בלאט 2 פון 3

נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 9:08 am
דורך gehlungen
גדעון האט געשריבן:פאר ענץ זענטס ביזי וואס סאטמאר וועט שרייבן, ליינטס אביסל די קאמענטס אויף די איזרעילי באריכטן,

Which one are you talking about ? I think the Blatt will bring him out completly & the YID will copy the blat. Not to be left back. And the real EMES is "no body cares " its as they always say Paper can carry any lie. & nonsense :דיסלייק:

נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 11:47 am
דורך [NAMELESS]
א גרויסען דאנק יאנקעל פאר'ן צושטעלן די אלע ערשטע זייטען און די לינק'ס צו די ארטיקלען

וואס איז פשט אז די אותיות פון המבשר זענען אזוי פיצי??

נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 11:50 am
דורך זר זהב
נו וויאזוי באריכט עס דער איד, איינער האט די פראנט זייט?

נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 11:55 am
דורך [NAMELESS]
ראשעקאל האט געשריבן:א גרויסען דאנק יאנקעל פאר'ן צושטעלן די אלע ערשטע זייטען און די לינק'ס צו די ארטיקלען

וואס איז פשט אז די אותיות פון המבשר זענען אזוי פיצי??


כדי שלומי אמוני ישראל זאלן נישט נכשל ווערן מיט ליינען צייטונגען, מהם ילמדו וכן יעשו

נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 12:20 pm
דורך טעפל
קאפי-פעיסט..

נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 12:25 pm
דורך עס עפעס
אין "לוח הציבור" בארא פארק איז היינט ערשינען א שיינע און קורצע אפשאצונג:

[center]אריבער 100 טויזנט נעמען אנטייל ביי מסע הלוי' פון הגאון האדיר הישיש רבי יוסף שלום אלישיב זצ"ל[/center]‬‬
[center]מנהיג, מורה דרך און פוסק אחרון פונעם עולם התורה והישיבות אין די לעצטע צענדליגער יארן – נפטר געווארן אין עלטער פון 102 יאר[/center]‬‬

‫‫
דער עולם התורה און גאנץ כלל ישראל איז נעכטן אריינגעפאלן אין א טיפן טרויער, נאכדעם וואס עס איז געקומען די בשורה איבער די פטירה פון הגאון האדיר רבי יוסף שלום אלישיב זצ"ל, דער לעצטער פון די תורה ריזן און דער גרויסער לייב בעולם ההלכה, וועלכער האט אויסגעהויכט די נשמה אין טיפן עלטער, בשיבה טובה פון 102 יאר.

וויפיל מען זאל נאר שרייבן איבער דעם גאון און גדול, וועט מען קיינמאל נישט אנקומען צו דעקן אלעס און באשרייבן די גדלות בתורה און גאונות וואס האי צדיק וגאון האט געגרייכט דורכאויס זיינע יארן; וויפיל תלמידים הגונים ער האט אויפגעשטעלט; און וויפיל האט זיך די וועלט געשאקלט מיט זיינע פסקים אויף די הארבסטע שאלות פונעם דור איבער די לעצטערע זעכציג זיבעציג יאר.

בלויז דער פשוט'ער פאקט אז דער גאון זצ"ל האט נישט פארמאגט קיין שום אפיציעלע פאסטן אדער פאזיציע אין קיין שום רבני'שע קערפערשאפט און דאך זענען זיינע פסקים געווארן אנגענומען דורך צענדליגער טויזנטער אידן פון איבער דער גארער וועלט. זיינע טעגליכע שיעורים אין ישיבה תפארת בחורים, וועלכע ער האט געגעבן פאר נאענט צו אכציג יאר, איז געווען דורכגענומען מיט כל התורה כולה און יעדער שיעור באזונדער איז געווען פאר זיך ככרכא דכולה ביה.

זיין פטירה לאזט איבער צענדליגער טויזנטער אידן פאר'יתומ'ט און מען האט דאס געקענט דערקענען אויף אלעמענס פנימ'ער נעכטן ווען די נייעס איז צעשפרייט געווארן, און אין אלע ישיבות האט מען פארמאכט דעם תהלימ'ל און זיך געגרייט צו געזעגענען און אפגעבן דעם לעצטן כבוד פאר'ן גאון זצ"ל למנוחת עולמים.

משחר טל ילדותו

הגאון רבי יוסף שלום זצ"ל איז געבוירן געווארן אין יאר תר"ע אין די שטאט גאמאל, אין דער ליטע, צו זיינע חשוב'ן פאטער הרב אברהם אלישיב און זיין חשובע מוטער רביצין חיה מאשא. זיין מאמע איז געווען א טאכטער פון הרב שלמה אלישיב זצ"ל, דער בעל לשם, און די פאמיליע האט זיך א נאמען געגעבן נאך איר חשוב'ן פאטער'ס פאמיליע נאמען.

נאך געציילטע יאר וואוינען אין פוילן, האט זיך די פאמיליע געצויגן קיין ארץ ישראל, וואו זיי האבן זיך באזעצט אין ירושלים אינעם מאה שערים געגנט, נעבן דעם גרויסן זיידן רבי שלמה אלישיב זצ"ל, וועלכער איז געווען באקאנט בימיו אלס גרויסער בעל מקובל און הייליגער איד.

זייענדיג נאך גאר א קליין יונגל, האט זיך שוין גלייך אנגעזען אויף רבי יוסף שלום אז ער וועט אויסוואקסן א גדול בתורה. אינדערצייט וואס אנדערע קינדער האבן זיך געשפילט אין גאס, און האבן אים גערופן זיך צו שפילן אינאיינעם, פלעגט ער דאס כסדר אפזאגן און ליבערשט פלעגט ער לויפן אין בית המדרש אריין צו לערנען נאך א משנה, נאך אן עמוד גמרא, אריינצוכאפן וואס מער תורה.

אזוי איז ער אונטערגעוואקסן, און אלע וועלכע האבן געלערנט אין די שוהלן וואו דער קליינער יוסף שלום האט געלערנט, האבן באוואונדערט די שטארקע התמדה פון אים, וויאזוי ער האט געקענט זיצן צוגעשמידט צום ספר פאר לאנגע שעות אנדעם וואס ער זאל אפילו אויפהייבן זיינע אויגן פאר א מינוט. דאס איז געווען עפעס וואס האט אים באגלייט זיין גאנץ לעבן און זיינע ארומיגע מענטשן פלעגן אייביג דערציילן איבער די איבערמענטשליכע התמדה בתורה.

דורות ישרים ומבורכים

ווי יעדער צדיק וגדול, האט רבי יוסף שלום געהאט זיין טייל פון עגמת נפש און צרות אויף דער וועלט, אבער טראץ דעם אלעם, האט דאס אים נישט אוועקגעשלעפט פון די תורה הקדושה און דאס האט נאר פארשטארקערט זיין התמדה.

ער האט חתונה געהאט מיט זיין רביצין שיינא רחל, וועמענס טאטע איז געווען הרב הגאון רבי ארי לעווין זצ"ל. דער רבי ארי' איז געווען באקאנט אלס גאלדענער הארץ און דורכאויס די יארן האט ער אין ארץ ישראל געטאן אנע שיעור חסד מיט ארימע און מיטגעמאכטע פאמיליעס.

דער גאון זצ"ל און זיין רעביצין האבן אויפגעצויגן 9 קינדער, און ביי אכט פון זיי האט ער זוכה געווען צו זעהן גרויס נחת, וואס יעדער איינס פון די קינדער זענען אויסגעשטיגן צו פירן אייגענע פאמיליעס פון קינדער ראשי ישיבות, רבנים און גדולים אינעם עולם התורה והישיבות איבער ארץ ישראל און איבער די גאנצע וועלט.

איינס פון זיינע 9 קינדער, א טאכטער, איז נעבעך אומגעקומען טראגיש ווען אין יאר 948' האבן אראבער אריינגעשאסן עטליכע ראקעטן קיין ירושלים עיר הקודש און דאס קינד איז באטראפן געווארן דורך איינס פון די ראקעטן.

פון די אנדערע זייט, טראץ זיינע צרות, האט ער זוכה געווען צו דערלעבן זעקס דורות און די זכיה צו מיטהאלטן אלע חתונות פון זיינע אלע אור אייניקלעך, אריינגערעכנט זיין יונגסטע אור אייניקל א כלה וועלכע האט חתונה געהאט עטליכע חדשים צוריק.

והגית בו יומם ולילה

זיין התמדה איז געווען די זאך וואס האט ארויסגעברענגט די געהויבענע פערזענליכקייט פון דעם גאון, ווען כסדר איז ער געזיצן און געלערנט טראץ זיין טיפע עלטער.

ער פלעגט אויפשטיין אזוי פרי ווי דריי אזייגער פארטאגס און לערנען ביז אין די שפעטע נאכט שעות, און עס איז געווען א באקאנטע זאך ביי אידן, זיך צו ווינטשן און אנווינטשן פאר די קינדער אז מען זאל זוכה זיין צו די אומגעהויערע התמדה צו וועלכע ער האט זוכה געווען.

ובא השמש

מיט עטליכע מאנאטן צוריק האט זיך דער געזונט צושטאנד פון הגאון רבי יוסף שלום פיל פארערגערט און ער איז אריינגעפירט געווארן צום שערי צדק שפיטאל, ליידנדיג פרישע פראבלעמען פון אן אלטן הארץ פעלער.

דער גאון זצ"ל האט שוין אין לויף פון זיינע יארן געהאט מיטגעמאכט אסאך געזונטהייט פראבלעמען, און כלל ישראל האט מתפלל געווען אז אויך דאסמאל זאל ער זיך ערהוילן און צוריקקומען צו די כוחות. עס איז אבער פון הימל געווען באשערט פארקערט און נעכטן מיטוואך פיר אזייגער נאכמיטאג ארץ ישראל זייגער האט ער אויסגעהויכט די נשמה, במעמד פון פילע רבנים, גאונים און אנגעזעענע לייט, וועלכע האבן געזאגט פסוקי ווידוי און שמע ישראל.

די גרויסע לויה

שרייבנדיג די שורות איז נאך די גרויסע לויה ווייט פון פארטיג, און דער גרויסער געדרענג פון פילע טויזנטער מלוים, מאכט שווערער דעם וועג, וואס פאליציי שאצן אז ס'קען נאך דויערן ביז אינמיטן דער נאכט אריין.

די לוי' איז ארויס פונעם שטוב פונעם גאון זצ"ל, רחוב חנן אין מאה שערים, און מען איז געגאנגען דעם גאנצן וועג ביז צום הר המנוחות. לויט די פאליצייאישע שאצונגען האבן זיך ביי די לוי' באטייליגט איבער הונדערט טויזנט מענטשן, און פאר ווייטע גאסן אנע ענדע האט מען געזען בלויז שווארץ, ווען יעדער איז ארויסגעקומען באוויינען די אבידה, וכל בית ישראת יבכו את השריפה, אז אזא גדול הדור איז מער נישט בתוכינו.

אויפן הייליגן באפעל פונעם גאון זצ"ל האבן די רבנים המספידים נישט גערעדט בשבחו און בכלל נישט מספיד געווען, נאר זיך געהאלטן צו דברי חיזוק, און דברי התעוררות. הגאון המשגיח רבי דן סג"ל שליט"א האט פארגעזאגט די פסוקי תהלים, וואס די טויזנטער מלוים האבן אינאיינעם נאכגעזאגט און די רגשי התעוררות האט מען געקענט טאפן אין דער לופטן.

די געדרענג ביי די לויה איז געווען אזוי אומגעהויער, אז הצלה וואלונטירן און פאליציי זענען געשטאנען אויף דער וואך און עס זענען געווען זייער אסאך פעלער פון מענטשן וואס זענען געפאלן חלשות צוליב די שטארק-הייסע וועטער און די געדרענג. מענטשן האבן זיך ארויפגעשטופט אויף אלע טאראסעס ארום און ארום די גאסן וואו די לוי' איז ארויס צו קענען מיטהאלטן, און עטליכע צוימען פון די טאראסעס זענען אראפגעפאלן, שאפנדיג א שרעק.

די זעלטענע מעמד און מאסיווע פלוס פון מענטשן, האט אויך געצויגן די אינטערעסע פון פרייע אידן און פון די אלגעמיינע וועלט, אזוי ווייט אז פאליציי האבן אפגעשפארט עטליכע פון די הויפט וועגן וועלכע פירן אריין קיין ירושלים, צו קענען קאנטראלירן דעם פלוס פון טראפיק.

שרייבנדיג די שורות איז די לוי' נאך אלס נישט פארטיג, און עס איז שוין אין די שפעטע נאכט שטונדן אין ארץ ישראל.

אין אזא צייט וואס כלל ישראל באוויינט דעם חורבן בית המקדש און די אבידה פון אזא גרויסן חכם וצדיק, איז דער צייט צו מתפלל זיין אז דער באשעפער זאל זיך שוין טאקע אומקוקן אויף זיין דור יתום און אונז באפרייען מיט די גאולה שלימה בקרוב אמן.

נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 12:36 pm
דורך שמואל הלוי
יישר כח 'עס עפעס' און א עקסטערע יישר כח פארן שרייבער 'יעקב כהן'.

אגב; אינעם ארטיקל שטייט אז ער האט געהאט 9 קינדער, אבער איך האב געזעהן אין אנדערע פלעצער אז ער האט געהאט 12 קינדער, און ווי אויך איז אים מער ווי איין קינד אוועק בחייו ל"ע, אריינגערעכענט רעבעצין קניעווסקי.

נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 1:15 pm
דורך אלבערט
שמואל הלוי האט געשריבן:יישר כח 'עס עפעס' און א עקסטערע יישר כח פארן שרייבער 'יעקב כהן'.

אגב; אינעם ארטיקל שטייט אז ער האט געהאט 9 קינדער, אבער איך האב געזעהן אין אנדערע פלעצער אז ער האט געהאט 12 קינדער, און ווי אויך איז אים מער ווי איין קינד אוועק בחייו ל"ע, אריינגערעכענט רעבעצין קניעווסקי.

יעקב כהן שרייבט אין לוח הציבור?

נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 1:17 pm
דורך קלאר
משה געציל האט געשריבן:
פאזעטיוו האט געשריבן:די פרעסע באריכטעט אז עס איז געווען די גרעסטע לויה וואס איז נאר אמאל געווען אין כלל ישראל מיט א געשאצטע באטיילונגעג פון איבער א פערטל מיליאן מענטשן.

פארשטייטס זיך אליינט׳ס אז אלעס איז אחוץ די לווי׳ פון רביה״ק והטהור....


קיינער טראכט נישט אז דארט זענען געווען אפי' נאנט צו א פערטל מיליאן מענטשן
יעדער פארשטייט אז דאס איז צייטונגען גזמאות

אבער איך קוק ארום אויף די בילדער
איך זעה נישט קיין איין בילד אויף וואס מען זאל קענען בויען אזא גוזמא,
די בעסטע בילד וואס איך האב דערווייל געזעהן איז דאס וואס ליגט אויפן דעקן פינעם יתד
עס זענען דא בילדער פין יארען צירוק פין שמחות אין לוית אין פארשידענע גלענגנהייטן ווי מען זעהט נאך אזא ציבור ווי אויף דעם בילד

נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 1:19 pm
דורך אלבערט
קלאר האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:נו וויאזוי באריכט עס דער איד, איינער האט די פראנט זייט?


האלטס טאקע אז דעם עולם אינטערסירט דאס אזוי שטארק?
אז אין יעדע אשכול רעדסטו פין 'דער איד'

נאר אז מ'רעדט שוין דערוואגען זאל דער איד זיך דעקן אלישב
די סיקרוקים וועלן נאכמאל אנהייבן זייער מערכה פין א נייע צייטונג

הער אויף מיט די נארישע אטאקעס.

דער איד באריכט עס אויפן ערשטן זייט, קוקט אויס גאנץ שיין געדעקט. דער בלאט האט דאס אלץ דער הויפט נייעס און ער טיטולירט אים מיט אלע טיטולען וואס איז אנגענומען אין די וועלט, אבער צוגעלייגט די ווערטער בערך "פארן ליטפישן ציבור". אן אפשאצונג וועלן זיי הערשט האבן קומעדיגע וואך, ווארשיינליך צו זען וויאזוי אלע אנדערע דעקן דאס.

נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 1:20 pm
דורך עס עפעס
אלבערט האט געשריבן:
שמואל הלוי האט געשריבן:יישר כח 'עס עפעס' און א עקסטערע יישר כח פארן שרייבער 'יעקב כהן'.

אגב; אינעם ארטיקל שטייט אז ער האט געהאט 9 קינדער, אבער איך האב געזעהן אין אנדערע פלעצער אז ער האט געהאט 12 קינדער, און ווי אויך איז אים מער ווי איין קינד אוועק בחייו ל"ע, אריינגערעכענט רעבעצין קניעווסקי.

יעקב כהן שרייבט אין לוח הציבור?


אסאך מאל ביי זייערע אנאליזן און נייעסן שטייט יעקב כהן, סאו איי געס ער שרייבט דארטן אויך

נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 1:24 pm
דורך קלאר
קלאר האט געשריבן:
משה געציל האט געשריבן:
פאזעטיוו האט געשריבן:די פרעסע באריכטעט אז עס איז געווען די גרעסטע לויה וואס איז נאר אמאל געווען אין כלל ישראל מיט א געשאצטע באטיילונגעג פון איבער א פערטל מיליאן מענטשן.

פארשטייטס זיך אליינט׳ס אז אלעס איז אחוץ די לווי׳ פון רביה״ק והטהור....


קיינער טראכט נישט אז דארט זענען געווען אפי' נאנט צו א פערטל מיליאן מענטשן
יעדער פארשטייט אז דאס איז צייטונגען גזמאות

אבער איך קוק ארום אויף די בילדער
איך זעה נישט קיין איין בילד אויף וואס מען זאל קענען בויען אזא גוזמא,
די בעסטע בילד וואס איך האב דערווייל געזעהן איז דאס וואס ליגט אויפן דעקן פינעם יתד
עס זענען דא בילדער פין יארען צירוק פין שמחות אין לוית אין פארשידענע גלענגנהייטן ווי מען זעהט נאך אזא ציבור ווי אויף דעם בילד



אזעלכע בילדער זעהט מען ביי די לוי' פין יעדע גדול

נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 1:46 pm
דורך עס עפעס
דער בלאט

נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 1:57 pm
דורך עס עפעס
יאנקל איז צעלאזט און איך האב הנאה!

נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 2:03 pm
דורך קלאר
עס עפעס האט געשריבן:דער בלאט

זיי וועלן ענדערש ארויסברענגן די מצב פין זיין לוי'
ווייל פין גרויסקייט באיכות וועלן זיי נישט שרייבן ציפיהל, עכ''פ די וואך

זיי ווילן נישט כאפען גלייך
עמיר זעהן אויב זיי וועלן האבען א אפשאצונג נעקסטע וואך, אין וואס עס וועט זעהן

נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 4:34 pm
דורך [NAMELESS]
דער איד
Der y.JPG

Der y1.JPG

נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 4:36 pm
דורך שרייבער
ווער איז כ"ק אדמו"ר הגה"ק מוויזניץ וואס ווערט דערמאנט אין איד די ערשטע בלעטל? פון מאנסי?

נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 4:38 pm
דורך לעמיל
שרייבער האט געשריבן:ווער איז כ"ק אדמו"ר הגה"ק מוויזניץ וואס ווערט דערמאנט אין איד די ערשטע בלעטל? פון מאנסי?

אדמו"ר מוויזניץ מאנסי

נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 4:38 pm
דורך משולם שטיינפעלד
האט שוין די איד אמאל געשריבן אויף אים הגה"ק? אדער איז דאס פרעצענדלאז?

נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 4:40 pm
דורך [NAMELESS]
משולם שטיינפעלד האט געשריבן:האט שוין די איד אמאל געשריבן אויף אים הגה"ק? אדער איז דאס פרעצענדלאז?

איך מיין אז זיי שרייבען אייביג אזוי אויף אים.
ביי דע וועי, האסט הנאה געהאט פון דעים אז כ'האב ארויפגעשטעלט די בילד פון דער' איד? אויב יא -א לייק פליז

נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 4:42 pm
דורך משולם שטיינפעלד
איך האלט נישט אז עס קומט דערפאר א לייק, אבער אויב דו בעטסט עס, זעהט אויס אז דו דארפסט עס.

נו א חסד וואס קאסט נישט קיין געלט, נאדיר

נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 4:42 pm
דורך [NAMELESS]
משולם שטיינפעלד האט געשריבן:איך האלט נישט אז עס קומט דערפאר א לייק, אבער אויב דו בעטסט עס, זעהט אויס אז דו דארפסט עס.

נו א חסד וואס קאסט נישט קיין געלט, נאדיר

אה , איך באמערקט טאקע אז די האסט דערווייל געטראפען נאר 4 תגובות וואס ס'קימט זיי א לייק. איך וויל דיר ח"ו נישט מאכען טוישן דיין מנהג. ס'גוט. דארפסט נישט געבען.

נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 4:52 pm
דורך [NAMELESS]
Hamodia1.JPG