בלאט 2 פון 2

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 9:39 pm
דורך ביבער
טראמפ האט ביהעיווט ווי א טיפיקל עיגאו מעניאק, אלעס דרייט זיך אלס ארום אים און נאר אים, ווען איינער פרעגט אים עפעס וואס איז נוגע דעם פאלק און זאגט אים קלאר אז ער מיינט נישט אים און ניטאמאל זיין קאבינעט הערט ער ווייטער נאר זיך. וועגן דעם איז ער גלייך געלאפן אויפן דעפענס כאילו איינער זאל אים האבן באשולדיגט אין אנטיסעמיטיזם און באוואשט אן אומשולדיגן רעפארטער, אינאיינוועגס פליקט ער אויך שוין אריין די מידיע וואס דאס איז געווען זיין גאנצער ציל מיט יעצטיגן פרעסס קאנפערענס. טורקס אין זיין טוויט וואלט נישט געדארפט זיין אפאלאגעטיק, נאר זאגן קלאר, יא אמעריקע, קוקט וואס ענק האבן ערוועלט, א מענטעלי צודרייטער עיגאו מעניאק, זאל אמעריקע זיך אויפוועקן פאר ס'איז צו שפעט.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 9:44 pm
דורך ליפא
ס'איז שפעט... טראמפ איז דיין פרעזידענט!

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 9:50 pm
דורך ביבער
ליפא האט געשריבן:ס'איז שפעט... טראמפ איז דיין פרעזידענט!

אוודאי אזוי. די שאלה איז נישט יעצט ווער איז פרעזידענט, די קינדער געים איז אווער, יעצט איז ריעל ביזנעס. די פרייהייט פון יעדן בירגער איז אויפן וואגשאל און נאר אונז דער המון זענען די וואס קען עס ראטעווען.

נשלח: פרייטאג פעברואר 17, 2017 2:15 am
דורך שבת אחים
ליפא האט געשריבן:ס'איז שפעט... טראמפ איז דיין פרעזידענט!


פאר ווי לאנג נאך מיינסטו גייט ער זיין פרעזידענט?.

מ׳קען נישט וויסן מיט די אמעריקאנער! זיי קענען נאך מאכן אמעריקא זאל זיין טראמפס קעניגרייך.

Re: ווער רעפרעזענטירט אונז???

נשלח: פרייטאג פעברואר 17, 2017 10:09 am
דורך נעגעל וואסער
רוב מידיע נעמט זיך אהן פאר הרב טורקס, און פארשטייען נישט פונקטליך פארוואס טראמפ האט זיך אויפגערעגט אזוי..

כ'האב יעצט צוגעהערט אן איטערוויו מיט טורקס אויף אן ענגלישע ראדיא lbc. Co. UK, ווי טורקס האט זיך שטארק אנגענומען פאר טראמפ, און ארויסגעברענגט ווי שטארק ער האט אייביג געהאלפן אידן בעבר, אין פארשידענע קאמיוניטיס אהן צו זיכן פובליסיטי, און די סיבה פארוואס ער האט זיך אזוי שטארק אויפגערעגט איז טאקע ווייל ער איז אזוי אוהב ישראל, און די מידיע אטאקירט איהם די לעצטע 2 יאהר פארן זיין אנטי סעמיטיק, דערפאר איז ער אזוי סענסעטיוו צו די נושא אין גלייך גענימען די אפענסיוו..

ער האט אזוי שיין משבח געווען טראמפ, אז די פרוי האט געדארפט זיכער מאכן אז ער איז נישט סענסארד, פון די טראמפ אדמיניסטרציה, ער האט זי קלאר געמאכט אז ער איז אליין אין צימער, און זאגט נאר וואס ער האלט איז אמת. די פרוי זאגט אז זי האט עכט רחמנות געהאט אויף איהם בשעת מען האט איהם אראפגעזצט מיט בושות, אבער ער האט עס אוועק געמאכט בשתי ידיים, און ער פארשטייט זייער גוט טראמפ'ס ביהעיוויער.

ס'מיר געווען זייער אינטערסאנט צו הערן זיין אינטערוויו.. מזעהט קלאר ער האט געלערנט אין ישיבה.. ער האט מסביר געווען זיינע ווערטער מיט משלים און אינטערסאנטע מיני וועגען..

ווער ס'קען שאפן א פאדקאסט איז מכובד.

נשלח: פרייטאג פעברואר 17, 2017 10:57 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
מ'האט מיר געמאלדן אז יעצט אויף NPR רעדן פראנקפורטער און טורקס.
איך קען נישט הערן, אבער דער וואס קען יא, גיבט אונז א באריכט.