בלאט 2 פון 53
נשלח: מאנטאג יאנואר 30, 2017 11:30 am
דורך [NAMELESS]
רבותי, דער הויכגעשפריצטער פרעזידענט פון די פראייניגטע שטאטן האט נעכטן נאכט ארויפגעברענגט זיין נייעם פארשלאג פון.... נישט מער און נישט ווייניגער ווי...
א דריטע וועלטס מלחמה ר"ל!!!
נשלח: מאנטאג יאנואר 30, 2017 11:39 am
דורך קאצקע ציקער
בן אדם האט געשריבן:רבותי, דער הויכגעשפריצטער פרעזידענט פון די פראייניגטע שטאטן האט נעכטן נאכט ארויפגעברענגט זיין נייעם פארשלאג פון.... נישט מער און נישט ווייניגער ווי...
א דריטע וועלטס מלחמה ר"ל!!!
Huh?
נשלח: מאנטאג יאנואר 30, 2017 11:41 am
דורך ליפא
די הויך עדוקאטירטע פארשטייען בעסער ענגליש ווי איך און דו..
נשלח: מאנטאג יאנואר 30, 2017 11:51 am
דורך אישתישבי
טאמער אויסמעקען אייסיס פאדערט א וועלט קריג, איז עס בבחינת ההכרח לא יגונה.
נשלח: מאנטאג יאנואר 30, 2017 12:43 pm
דורך החוקר
אישתישבי האט געשריבן:טאמער אויסמעקען אייסיס פאדערט א וועלט קריג, איז עס בבחינת ההכרח לא יגונה.
תישבי, איך קען דיר נישט פערזענליך, אבער איך שטיי און איך שטוין! איז דאס א נארמאלער מענטש א בר דעת?!
איך מיין נישט קיינעם פערזענליך, אבער ווי קען א מענטש, נאכדערצו א "איד", וואס גייט
בלי שום ספק בעולם זיין פון די גרעסטע דערלייגער, מיר גייען זיכער ווערן א סקעיפ גאוט, ווי קען אזא איינער שטיצן און מיטגיין מיט אזא פלאן.
אחוץ אויב די האפסט אז דאס איז מלחמת גוג ומגוג, און פאר משיח'ן ביסטו מסכים אויף אלעם.
נשלח: מאנטאג יאנואר 30, 2017 12:50 pm
דורך גאנצל
תשבי האב נישט מורא מ'רעדט נישט פון קיין דריטע וועלט מלחמה בכלל איינער האט נישט גוט געליינט א טוויט פונעם פרעזידענט און ער איז אביסל צומישט ס'איז גארנישט
Re: לב מלכים ושרים: פרעזידענט טראמפ יר"ה
נשלח: מאנטאג יאנואר 30, 2017 12:58 pm
דורך החוקר
יעצט לגבי וואס טראמפ האט געזאגט.
ווי ווייט איך ווייס, האט ער נישט גערעדט פון אנהייבן די דריטע וועלט מלחמה, ער האט נאר געווארנט סענ. מקעין און גרעהעם, אז מיט זייער שריט (וואס זיי האבן זיך דערוואגט ארויסצולייגן א סטעיטמענט אנטקעגן טראמפ'ס שריט), טוען זיי אינטערצונדען די דריטע וועלט מלחמה.
אבער אינאמת'ן בין איך נישט צו סאך רוהיגער, אז אונזער פרעזידענט קען שיסן טוויט'ס פון א דריטע וועלט מלחמה, כאילו מען רעדט דא פון זיין "קראוד" סייז.
פרעזידענט און דריטע וועלט מלחמה אין איין פאראגראף, איז נישט קיין פאזיטיווע זאך.
נשלח: מאנטאג יאנואר 30, 2017 1:29 pm
דורך [NAMELESS]
איך ליין נישט קיין טוויט'ס, איך ליין דעם מענטש!
נשלח: מאנטאג יאנואר 30, 2017 1:44 pm
דורך גאנצל
בן אדם האט געשריבן:איך ליין נישט קיין טוויט'ס, איך ליין דעם מענטש!
דעם מענטש ליינסטו אויך קרום
נשלח: מאנטאג יאנואר 30, 2017 2:08 pm
דורך [NAMELESS]
חברה, זייטס מצרף ענקער חתימה. האט'ס א חלק אין די מצוה!
https://impeachdonaldtrumpnow.org
נשלח: דינסטאג יאנואר 31, 2017 5:25 pm
דורך [NAMELESS]
נשלח: מיטוואך פעברואר 01, 2017 8:25 am
דורך [NAMELESS]
נשלח: מיטוואך פעברואר 01, 2017 9:24 am
דורך שבת אחים
Make China Great Againhttps://www.nytimes.com/2017/01/31/opin ... d=fb-sharePresident Trump with the executive order withdrawing the United States from the Trans-Pacific Partnership
Re: לב מלכים ושרים: פרעזידענט טראמפ יר"ה
נשלח: מיטוואך פעברואר 01, 2017 12:59 pm
דורך החוקר
מארק קיובען אנאליזירט אביסל טראמפ פאליסי'ס
https://youtu.be/UsWzDYtmC64
Re: לב מלכים ושרים: פרעזידענט טראמפ יר"ה
נשלח: פרייטאג פעברואר 03, 2017 12:27 am
דורך החוקר
נשלח: מיטוואך פעברואר 15, 2017 3:31 pm
דורך החוקר
טראמפ פרעסע קאנפערענץ מיט ביבי
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=SmfseeZt5fA[/youtube]
[youtube]https://youtu.be/SmfseeZt5fA[/youtube]
Re: לב מלכים ושרים: פרעזידענט טראמפ יר"ה
נשלח: מיטוואך פעברואר 15, 2017 3:46 pm
דורך מפוזרי
דער עולם שלאפט דא. ענדליך איז געקומען די צייט וואס דער פרעמיער פון ישראל, - יא, דער יעניגער וואס טוט שטעל פארטרעטן כלל ישראל, צי איר װילט צי נישט! - קומט אן קיין וואשינגטאן און ווערט אויפגענומען בכבוד מלכים ווי עס פאסט זיך פארן העכסטן פארשטייער פון דאס אידישע פאלק און לאנד.
נאך אזעלכע פארפרוירענע אכט יאר האט די יעצטיגע ווארעמקייט א ספעציעלן געשמאק.
אויף צעלאָכעס פון די אלע שונאי ישראל!
#פאר דער וואס האט געוואלט וויסן פארוואס די אידן האבן געוואלט טראמפ
נשלח: מיטוואך פעברואר 15, 2017 3:51 pm
דורך [NAMELESS]
מפוזרי האט געשריבן:#פאר דער וואס האט געוואלט וויסן פארוואס די אידן האבן נישט געוואלט טראמפ
כצ"ל
Re: לב מלכים ושרים: פרעזידענט טראמפ יר"ה
נשלח: מיטוואך פעברואר 15, 2017 3:56 pm
דורך מפוזרי
בן אדם האט געשריבן:מפוזרי האט געשריבן:#פאר דער וואס האט געוואלט וויסן פארוואס דיאידן-פיינט האבן נישט געוואלט טראמפ
כצ"ל
מיינסט מסתמא אזוי
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 12:30 pm
דורך שבת אחים
מפוזרי האט געשריבן:דער עולם שלאפט דא. ענדליך איז געקומען די צייט וואס דער פרעמיער פון ישראל, - יא, דער יעניגער וואס טוט שטעל פארטרעטן כלל ישראל, צי איר װילט צי נישט! - קומט אן קיין וואשינגטאן און ווערט אויפגענומען בכבוד מלכים ווי עס פאסט זיך פארן העכסטן פארשטייער פון דאס אידישע פאלק און לאנד.
נאך אזעלכע פארפרוירענע אכט יאר האט די יעצטיגע ווארעמקייט א ספעציעלן געשמאק.
אויף צעלאָכעס פון די אלע שונאי ישראל!
#פאר דער וואס האט געוואלט וויסן פארוואס די אידן האבן געוואלט טראמפ
אנטשולדיגט מיר, אבאמא איז אייביג געוועהן א פריינד פאר ישראל, ביז נתניהו האט עס פארפּאטשקעט בידים ביי די איראן דיעל ווען ער איז געקומען קיין וואשינגטאן אומגערופן רעדן צו קאנגרעס אקעגן די דיעל וואס ״זעכציג לענדער״ האבן צאמגעשטעלט, א זאך וואס איז דאכצעך קיינמאל געשעהן אין היסטאריע. וואַטש אבאמא׳ס רייזע קיין ישראל און זיינע רעדעס, קיין שונא ישראל קיינמאל נישט געוועהן! סה״כ א שונא נתניהו...
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 12:37 pm
דורך איש את רעהו
טראמפ וועט די ישראלים האבן אין לינקן טאש
ער דארף זיי גארנישט געבן ווייל ער איז דאך ממילט אן אוהב ישראל
די ישראלים וועלן נאך אסאך כריין עסן מיט טראמפ'ן
Re: לב מלכים ושרים: פרעזידענט טראמפ יר"ה
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 3:36 pm
דורך מפוזרי
שבת אחים האט געשריבן:מפוזרי האט געשריבן:דער עולם שלאפט דא. ענדליך איז געקומען די צייט וואס דער פרעמיער פון ישראל, - יא, דער יעניגער וואס טוט שטעל פארטרעטן כלל ישראל, צי איר װילט צי נישט! - קומט אן קיין וואשינגטאן און ווערט אויפגענומען בכבוד מלכים ווי עס פאסט זיך פארן העכסטן פארשטייער פון דאס אידישע פאלק און לאנד.
נאך אזעלכע פארפרוירענע אכט יאר האט די יעצטיגע ווארעמקייט א ספעציעלן געשמאק.
אויף צעלאָכעס פון די אלע שונאי ישראל!
#פאר דער וואס האט געוואלט וויסן פארוואס די אידן האבן געוואלט טראמפ
אנטשולדיגט מיר, אבאמא איז אייביג געוועהן א פריינד פאר ישראל, ביז נתניהו האט עס פארפּאטשקעט בידים ביי די איראן דיעל ווען ער איז געקומען קיין וואשינגטאן אומגערופן רעדן צו קאנגרעס אקעגן די דיעל וואס ״זעכציג לענדער״ האבן צאמגעשטעלט, א זאך וואס איז דאכצעך קיינמאל געשעהן אין היסטאריע. וואַטש אבאמא׳ס רייזע קיין ישראל און זיינע רעדעס, קיין שונא ישראל קיינמאל נישט געוועהן! סה״כ א שונא נתניהו...
נעוואדע איז נתניהו שולדיג! א חוצפה פון א אידעלע צו מיינען אז ער האט וואס אריינצורעדן אין זאכן וואס זענען נוגע זיין אייגענער עקזיסטענץ!
אזעלכע ערנסטע ענינים דארף מען איבערלאזן פאר די "זעכציג לענדער", זײ וועלן שוין קעיר נעמען. דער איד זאל ביטע זיצן שטיל און איינגעמאכט.
אבער נאר דיר צו דערמאנען, דעם באקאנטן בילד ווי אבאמא זיצט מיט די פיס אויפן טיש נאך נתניהו'ס א באזוך איז געווען יארן בעפאר די איראן דיל.
נעבעך, בע"כ, האט אבאמא אייביג געמוזט ווערן באליידיגט פונקט ווען נתניהו קומט אן.
נו, דאס איז טאקע די שמחה. ב"ה דער נייער פרעזידענט איז נישט אזוי עמפינדליך...
בד"וו, איך זאג נישט בהכרח אז אבאמא איז א שונא ישראל. דאס זאג איך אבער יא, אז די שונאי ישראל האבן זיך געפרייט מיט אים.
Re: לב מלכים ושרים: פרעזידענט טראמפ יר"ה
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 3:43 pm
דורך מפוזרי
איש את רעהו האט געשריבן:טראמפ וועט די ישראלים האבן אין לינקן טאש
ער דארף זיי גארנישט געבן ווייל ער איז דאך ממילט אן אוהב ישראל
די ישראלים וועלן נאך אסאך כריין עסן מיט טראמפ'ן
טאקע דאס איז די שמחה, צוצוזען דיין פארצווייפעלטע דברי ניחומים.
יא, ער וועט נאך עסן כריין... אבער דערווייל האלט מען ביי שולחן עורך, א יא? נאך אכט יאר קייען מרור מעג מען זיך אביסל וואויל גיין.