ישראל גלויבער: איך וויל וויסן פארוואס דו קענסט נישט פועל'ן ביי דיר אנצורופן דעם ליובאוויטשער רבי בדרך כבוד. ..."ליובאוויטשער רבי"... אדער האדמו"ר מליובאוויטש...! נאר ס'איז די שיריים פון די סאטמאר'ע קולטור וועלכע טוט נישט אנערקענען קיינעם. מ'טרעפט אלערליי חסרונות אויף איהם. אן מ'רופט איהם מיט שפעט נעמען. נאר נישט בכבוד הראוי...!
אנטשולדיגט וואס איך בין ארויס אזוי אפן און גראב. אבער ס'האט מיר געגעבן א שטעך. נישט ווייל איך בין א חב"ד'סקער. נאר פשוט פאר א טשעינדזש...!
נשלח: מוצ"ש פעברואר 18, 2017 8:29 pm
דורך berlbalaguleh
איך אויך האט געשריבן:אגב, די קול רנה וישועה ניגון נתחבר לרגל חתונת האדמור מבעלזא שליט''א עם בם הישועת משה זצ''ל ומשם נתפשט לכל העולם החסידי.
איך געדענק דעם ניגון פון ווען איך בין געווען א קליין יונגל.איך מיין אז דער בעלזער רב שליט"א איז נאך דאמאלס געוען אין חיתולים, בלע"ז...!
נשלח: מוצ"ש פעברואר 18, 2017 8:42 pm
דורך איך אויך
זעהט אויך איך צומיש מיך מיט א אנדערע ניגון. ------------------------ אבע ר' בערעלינו כ'האב גארנישט געוויסט אז מען לאזט נאך בני שמונים דרייון באסעס.
נשלח: זונטאג פעברואר 19, 2017 12:18 am
דורך berlbalaguleh
איך אויך: געב א שטיקל דיסקאונט. בערך א פופצן-צוואנציג יאר...!
Re: די צוויי פראכטפולסטע רבי'ס מדור הקודם
נשלח: זונטאג פעברואר 19, 2017 7:36 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
בערעל - האסט נאכאמזל אז ער האט נישט גערעדט פון ׳דער גייסטישער פיהרער פון דער ליובאוויטשער אפאראט׳ וואס איז באזירט אין דער מזרח ברעג פון דער יונייטעד סטעיטס.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: מאנטאג פעברואר 20, 2017 12:51 am
דורך שמעון וואלף
berlbalaguleh האט געשריבן:
איך אויך האט געשריבן:אגב, די קול רנה וישועה ניגון נתחבר לרגל חתונת האדמור מבעלזא שליט''א עם בם הישועת משה זצ''ל ומשם נתפשט לכל העולם החסידי.
איך געדענק דעם ניגון פון ווען איך בין געווען א קליין יונגל.איך מיין אז דער בעלזער רב שליט"א איז נאך דאמאלס געוען אין חיתולים, בלע"ז...!
ביים בעלזע רב'ס חתונה האט מען געמאכט די ניגון סימן טוב וואס מ'פלעגט אסאך זינגן ביי אידישע שמחות איידער ס'איז נתחבר געווארן די אנדערע 'סימן טוב' דורך ר' ישעי' מענדלאוויטש וואס מ'האט געזינגן ביי אהרן מרדכי'ס חתונה.
כ'על שרייבן די ווערטער וויאזוי די ניגון גייט, אולי וועלן די עלטערע חברים דא כאפן פון וואס איך רעד.
ערשטע פאל: סימן טוב ומזל טוב ומזל טוב וסימן טוב, סימן טוב ומזל טוב ומזל טוב וסימן טוב, סימן טוב ומזל טוב ומזל טוב וסימן טוב יהא לנו.
און די הויכע פאל: יהא לנו יהא לנו ולכל ישראל, יהא לנו יהא לנו ולכל ישראל.
און די דריטע פאל: יהא לנו יהא לנו ולכל ישראל, יהא לנו יהא לנו ולכל ישראל.
נשלח: מאנטאג פעברואר 20, 2017 1:54 am
דורך שבת אחים
סאיז ארויסגעקומען לכבוד די חתונה אבער ווער האט מחבר געוועהן די ניגון? די וויזניצע אדער די בעלזע?
איך דארף זייער וויכטיג וויסן, פרעג נישט פארוואס...
נשלח: מאנטאג פעברואר 20, 2017 4:06 am
דורך moshav zekeinim
דער ערשטער און צווייטער פאל פון וידעו (להרב א. אייזנבאך) גייט בערך אזוי די צווייטע און דריטער פאל פון דער אלטער סימן טוב (דער מינאר).
נשלח: דינסטאג פעברואר 21, 2017 8:26 am
דורך אישתישבי
דער בעלזער ניגון גייט אזוי
סיעהעמן טוב, ומזל טוב, יהא לנו, ולכל ישראל, (הויך) סיעהעמן טוב, ומזל טוב, יהא לנו, ולכל ישראל (נידריג) סיהעמן טוב, ומזל טוב, סימן טוב ומזל טוב יהא לנו, ולכל ישראל, סיהעמן טוב, ומזל טוב, סימן טוב ומזל טוב יהא לנו, ולכל ישראל.
נשלח: דינסטאג פעברואר 21, 2017 9:56 am
דורך געוואלדיג
ס׳זעהט שוין באלד אויס ווי די ניגון ג׳ פעמים באם באם, ד׳ פעמים הא הא למעלה, ואח״כ ג״פ לא לא...
נשלח: דינסטאג פעברואר 21, 2017 1:23 pm
דורך אברך משי
אישתישבי האט געשריבן:דער בעלזער ניגון גייט אזוי
סיעהעמן טוב, ומזל טוב, יהא לנו, ולכל ישראל, (הויך) סיעהעמן טוב, ומזל טוב, יהא לנו, ולכל ישראל (נידריג) סיהעמן טוב, ומזל טוב, סימן טוב ומזל טוב יהא לנו, ולכל ישראל, סיהעמן טוב, ומזל טוב, סימן טוב ומזל טוב יהא לנו, ולכל ישראל.
Wrong. That is a worlds song
Re: די צוויי פראכטפולסטע רבי'ס מדור הקודם
נשלח: דינסטאג פעברואר 21, 2017 1:56 pm
דורך מפוזרי
אברך משי האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:דער בעלזער ניגון גייט אזוי
סיעהעמן טוב, ומזל טוב, יהא לנו, ולכל ישראל, (הויך) סיעהעמן טוב, ומזל טוב, יהא לנו, ולכל ישראל (נידריג) סיהעמן טוב, ומזל טוב, סימן טוב ומזל טוב יהא לנו, ולכל ישראל, סיהעמן טוב, ומזל טוב, סימן טוב ומזל טוב יהא לנו, ולכל ישראל.
Wrong. That is a worlds song
חברו ר' אבא'לע פיטסבורגער
נשלח: דינסטאג פעברואר 21, 2017 3:38 pm
דורך moshav zekeinim
איך בין נאך נישט זיכער אז איך ווייס פון וועלעכער ניגון מען רעדט.
נשלח: דינסטאג פעברואר 21, 2017 11:57 pm
דורך שמעון וואלף
דארף מען אהער ברענגן איינער וואס קען שרייבן נאטן אזוי וועט מושב וויסן פון וואס מ'רעדט. אדער קען איינער אריינשפילן אין א קיבארד און עס ארויפשטעלן
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 6:30 am
דורך קאצקע ציקער
שמעון וואלף ס'האט מיר גענימען א שטיק צייט צו כאפן וועלכע ניגון דו מיינסט
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 12:11 pm
דורך moshav zekeinim
ס'דא וואס וואונדערן זיך פארוואס איך רעכן נישט אנדערע רבי'ס אלס פראכטפול פונקט ווי דער ישועות משה און כרם שלמה. איז דער לובאבישער דען נישט געווען קיין מלך? מיין ענטפער איז אז איך רעד דא פון א הוד בחינת מטרוניתא בהיכלא דמלכא, און נישט די שיינקייט פון שטארקע פירערשאפט.
נשלח: מוצ"ש פעברואר 25, 2017 8:01 pm
דורך חכימא
שמעון וואלף האט געשריבן:דארף מען אהער ברענגן איינער וואס קען שרייבן נאטן אזוי וועט מושב וויסן פון וואס מ'רעדט. אדער קען איינער אריינשפילן אין א קיבארד און עס ארויפשטעלן
אט פון דעם ניגון רעדט דער פסוק...
ניגון "סימן טוב ומזל טוב" וועלכער איז פארפאסט געווארן לכבוד די חתונה פונ'ם בעלזער רב שליט"א
נשלח: מוצ"ש פעברואר 25, 2017 8:29 pm
דורך חכימא
אגב, בלעטערנדיג דורך מערערע קליפס אויף דעם ניגון, באמערק איך אז דער ניגון איז זייער שטארק פארשפרייט, סיי ביי די פרייע באפעלקערונג אין מדינת ישראל, און סיי צווישן די אומות איבער די גארער וועלט. ער ווערט אויפגעשפילט דורך פארשידענע גויאישע ארקעסטרא'ס אויף פארשידענע קולטורעלע פעסטיוואלען און קאנצערטען.
דאס ברענגט מיר בהכרח צו איינער פון די דריי מסקנות: 1. מיר, וגם אני הקטן בתוכם, האבן א טעות געהאט. דער ניגון איז א אלטער ניגון און איז נישט פערפאסט געווארן ביי אט די חתונה. 2. דער ניגון איז יא פערפאסט געווארן דעמאלטס און האט געהאט גאר א ווייטע אפקלאנג (אזש ביז צום פראנצויזישער מיליטערישע ארקעסטרא...). א זאך וואס לייגט זיך שווער אויפ'ן שכל. 3. דער ניגון איז א אלטער, און אפילו א גויאישער, און איז אריבער א 'גיור' לכבוד די חתונה דורך די וויזניצער חסידים, וואס ווער עס קען אביסל די היסטאריע פון וויזניץ ווייסט אז דאס איז ביי זיי גאר א קליינע עבירה.