בלאט 2 פון 8
נשלח: מאנטאג פעברואר 06, 2017 10:16 am
דורך אברעימל
קורקלענד האט געשריבן:דאס לאזן האלטן גרויסע באלאנס'ן העלפט זיי גארנישט. ס'ניט אמאל א סערוויס וואס די גרויסע שטעלן צו אז מען זאל זאגן אז זיי דארפן מיט דעם קאמפיטן.
קאמפעטישן מיינט לאו דוקא זיך נאכמאכן יעדע פרט נאר אז מ'שטעלט צי א סערוויס וואס יענער שטעלט נישט צי.
און לגבי לאזן האלטן באלאנס'ן, איז רוב גראסעריס אין מאנסי לאזן טאקע נאר אויפשרייבן אויב מ'גיבט אריין א קרעדיט קארד וואס מ'רעכנט איין מאל א חודש.
נשלח: מאנטאג פעברואר 06, 2017 1:43 pm
דורך יעקב מענטש
אברעימל האט געשריבן:קורקלענד האט געשריבן:דאס לאזן האלטן גרויסע באלאנס'ן העלפט זיי גארנישט. ס'ניט אמאל א סערוויס וואס די גרויסע שטעלן צו אז מען זאל זאגן אז זיי דארפן מיט דעם קאמפיטן.
קאמפעטישן מיינט לאו דוקא זיך נאכמאכן יעדע פרט נאר אז מ'שטעלט צי א סערוויס וואס יענער שטעלט נישט צי.
און לגבי לאזן האלטן באלאנס'ן, איז רוב גראסעריס אין מאנסי לאזן טאקע נאר אויפשרייבן אויב מ'גיבט אריין א קרעדיט קארד וואס מ'רעכנט איין מאל א חודש.
לדעתי איז א טפשות פון זייער זייט צו לאזן אויפשרייבן העכער 1000 פאר א גרעסערע פאמיליע, ס'ברענגט אים נישט קיין ביזנעס, ס'ברענגט אים נאר די מענטשען וואס צאלן נישט, אדער די מענטשען וואס 'גייען' נישט צאלן ווייל ער האלט שוין ביי 5000 דאלאר.
נשלח: מאנטאג פעברואר 06, 2017 7:27 pm
דורך קורקלענד
אברעימל האט געשריבן:קאמפעטישן מיינט לאו דוקא זיך נאכמאכן יעדע פרט נאר אז מ'שטעלט צי א סערוויס וואס יענער שטעלט נישט צי.
אוודאי. אבער א סערוויס וואס ברענגט נישט קיין גוטע קליענטן איז זיכער נישט גוט צוצושטעלן. נישט פארגעסן אז יעדע סערוויס וואס א ביזנעס שטעלט צו קאסט פאר די קאסטומערס. אין דעם פאל צאלט רוב עולם טייערער אויף די ארדערס ווייל אפאר געציילטע האבן שווערע באלאנס'ן.
Re: פארוואס בעסערע מענטשען קויפן נישט אין Bingo ?
נשלח: מאנטאג פעברואר 13, 2017 1:41 pm
דורך יעלה ויבא
lead, follow, or get out of the way
נשלח: מאנטאג פעברואר 13, 2017 3:21 pm
דורך יעקב מענטש
יעלה ויבא האט געשריבן:IMG-20170213-WA0032.jpg
lead, follow, or get out of the way
ער האט אים פארשיקט ? אדער ער איז זיך אליינס געגאנגען ?
נשלח: מאנטאג פעברואר 13, 2017 4:09 pm
דורך כלבאשבוע
אליין געגאנגען, ער טענהט אז ער האט נישט באקומען קאאפאראציע פון בינגאו
נשלח: מאנטאג פעברואר 13, 2017 4:29 pm
דורך קורקלענד
Our buying power is your savings קען מען אויך פארטייטשן Our arrogance is your savings. די שאלה איז נאר צו ס'וועט מצליח זיין.
ווי איך פארשטיי. ווען צוויי זייטן טוען ביזנעס דארפן ביידע פארדינען. מאכן דיעלס וואס ניצט אויס, ברענט אויס אדער מאכט פארלירן די אנדערע זייט קען נאר ארבייטן צייטווייליג.
נ. ב. די צעטל האט ער נישט געהאנגען. עס איז מעשי ידי אחרים. און די סיבה איז לאו דוקא די סיבה פארוואס ער איז געגאנגען.
נשלח: מאנטאג פעברואר 13, 2017 5:11 pm
דורך רויטע וואנצעס
כ'האב מתחילה נישט פארשטאנען די אויפטו פון שמעון'ס דעליווערי. יעדער קומט מיט א קאר, און טעלפאן ארדערס איז נישט דא, ווער איז די קליענטעל פאר דעליווערי?
נשלח: מאנטאג פעברואר 13, 2017 7:09 pm
דורך קורקלענד
ווי איך פארשטיי איז די קליענטעל געווען גענוג גרויס.
נשלח: מאנטאג פעברואר 13, 2017 8:59 pm
דורך אישתישבי
ס'הייסט, ס'איז פשוט.
די פרויען קענען דארט גיין אליין איינקויפן, און אהיים שיקען מיט דעליווערי.
דאס איז לכאורה א שטארקע טפשות פין בינגא.
יעצט איז עס אייביג פיל מיט קאפעלס וואס קומען איינקויפן.
נשלח: מאנטאג פעברואר 13, 2017 9:08 pm
דורך איש את רעהו
בעסערע מענטשן מאכן נישט קיין חתונות לויט תקנות סטאנדארטן ?
בעסערע מענטשן לאזן נישט מאכן קיין הנחה פרייזן אויף דירות וויל מען דארף געבן פרנסה פאר מענטשן וואס ווערן דערפון רייך ?
בעסערע מענטשן דארפן יערליך צאלן צווישען 40 און 50 אלפים מער פאר גראסערי/פיש/פלייש ווייל מען טאר נישט שפארן געלט?
אויב פארשטייט א מענטש אז מען מעג מאכן סטאנדארטען אויף ביליגערע חתונות און וואוינונג ערטער פארוואס ביים עסן שטעלט זיך עס אפ ?
נשלח: מאנטאג פעברואר 13, 2017 9:13 pm
דורך berlbalaguleh
רויטע וואנצעס האט געשריבן:כ'האב מתחילה נישט פארשטאנען די אויפטו פון שמעון'ס דעליווערי. יעדער קומט מיט א קאר, און טעלפאן ארדערס איז נישט דא, ווער איז די קליענטעל פאר דעליווערי?
רויטע וואנצעס: ס'איז דא גענוג מידל עידזש'ד און עלטערע מענטשן וועלכע קומען מיט א קאר, אבער זיי טויגן נישט שלעפן די פעקלעך אליינס. פאר דעם איז געווען שמעון'ס עקספרעסס ע"ה. ווען איך בין געווען אין מיינע יונגערע יארן, ווען ס'איז נאך אפילו נישט געווען גאלדבערג'ס/24 אדער מעגא 53, און איך בין געקומען אהיים שפעט פון די ארבעט, ביניך געגאנגען צו באכנער'ס אויף 16 עוו. קארנער 50 סטריעט און געשלעפט אליינס באקסעס פון גראסעריס. קיינמאל נישט געניצט קיין שאפינג בעגס...!
נשלח: מאנטאג פעברואר 13, 2017 9:16 pm
דורך קורקלענד
איש את רעהו האט געשריבן:בעסערע מענטשן מאכן נישט קיין חתונות לויט תקנות סטאנדארטן ?
בעסערע מענטשן לאזן נישט מאכן קיין הנחה פרייזן אויף דירות וויל מען דארף געבן פרנסה פאר מענטשן וואס ווערן דערפון רייך ?
בעסערע מענטשן דארפן יערליך צאלן צווישען 40 און 50 אלפים מער פאר גראסערי/פיש/פלייש ווייל מען טאר נישט שפארן געלט?
אויב פארשטייט א מענטש אז מען מעג מאכן סטאנדארטען אויף ביליגערע חתונות און וואוינונג ערטער פארוואס ביים עסן שטעלט זיך עס אפ ?
האסט נישט פארשטאנען. ביטע לייען איבער קאווע'ס הודעה.
נשלח: דינסטאג פעברואר 14, 2017 3:36 pm
דורך signout
קודם, כ'פלעג קיינמאל נישט גיין צו ביליגע סטארס ווי KRM אדער 1 סטאפ אא''וו צו שפארען די 10-20 פראצענט, אין כ'פלעג קיינמאל נישט רופן מיין גראסערי זאל מיך דעליווערן קלייניקייטן אדער טוהן איינס פין די אביוזעריין וואס ק''ט בארירט,
קאווע טרינקער האט געשריבן:[justify]אבער ווען די גאנצע ציל איז בפירוש צו האקן אנדערע גראסערי,[/justify]
די ערשטע מאל ווי איך זעה זיי זאלען האבען א ציהל צו האקען די קליינע גראסעריס, כ'מיין אז ס'איז בלבול פין די וואס ווילן אים זעהן פארמאכט
קאווע טרינקער האט געשריבן:[justify]ווי כלומר'ש גראסערי'ס זענען טיייער[/justify]
הלוואי נאר א 'כלומרש'ט', פרייזן ריקען זיך ארויף אויף אזא מאסשטאבען פארנעם אז כ'האב אלס ארויסגעקוקט אויף טאג ווען איינער וועט קומען אין מאכען אז מיין גראסערי זאל טראכטען 2 מאל פאר ער ריקט ארויף די פרייז ווען די סיבה איז נאר אז ער וועט סייווי קויפן ביי מיר ווייל מיין קאמפעטישאן איז גענוג ווייט
קאווע טרינקער האט געשריבן:[justify]פארדינט מען למעשה אפאר טוללער פון קויפן "אסאך פאר ביליג" vs.. "גענוג פאר נארמאלע פרייז",[/justify]
פארואס דארף מען קויפן 'אסאך' כ'גיי מיט מייין געווענליכע גראסערי ארדער, נישטו קיין סיבה פארוואס כ'דארף קויפן אסאך, ווען די פרייז זענען נישט קיין וויקלי ספעשילס אין כ'קען עס בעז''ה האבען נעקסטע וואך אויך
קאווע טרינקער האט געשריבן:[justify]די גרויסע בינגאו האבן גע'עפענט עשירים וואס דארפן "נאך" געלט. [אומ]מענטשן וואס האבן שוין אנדערע געשעפטען.[/justify]
אלע מאי ער וויל האקען זיין אייגענע גראסערי? (ווי ער מאכט 100 פראצענט ריווח אן קיין שותפים?),??
קאווע טרינקער האט געשריבן:[justify]פארגין דיין היימישע גראסערי זיין ערליך פארדינטע געלט[/justify]
יעצט רעדסטו ווערטער, אבער דארפסט פארשטיין איך זאג די זעלבע אויף מיר, איך דארף טוהן וואס איז גיט פאר מיר, פינקט ווי מיין גראסערי טוט וואס איז גיט פאר אים, אין קויפט נאר פין דיסטריביוטערס וואס איז גיט פאר אים, פאר מיין בערזל איז געווינטשן צו האבען א געשעפט וואס זיין POWER איז אז באקומט ביליג ווען ער ריקט סחורה, אבער אויב איינער האט יא הנאה געהאט פין זיין גראסערי פין אויפשרייבן, דעליווערן קליינקייטן, אין די אנדערע סערוויסעס אין אביוזרייען אין זיין סטאר האט נישט געזיכט ווי צו העכערן פרייזן ווען ער קען נאר, וואלט מעגליך יא געווען א שיינע זאך אז ער לויפט נישט אוועק אין אזא פאל,
נשלח: פרייטאג פעברואר 24, 2017 2:17 pm
דורך קאווע טרינקער
יא, דער ערשטער בינגאו קרבן איז געפאלן. א היימישע איד פארמאכט זיין געשעפט צוליב אפאר גוטע אקאונטס וואס זוכן פלוצלינג bulk.
די גראסערי קעגען איבער סטאלין מיידל סקול.
Re: פארוואס בעסערע מענטשען קויפן נישט אין Bingo ?
נשלח: פרייטאג פעברואר 24, 2017 2:40 pm
דורך קלוגע יודל
קאווע טרינקער האט געשריבן:יא, דער ערשטער בינגאו קרבן איז געפאלן. א היימישע איד פארמאכט זיין געשעפט צוליב אפאר גוטע אקאונטס וואס זוכן פלוצלינג bulk.
די גראסערי קעגען איבער סטאלין מיידל סקול.
נאמען? אדרעס?
Re: פארוואס בעסערע מענטשען קויפן נישט אין Bingo ?
נשלח: מוצ"ש פעברואר 25, 2017 10:45 pm
דורך יעלה ויבא
lead, follow, or get out of the way
נשלח: מוצ"ש פעברואר 25, 2017 11:44 pm
דורך berlbalaguleh
קאווע טרינקער האט געשריבן:יא, דער ערשטער בינגאו קרבן איז געפאלן. א היימישע איד פארמאכט זיין געשעפט צוליב אפאר גוטע אקאונטס וואס זוכן פלוצלינג bulk.
די גראסערי קעגען איבער סטאלין מיידל סקול.
קאווע טרינקער: רעד קלארע דיבורים. די גראסערי וועלכע דו האסט דא דערמאנט גייט ארויס פון ביזנעס. יא. אדער נישט?. איך בין א שטיקל מחותן דארט. איך גיי (כמעט) א יעדן טאג דארט קויפן א (סעלף סערוויס) קאווע. און אמאל א סענדוויטש אויך. איך דערשמעק דארט אן אטמאספער פון חסל סידור פסח...!
קול ברמה נשמע!
נשלח: מאנטאג פעברואר 27, 2017 11:53 pm
דורך קאווע טרינקער
הגה"צ אב"ד אבני פנחס ד'רוסלאוויץ שליט"א, איז מעורר זיין קהילה צו שטיצען די קליינע היימישע גראסעריס!
נחשון.
נשלח: דינסטאג פעברואר 28, 2017 1:05 am
דורך שמעון וואלף
I happen to know him and he's a nice guy
אבער פארוואס איז ער נישט מעורר מ'זאל קויפן עלעקטראניקס ביי היימישע געשעפטן און נישט אויף עמעזאן אדער הארדוועיר און האום דיפא?
האסטי געהערט א מעשה?
נשלח: דינסטאג פעברואר 28, 2017 3:14 am
דורך berlbalaguleh
שמעון וואלף: איכ'ל דיר פארענטפערן די קשיא. ווייל אויב דו וועסט דיך דערמאנען א האלבע שעה פאר'ן זמן פון שבת אז דו דארפסט אן עמ.פי.3. אדער א קיבאורד פאר דיין קאמפיוטער און דו וועסט שיקן דיין יונגל אדער מיידל צו ד--- עלעקטראניקס ער/זי זאלל עס ברענגען פאר דיר, וועסטו קענען רעדן צום לאמפ. די סטאר וועט שוין זיין לאנג פארמאכט. אדער מוצאי שבת, ווען דו וועסט דיך דערמאנען אז דו האסט א משפחה רי-יוניאן און דו ווילסט ווייזן אלטע מאוויס פון דיין יונגל'ס בר מצווה און דו דארפסט נייטיג האבן א די.ווי.די. פלעיער וועט דיר נישט העלפן קיין פודינו ומצילנו. דו וועסט דאס נישט קענען קויפן. משא"כ די היימישע קארנער גראסערי. אויב דו דערמאנסט דיך א האלבע שעה פאר שבת אז דו דארפסט נאך א באטל מילעך. נישט נאר וועסטו עס קענען קויפן. נאר די גראסערי וועט עס פאר דיר דעליווערן אויך...!
נשלח: דינסטאג פעברואר 28, 2017 3:15 am
דורך ליפא
און עס אויפשרייבן...
נשלח: דינסטאג פעברואר 28, 2017 3:37 am
דורך berlbalaguleh
ליפא: ייש"כ. אויף אזא חוצפה האביך שוין נישט געטראכט. פרוביר טון די אלע זאכן ביי בינגא...אדער ביי כולל...!
