסט איהם ווייזען א נישט געמאלעטע אבר אז ער זאל פארשטייען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: מוצ"ש יוני 24, 2017 11:12 pm
דורך אישתישבי
נו שוין, פארדעם אנטלויפן אונז אלע פין אים.

נשלח: זונטאג יוני 25, 2017 12:06 am
דורך איש את רעהו
דעת תורה האט געשריבן:אזוי אויך פונעם רמב"ם אז מען גיבט זיסווארג פאר די קינדער צו לערנען. די גאנצע אפשערן צערעמאניע.

נאר תינוק הבורח געדענקט ער. פאלט אים נישט ביי אז דאס איז ענדערש א דבר הצריך תיקון


היינו הך
היות דער תינוק איז בעצם א בורח, קומט אים צו געבן א צוקער'ל.