בלאט 2 פון 2

נשלח: דינסטאג פעברואר 14, 2017 1:57 pm
דורך איש את רעהו
גאנצל האט געשריבן:איש את איך קארג אויך אויף די געלט
מער בין איך פויל צו איבערדרייען די וועלט און פארשאפן דורך עמעזאן
אבער איך בין שטול סאו זיי דו אויך שטול



מען האט אנגערייצט דעם ציבור מיט 6 אויסגאבע'ס ס'שווער עס צו דורכלאזן אזוי
די 'טריביון' האט עס כאטש געמאכט בהדרגה.

נשלח: דינסטאג פעברואר 14, 2017 2:01 pm
דורך שבת אחים
ווער האט זעקס טאללער פאר א אנגערייצטע איד נעבעך???

מ׳דארף מאכן א אפּיל אין בעסמעדריש און ארויפלייגן א חוב קדוש אויף אלע גאליציאנע אידן צוגעבן לכה״פּ "אכצן סענט".

Re: איך האב נישט די זעקס דאלאר צו קויפן

נשלח: דינסטאג פעברואר 14, 2017 3:21 pm
דורך דורכגעטראכטער
קויף עס אין דיין גראסערי מיט פ"ס אדער שרייב עס אויף ביי דיר אין גראסערי אזוי ווי אלע אנדערע צייטונגען.

Sent from my SAMSUNG-SM-G920AZ using Tapatalk

נשלח: דינסטאג פעברואר 14, 2017 7:23 pm
דורך רויטע וואנצעס
[tag]איש את רעהו[/tag], אישי מיר דיין אימעיל, כ'וועל דיר שיקן 6 דאלאר.

נשלח: דינסטאג פעברואר 14, 2017 8:05 pm
דורך איש את רעהו
רויטע וואנצעס האט געשריבן:[tag]איש את רעהו[/tag], אישי מיר דיין אימעיל, כ'וועל דיר שיקן 6 דאלאר.


א דאנק דיר
די ערשטע מגיב וואס רעדט דא צום דבר.
--
און צו אלע איבריגע אטאקירער, איר מעגט דורכגיין נאך אפאר וועקער קורס'ן זיך צו לערנען די א' ב' פון מענטשהייט
מען שיסט נישט בענקלעך און טישן ווען די בלוט דרוק פליסט אויף אן אנדערע טעמפא.

א דאנק צו איינע פון די מעמבער'ס דא וואס האט זיך אנגעטראגן מיר עס צו געבן אלץ ווען ער ענדיגט עס ליינען
צוליב דיר וועל איך נאך 36 דאלער א יאר קענען געבן פאר די וואוילזיין פון מיין משפחה, און נויטבאדערפטיגע וואס לעכצן נאך א 2'טען איד'ס נדבת הלב.

נשלח: דינסטאג פעברואר 14, 2017 8:14 pm
דורך ליפא
U sound sarcastic

נשלח: דינסטאג פעברואר 14, 2017 8:37 pm
דורך איש את רעהו
ליפא האט געשריבן:U sound sarcastic


די נחיצות פון זיין נזהר אויף קליינע קריגלעך איז געזאגט געווארן בכגון דא.

הסיבה שצדיקים חביב עליהם ממונם יותר מגופם כי הם מבינים שהכסף שלהם זה לא רכושם הפרטי אלא ניתן להם מה' ואסור לבזבז הכסף שיש לו יעוד מה שה' צווה לעשות בו וזה התנהגות של צדיקים שלא מבזבזים אותו
ועל נקודה זו בא שרו של עשיו לריב איתו ולהפריע לו בקיום מצווה זו.


אותו אדם שנזהר מלקלקל בגד של חברו, או לגזול זמן עבודה ממעבידו, אותו אדם שרוצה שכל ממונו יגיע אליו ביושר, יזהר מאוד מלבזבזו. כך כשמקפידים על הממון, אין מגיעים לידי גזל, וממון זה שבא ביושר, חביב הוא מאוד – כי הרי עבדו קשה עבורו. לכן חזר יעקב לעבר הנהר לקחת את אותם פכים קטנים ששכח


הצדיקים חביבים עליהם ממונם. כי להיות שהוא נשפע מלמעלה, אין ראוי שימאס בו, כי אם לא היה צורך בו לא היה נותן לו הקדוש ברוך הוא. ולכן חזר על הפכים הקטנים, כי אם לא היה חוזר היה נראה כאילו אינו רוצה באותם הפכים. וכל דבר הנשפע מלמעלה צריך לחזור עליו


חביבות שרוכשים הצדיקים לכל דבר גדול או קטן שהגיע לידם, הוא מפני שיודעים הם שבהשגחה פרטית בא הדבר לידם. כמובא בגמרא (יומא לח, ב): "אין אדם נוגע במה שמוכן לחברו אפילו כמלוא נימא". דהיינו שיש השגחה מיוחדת אפילו על החלק הקטן ביותר "כמלוא נימא". וסבורים הם הצדיקים, כי אם ניתן להם הדבר, בודאי יש בו צורך לשלמותם. ולכן מתאמצים בכל יכלתם שלא לאבד שום דבר השייך להם


השאלות הקטנות מטרידות אותנו הרבה יותר מהשאלות הגדולות - מי שוטף כלים ומי לוקח את הילד לרופא, מדוע הסעודה מתעכבת או המרק קר, ומדוע הבעל תמיד מאחר לשוב הביתה. מדוע כל אחד יודע לפתוח את המגירה - אבל שוכח לסוגרה, ומדוע השולחן מלא בפריטים שמשהו השתמש בהם ולא החזירם למקומם. לכאורה כל אלו הם נושאים של רגע, כמעט חסרי חשיבות, אולם הם המעיבים על חיינו וגורמים לתרעומת איש על רעהו.

נלמד גם אנו מיעקב אבינו, ונחזור אל 'פכים קטנים'. כיצד?
א. אם מתעוררת בלבנו תרעומת על בן זוגנו בנקודה פרטית כזאת, נרשום לעצמנו את הדבר, ובהזדמנות ראשונה, ללא כעס, אלא מתוך רצון לתקן, נביא לידיעת בן זוגנו שפרט זה מפריע לחיינו ויחד נמצא דרך לשנות ולתקן.
ב. ניתן פרופורציות לחיינו. אכן יש פריטים מעיבים, אך הכלל הוא טוב ושמח, והוא העיקר.
ג. נלמד את עצמנו לקבל את בן הזוג עם הפרטים המאכזבים אותנו תמיד מחדש, ולראות שדווקא הנקודות הללו גורמות לנו את הצורך לתקן את מידותינו.
ד. נאמין שתמיד אפשר לתקן גם אם הצטברו תרעומות וכעסים, ואפשר לנקות את הלב.... ולהתחיל מבראשית

נשלח: דינסטאג פעברואר 14, 2017 10:38 pm
דורך [NAMELESS]
איש את רעהו האט געשריבן:
רויטע וואנצעס האט געשריבן:[tag]איש את רעהו[/tag], אישי מיר דיין אימעיל, כ'וועל דיר שיקן 6 דאלאר.


א דאנק דיר
די ערשטע מגיב וואס רעדט דא צום דבר.
--
און צו אלע איבריגע אטאקירער, איר מעגט דורכגיין נאך אפאר וועקער קורס'ן זיך צו לערנען די א' ב' פון מענטשהייט
מען שיסט נישט בענקלעך און טישן ווען די בלוט דרוק פליסט אויף אן אנדערע טעמפא.

א דאנק צו איינע פון די מעמבער'ס דא וואס האט זיך אנגעטראגן מיר עס צו געבן אלץ ווען ער ענדיגט עס ליינען
צוליב דיר וועל איך נאך 36 דאלער א יאר קענען געבן פאר די וואוילזיין פון מיין משפחה, און נויטבאדערפטיגע וואס לעכצן נאך א 2'טען איד'ס נדבת הלב.

און דו גייסט טאקע נעמען די געלט פון עם? אויב דו האסט א ווייב מיט קינדער און דו האסט טאקע נישט קיין געלט פאר די וועקער זאלסטו מיט דער 6 דאלער נישט קויפן קיין וועקער, נאר ענדערש ברויט מיט פיטער פאר דיין הויז געזונד ארויף צולייגן אויפ'ן טיש, אדער א מתנה'לע פאר דיין אשת חיל, אדער א פרישע שפילצייג פאר דיינע קינדער. און אויב דו קויפסט א וועקער ביסטו פשוט א גנב און א חזיר. #שעימאניו

נשלח: דינסטאג פעברואר 14, 2017 11:33 pm
דורך שבת אחים
ווען ער וויל טאקע האבן זעקס דאללער האט ער שוין איינמאל! און ווען ער וואלט דוקא געוואלט קריגן די וועקער בחנם וואלט איך אים גערן געגעבן די זעקס דאללער, סאיז נאר די חזרישע אטאקאירשע וועג וויאזוי ער האט אנגעהויבן גלייך מיט טענות אויף די גאנצע שטאט, זיי זענען נתעשר געווארן! די וועקער׳ס סטאק איז ארויפגעגעאנגען! איך נער ענטפער אים נאך, ער רופט מיך אן אטאקירער! בשעת ער האט אנגעהויבן אטאקירן און נעווענירן יעדעם פאר זעקס דאללער. ער פארגינט נישט יענער אז ער מאכט די פאר אנגעשוויצטע דאללער, פונקט ווי ער פארגינט נישט יענעם א לייק, קוקטס ער האט געשריבן פיהר הונדרעט תגובות און ער האט נישט געגעבן מעהר ווי דרייסיג לייקס, נישט אז איך אדער איינער דארף זיינע אויסגעקראצטע לייקס, נאר סאיז די זעלבע קרענק- די זעלבע מהות און ס׳שטאמט פון די זעלבע זאך, זאג?, האסט געוואוסט אז געבן פאר יענעם א לייק קאסט נישט קיין געלט? סאיז גענצליך בחנם!!! נאך א מזל האסט געגעבן רויטע א לייק פאר די זעקס ראניש וואס דו האסט געכאפט פון אים, כ׳שטעל מיך פאר סאיז דיר שווער אנגעקומען.

נשלח: דינסטאג פעברואר 14, 2017 11:44 pm
דורך ליפא
ללאאלל.. די אשכול אליין איז ווערט מער פון 6 דוללאר...

נשלח: מיטוואך פעברואר 15, 2017 8:22 am
דורך אישתישבי
לשאלת רבים

וודפ"ק מאכט, ווידער די פיינע קאווע.

לאמיתו של דבר, מיט אדער אהן סיי וועלכע טראלס און כעסנים אדער סאציאליסטען אדער קאמוניסטן, קען מען עפעס טוהן מיט די אלטע וועקערס? די וואס האבען געקויפט און דורך געליינט און קענען באשטיין צו טוהן א גמ"ח און געבען פאר א צווייטן מיטן תנאי ער זאל עס געבען פאר א דריטער.

בדרך אגב, אויב ארבעט זיך עס אויס וועט דער פותח האשכול זיכער נישט הנאה האבען.

נשלח: מיטוואך פעברואר 15, 2017 12:43 pm
דורך שבת אחים
פארקערט מאכט עס קאַרגער/קאַקער פארגינט-נישט די וועקער.

נשלח: מיטוואך פעברואר 15, 2017 6:21 pm
דורך איש את רעהו
שבת אחים האט געשריבן:ווען ער וויל טאקע האבן זעקס דאללער האט ער שוין איינמאל! און ווען ער וואלט דוקא געוואלט קריגן די וועקער בחנם וואלט איך אים גערן געגעבן די זעקס דאללער, סאיז נאר די חזרישע אטאקאירשע וועג וויאזוי ער האט אנגעהויבן גלייך מיט טענות אויף די גאנצע שטאט, זיי זענען נתעשר געווארן! די וועקער׳ס סטאק איז ארויפגעגעאנגען! איך נער ענטפער אים נאך, ער רופט מיך אן אטאקירער! בשעת ער האט אנגעהויבן אטאקירן און נעווענירן יעדעם פאר זעקס דאללער. ער פארגינט נישט יענער אז ער מאכט די פאר אנגעשוויצטע דאללער, פונקט ווי ער פארגינט נישט יענעם א לייק, קוקטס ער האט געשריבן פיהר הונדרעט תגובות און ער האט נישט געגעבן מעהר ווי דרייסיג לייקס, נישט אז איך אדער איינער דארף זיינע אויסגעקראצטע לייקס, נאר סאיז די זעלבע קרענק- די זעלבע מהות און ס׳שטאמט פון די זעלבע זאך, זאג?, האסט געוואוסט אז געבן פאר יענעם א לייק קאסט נישט קיין געלט? סאיז גענצליך בחנם!!! נאך א מזל האסט געגעבן רויטע א לייק פאר די זעקס ראניש וואס דו האסט געכאפט פון אים, כ׳שטעל מיך פאר סאיז דיר שווער אנגעקומען.


אזוי צו שעלטן ווען א איד האט געקריגן 6 דאלער ?
גראדע האב איך קיינמאל פון רויטע נישט באקומען דאס געלט
א צווייטער איד האט א טובה געטון און געשאנקען זיינס נאכן ליינען
א לייק האב איך געגעבן פאר רויטע ווייל ער האט די ערשטע מגיב געווען ווי א מענטש.

נשלח: מיטוואך פעברואר 15, 2017 8:20 pm
דורך רויטע וואנצעס
אנטשולדיגס, אבער כ'האב נישט באקומען אייער אימעיל. כ'בין צופרידן אז איר האט עס באקומען ממקום אחר.

Re: איך האב נישט די זעקס דאלאר צו קויפן

נשלח: מיטוואך פעברואר 15, 2017 9:35 pm
דורך mevakesh
רויטע וואנצעס האט געשריבן:אנטשולדיגס, אבער כ'האב נישט באקומען אייער אימעיל. כ'בין צופרידן אז איר האט עס באקומען ממקום אחר.

האסט גענומען א קליינע וועט פון זעקס דאללאר צו רופן זיין בלאף נישקשה

נשלח: זונטאג פעברואר 19, 2017 9:45 pm
דורך איש את רעהו
איך וויל מפייס זיין ווער עס איז געווארן ווייגעטון
איך האב אין אישי ערהאלטען פין עטליכע הערות אז די טענה אז די וועקער קאסט געלט קען וויי טון פאר די פירער פינעם אויסגאבע
וויל איך מפייס זיין ברבים וועם עס האט באנק געטון.

ווען דו האסט א טענה, דארפסטו גייען פריוואט צו ראובן מיט די טענה, נישט אויסגעבען ברבים איידער ער האט א געלעגענהייט זיך צו פארטיידיגען.
דאס האט וויי געטוהן דער עולם.


א גיטן

איך בין מקדים אז די האסט רעכט צו טוהן וואס די ווילסט , אבער איך מיין אז די טוסט א גרויסע עוולה , א מענטש ארבעט שעות עג שעות און די קומסט און די מאכסט ליצנות פון די גאנצע זאך
הצלחה רבה

Re: איך האב נישט די זעקס דאלאר צו קויפן

נשלח: זונטאג פעברואר 19, 2017 10:36 pm
דורך mevakesh
דער עיקר דארפסטו איבערבעטן רויטעלע ער ער האט זיך אזוי ווארעם אנגערופן צו מנדב זיין און דו מאכסט דיר נישט וויסנדיג נישט שיין

נשלח: זונטאג פעברואר 19, 2017 10:40 pm
דורך וואלווי
mevakesh האט געשריבן:דער עיקר דארפסטו איבערבעטן רויטעלע ער ער האט זיך אזוי ווארעם אנגערופן צו מנדב זיין און דו מאכסט דיר נישט וויסנדיג נישט שיין


וואס עפעס? ער האט פארשטאנען פון רויטע אז ס'איז א LOAN. עפעס א קלייניקייט? זקעס דאלער איז מען ניטש מנדב אזוי אומזוסט