בלאט 2 פון 4

נשלח: זונטאג פעברואר 19, 2017 6:42 pm
דורך moshav zekeinim
נו עס זענען שטענדיג דא אויבערפלעכליכע תלמידים און טיפע תלמידים, רעכדענקיגע תלמדים און קרימע תלמדים. נעם א משל די באקאנטע לעגענדע פון צדוק ובסות וועלעכע זענען געווען "תלמידים" פון דעם גריכישן מנהיג אנטיגנוס איש סוכו און זייער גאנצער שיטה איז געווען געבויט אויף א קרומער פשט זייערער אויף זייער רבי'נס מאמר אל תהיה כעבדים המשמשים על מנת לקבל פרס. ד.מ. תלמדים זענען זיי געווען, נאר קרימע.

נשלח: זונטאג פעברואר 19, 2017 7:16 pm
דורך [NAMELESS]
ר' יוסל אשכנזי נישט קיין תלמיד
ר' נתן יוסף מייזעלס נישט קיין תלמיד
שאפראנער רב דער היינטיגער
פריימאנ'ער רב
פאייע רב נישט קיין תלמיד, זיינע קינדער יא
סאלקא רבי נישט קיין תלמיד, זיינע קינדער יא
תולדות אהרן רבי
הרמ"א גאב"ד ירושלים
אבד"ק שאמשאן ווער איז דאס?
אבד"ק פאלטישען
אבד"ק קראסנא
אבד"ק העלמעץ
אבד"ק סערדאהעלי כ׳בין נישט זיכער דערין
טשענסקאוויטש ווער איז דאס?
אדווארי נישט קיין תלמיד
נייטרא נישט קיין תלמיד
קאשוי נישט קיין תלמיד
שארמאש
נאסאד נישט קיין תלמיד
מאנטעווידעא נישט קיין תלמיד
וואלאווע
נירבאטיר

נשלח: זונטאג פעברואר 19, 2017 7:17 pm
דורך דולה ומשקה
ר' מענדל וועכטער
ר' יוסף יחיאל מיכל ב"ר ברוך יהודה לעבאוויטש
ר' ישכר דוב ב"ר מרדכי רוקח

נשלח: זונטאג פעברואר 19, 2017 7:31 pm
דורך moshav zekeinim
איז דער פאלטיטשאנער געווען א תלמיד אדער בלויז א גוטער ידיד? איך האב געהערט אז מען פלעגט רופן דעם פאלטיטשאנער בארואיגן דעם רבי'ן ווען עס האט אויפן רבי'ן געהערשט א רוח אלוקים רעה. די פאלטיטשאנע אייניקלעך זענען חצי וויזשניץ חצי סאטמאר.

נשלח: זונטאג פעברואר 19, 2017 7:48 pm
דורך [NAMELESS]
ווייטצען
אדמו"ר מבורשטין
סענפעטער (משהו כזה)

נשלח: זונטאג פעברואר 19, 2017 7:53 pm
דורך [NAMELESS]
ר' מאיר רויז (בעמ"ס מנחת מאיר)

Re: רשימה של תלמידי רביה"ק מסאטמאר זי"ע

נשלח: זונטאג פעברואר 19, 2017 8:00 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ס׳איז דא אזעלכע וואס דער טויט מאכט זיי גלייך ׳דבוק בלב ונפש׳ בלאה בלאה בלאה.

מיין זיידע, אן עכטע ליטוואק, א זוהן פון א וואלאזשינע תלמיד, האט מען באשריבען אין דער איד אלס דבוק אין סאטמאר. ער האט איהם קיינמאל נישט געטראפען, נאר א בריוו פון דער ברך משה האט מען געטראפען בעזבונו, ווי ער בעט איהם זיל אריין צו מישען אין א פריוואטע משפחה אישו ביי א סאטמארער חסיד. זהו. און אזוי איז ער דבוק בלו"נ....

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: זונטאג פעברואר 19, 2017 8:10 pm
דורך קורקלענד
כ'האב אמאל געהערט נאכזאגן פון הרב א. ל. שטיינמאן אז ער האלט זיך פאר א תלמיד. אויב איינער ווייסט מער פרטים ביטע.

נשלח: זונטאג פעברואר 19, 2017 10:01 pm
דורך [NAMELESS]
קורקלענד האט געשריבן:כ'האב אמאל געהערט נאכזאגן פון הרב א. ל. שטיינמאן אז ער האלט זיך פאר א תלמיד. אויב איינער ווייסט מער פרטים ביטע.

די רבי האט געזאגט אויף עם אז ער איז בקי בכל חדרי התורה און אפילו במעשה מרכבה!

נשלח: זונטאג פעברואר 19, 2017 10:40 pm
דורך moshav zekeinim
שטיינמאן האט זיך געקלאמערט ארום דעם רבי'ן אין שווייץ און געהאלטן א שטיקל קשר מיט אים דורך בריוו פאר געציילטע יארן. צוביסליך האט זיך דער קשר אפגעהאקט.

נשלח: מאנטאג פעברואר 20, 2017 12:26 am
דורך שמעון וואלף
כ'דערמאן מיך ווען ר' שאול הוטערער איז אוועק איז ער געוועהן באשריבן אין איד אלץ חסיד מובהק פון 'רביה"ק בעל ויוא"מ', אביסול אויך פון האדמורי"ם לבית פשעווארסק און איין שורה האט מען פארגינט פאר מהר"ש מ'באבוב.
אזוי האט מען געפיטערט דעם עולם גולם מיט שטותים און דמיונות ויצא האשכול הזה ווי דער עולם רעדט פאר פייער און פאר וואסער.

באמת האט סאטמאר רב געהאט א גרויסע ישיבה פאר די מלחמה אבער נישט אלע וואס האבן דארט געלערענט האבן געהאט א אמת'ע קשר מיט אים סיי ווען זיי זענען דארט געוועהן און סיי נאכ'ן פארלאזן די ישיבה.

נשלח: מאנטאג פעברואר 20, 2017 12:46 am
דורך אוהב ספרים
טאמיר האט איינער געלערנט אין די ישיבה ביי איהם בפרט פארן קריג, קען רואיג אנגערופען ווערן א תלמיד
נאכדעם איז דא אזעלכע וואס זענען געווען חסידים אבער נישט קיין תלמיד במובן תלמיד בישיבה

לדוגמא ר' אברהם לייטנער איז געווען א חסיד וכו', אבער א תלמיד פון הרב דושינסקי

נשלח: מאנטאג פעברואר 20, 2017 12:57 am
דורך שמעון וואלף
איך האב גערעדט מיט עטליכע אידן וואס האבן געלערענט אינדערהיים אין סאטמאר רב'ס ישיבה און זיי האבן זיך נישט געהאלטן פאר תלמידים. איך האב פארשטאנען פון זיי אז בסה"כ האט ער זיי עטליכע מאל פארהערט און אפשר געהערט צוויי דריי שיעורים פון אים אבער חוץ מזה האבן זיי קיין שייכות נישט געהאט.

נשלח: מאנטאג פעברואר 20, 2017 1:10 am
דורך [NAMELESS]
מנשה בן חיים קעניג א תלמיד פון רבי'ן אין סאטמר פאר 3 יאר צ''ו צ''ז צ''ח ווען ער האט געדארפט אהיים גיין צוריק קיין אונגערין מחמת די מלחמה לופט, הגם נאך די מלחמה האט ער באלאנגט צו די מזרחי האט ער געהאט א ווארעם מקום צו סאטמר רבין, ער איז אריין צום רבין יעדעס מאל וואס ער האט געוויילט אין אר''י און ווען ער איז געווען אין אמעריקה איז ער אריין צום רבין.

ער האט באשריבן דעם רבין און די שייכות צו די ישיבה אין זיין בוך זכרונות רמב''ח בית רבי, זייער אינטרסאנט וואס ער שרייבט דארט, הגם די סאטמורים ווי ר' שלמה יענקל זענען נישט מסכים צו עם איך ווייס נישט פונקליך פארוואס

נשלח: מאנטאג פעברואר 20, 2017 1:17 am
דורך שבת אחים
ר׳ מאטעלע איז נישט ממש א תלמיד, ער האט נאר געלערנט דארט זייער א קורצע צייט, און ניטאמאל אין ישיבה נאר ווען ער האט געוויילט דארט במחיצתו פאר אפאר וואכן דאכצעך, ער האלט זיך פאר א חסיד פון אים און ער האט געריסן קריעה און אים מספיד געוועהן ביי א וויזניצע דינער הגם אין וויזניץ האט מען זיך נישט געפירט צו האלטן הספדים האט ער דאך געמאכט א אויסנאם לכבודו, אבער אלץ א תלמיד האלט ער זיך פון פאפער רב זצ״ל, ער האט געלערנט אין פאפא, און ער האט זיך אויך געריסן קריעה ווען פאפער רב איז אוועק.
ער איז קיינמאל נישט געוועהן ביי קיין שיעור פון ר׳ יואליש.

א חסיד פון אים איז ער געוועהן א גרויסע, מיין טאטע האט מיר פארציילט אז ווען ער האט געלערנט אין ישיבה ביי ר׳ מאטעלע אלץ בחור אין מאנסי מיט איבער פינף און פערציג יאהר צוריק, איז געוועהן אמאל ביי א מוסר שמועס האט ר׳ מאטעלע פארגעלערנט וועגן די גרויסקייט פון צדיקים, בקיצור סאיז אריינגעקומען אין די שמועס וועגן סאטמערער רב ר׳ יואליש, און איין בחור האט זיך אנגערופן אז ער האט נאך קיינמאל נישט געזעהן סאטמערער רב, האט אים ר׳ מאטעלע זיך אנגערופן, מארגן פאר אריין אין שטאט און גיי דאווען מיט סאטמארער רב און קוק אים גוט אן, סאיז נאך דעמאלטס נישט געוועהן קיין געהריגע טראנספארטאציע פון מאנסי צום שטאט אריין האט ר׳ מאטעלע גלייך נאכן שיעור גערופן א וויזניצע אינגערמאן וואס האט געוואוינט אין מאנסי און פלעגט יעדן טאג אריינפארן אין שטאט פאר ביזנעס און געבעטן אז ער זאל אים מיטנעמען, און פארן וועג צוריק האט ער אים באצאלט פאר א טעקסי.

נשלח: מאנטאג פעברואר 20, 2017 1:21 am
דורך אוהב ספרים
עמעזאן האט געשריבן:מנשה בן חיים קעניג א תלמיד פון רבי'ן אין סאטמר פאר 3 יאר צ''ו צ''ז צ''ח ווען ער האט געדארפט אהיים גיין צוריק קיין אונגערין מחמת די מלחמה לופט, הגם נאך די מלחמה האט ער באלאנגט צו די מזרחי האט ער געהאט א ווארעם מקום צו סאטמר רבין, ער איז אריין צום רבין יעדעס מאל וואס ער האט געוויילט אין אר''י און ווען ער איז געווען אין אמעריקה איז ער אריין צום רבין.

ער האט באשריבן דעם רבין און די שייכות צו די ישיבה אין זיין בוך זכרונות רמב''ח בית רבי, זייער אינטרסאנט וואס ער שרייבט דארט, הגם די סאטמורים ווי ר' שלמה יענקל זענען נישט מסכים צו עם איך ווייס נישט פונקליך פארוואס


ער האט געהערט צו פא"י נישט די מזרחי

שמעון ווייס האט געשריבען קעגען עהם

נשלח: מאנטאג פעברואר 20, 2017 11:54 am
דורך [NAMELESS]
שבת אחים האט געשריבן:ר׳ מאטעלע איז נישט ממש א תלמיד, ער האט נאר געלערנט דארט זייער א קורצע צייט, און ניטאמאל אין ישיבה נאר ווען ער האט געוויילט דארט במחיצתו פאר אפאר וואכן דאכצעך, ער האלט זיך פאר א חסיד פון אים און ער האט געריסן קריעה און אים מספיד געוועהן ביי א וויזניצע דינער הגם אין וויזניץ האט מען זיך נישט געפירט צו האלטן הספדים האט ער דאך געמאכט א אויסנאם לכבודו, אבער אלץ א תלמיד האלט ער זיך פון פאפער רב זצ״ל, ער האט געלערנט אין פאפא, און ער האט זיך אויך געריסן קריעה ווען פאפער רב איז אוועק.
ער איז קיינמאל נישט געוועהן ביי קיין שיעור פון ר׳ יואליש.

רבי מאטעלע האט געלערנט אין סאטמאר איין גאנצע ווינטער זמן. אין אמעריקא האט ער אסאך פארברענגט מיט סאטמאר רב.
------
עמעזאן האט געשריבן:ער האט באשריבן דעם רבין און די שייכות צו די ישיבה אין זיין בוך זכרונות רמב''ח בית רבי, זייער אינטרסאנט וואס ער שרייבט דארט, הגם די סאטמורים ווי ר' שלמה יענקל זענען נישט מסכים צו עם איך ווייס נישט פונקליך פארוואס

זכרונות רמב״ח איז לכאורה די מערסט ארגינעלע בוך אויף סאטמאר רב, נאר ס׳שרייבט אסאך פשוטע הנהגות אין שמועסן וכדו׳, דאס האבן אפאר סאטמערע נישט געקענט פארנעמען, נאכדערצו די וואס האבן פרובירט אראפצולייגן סאטמאר רב אלץ גאט אליין, היינט צוטאגס וואלט די זכרונות געווען א בעסט סעללער.

נשלח: מאנטאג פעברואר 20, 2017 3:29 pm
דורך [NAMELESS]
@שלום שטיסל עס וואלט כדי געווען א בליק צו טון אין די תמר יפרח געדריקט צום סוף פון נועם מגדים וואס שמעון ווייס שרייבט בנוגע רמב''ח עס איז נישט אזוי פשוט, חוץ ממה שנוגע צו די הייליגקייט פון די רבי, ער האט געלערנט ביים רבין און געוואינט דארט אין סאטמאר ביז די קריג, ער האט רעכט זיך צו דינגען מיט מנשה בפרט במה שאין נוגע לגעטליכקייט של רבינו.

לדוגמא מנשה שרייבט אז הרב משה שפיץ מביסטריץ זייענדיג נישט פון א חסידיש שטוב איז געגאנגן מיט א קורצע רעקל אין קורצע פיאות, שרייבט שמעון אז הגם קורצע רעקל איז ער געגאנגן אבער געהעריג געהאט לאנגע פיאות פונקט ווי די חסידישע בחורים, נאך מער מנשה אליינס וואס ער שרייבט אז ער איז אנגעקומען אין ישיבה מיט קורצע פיאות שרייבט שמעון אז עס הייבט זיך נישט אן ער געדענקט מנשה אנקומענדיג אין ישיבה מיט געהעריגע לאנגע פיאות.

נשלח: מאנטאג פעברואר 20, 2017 3:41 pm
דורך [NAMELESS]
כ׳האב דורך געקוקט די גאנצע, ס׳וואלט מיר גראדע געשמעקט ווען שמעון ווייס איז דער גערעכטער און מנשה דער שקרן, אבער ס׳טוט מיר וויי דיר צו זאגן אז דער מציאות איז פארקערט.

נשלח: מאנטאג פעברואר 20, 2017 3:44 pm
דורך [NAMELESS]
איך האב נישט קיין פראבלעם אז מנשה איז גערעכט, עס איז מיר אינטרעסאנט אויף וואס דו בויעסט דיין הנחה אז מנשה איז די גרעכטער טראץ דיין געשמאקייט אין שמעון'ס גערעכטקייט

נשלח: מאנטאג פעברואר 20, 2017 3:54 pm
דורך שבת אחים
שלום שטיסל האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:ר׳ מאטעלע איז נישט ממש א תלמיד, ער האט נאר געלערנט דארט זייער א קורצע צייט, און ניטאמאל אין ישיבה נאר ווען ער האט געוויילט דארט במחיצתו פאר אפאר וואכן דאכצעך, ער האלט זיך פאר א חסיד פון אים און ער האט געריסן קריעה און אים מספיד געוועהן ביי א וויזניצע דינער הגם אין וויזניץ האט מען זיך נישט געפירט צו האלטן הספדים האט ער דאך געמאכט א אויסנאם לכבודו, אבער אלץ א תלמיד האלט ער זיך פון פאפער רב זצ״ל, ער האט געלערנט אין פאפא, און ער האט זיך אויך געריסן קריעה ווען פאפער רב איז אוועק.
ער איז קיינמאל נישט געוועהן ביי קיין שיעור פון ר׳ יואליש.

רבי מאטעלע האט געלערנט אין סאטמאר איין גאנצע ווינטער זמן. אין אמעריקא האט ער אסאך פארברענגט מיט סאטמאר רב.
------


אמת אין אמעריקע האט ער פארברענגט אסאך מיט סאטמארע רב, ר׳ מאטעלע האט אמאל געזאגט פאר הרה״ח ר׳ אלי׳ ניימאן, אז סאיז כמעט נישטא קיין סוגיא אין אידישקייט וואס כהאב נישט דורכגרעדט מיט סאטמארער רב ווען איך האב געוואוינט אין וויליאמסבורג. אבער ווען מ׳האט געפרעגט ר׳ מאטעלע צי ער איז א תלמיד פון אים האט ער געזאגט ״אין זיין ישיבה האב איך קיינמאל נישט געלערנט״! ״איך בין קיינמאל נישט געזעצען ביי זיין שיעור!״ די ווערטער האט ער שוין אפאר מאל געזאגט ברבים. ער האט זיך אפשר אויפגעהאלטן אין שטאט סאטמאר אבער אין זיין ישיבה האט ער נישט געלערנט.

מקור: מיין טאטע וואס איז געוועהן ר׳ מאטעלע׳ס ערשטע הויז בחור פאר פיר יאהר, האט עס געהערט מפי קדשו.

נשלח: מאנטאג פעברואר 20, 2017 4:50 pm
דורך לית דין בר נש
שלום שטיסל האט געשריבן:ר' יוסל אשכנזי נישט קיין תלמיד
ר' נתן יוסף מייזעלס נישט קיין תלמיד
שאפראנער רב דער היינטיגער
פריימאנ'ער רב
פאייע רב נישט קיין תלמיד, זיינע קינדער יא
סאלקא רבי נישט קיין תלמיד, זיינע קינדער יא
תולדות אהרן רבי
הרמ"א גאב"ד ירושלים
אבד"ק שאמשאן ווער איז דאס? לכאורה אילאוויטש פון 17&53 איך ווייס נישט אויב ער איז א תלמיד אבער ער איז שאמשאן
אבד"ק פאלטישען
אבד"ק קראסנא
אבד"ק העלמעץ
אבד"ק סערדאהעלי כ׳בין נישט זיכער דערין
טשענסקאוויטש ווער איז דאס? לכאורה ר' שמואל טייטלבוים ע"ה וואס האט געוואוינט אין פלעטבוש איך ווייס אויך נישט צו ער איז א תלמיד ער איז אבער טשענסקאוויטש
אדווארי נישט קיין תלמיד
נייטרא נישט קיין תלמיד
קאשוי נישט קיין תלמיד
שארמאש
נאסאד נישט קיין תלמיד
מאנטעווידעא נישט קיין תלמיד
וואלאווע
נירבאטיר

נשלח: מאנטאג פעברואר 20, 2017 5:51 pm
דורך moshav zekeinim
שמעון וואלף האט געשריבן:כ'דערמאן מיך ווען ר' שאול הוטערער איז אוועק איז ער געוועהן באשריבן אין איד אלץ חסיד מובהק פון 'רביה"ק בעל ויוא"מ', אביסול אויך פון האדמורי"ם לבית פשעווארסק און איין שורה האט מען פארגינט פאר מהר"ש מ'באבוב. .

עפעס א שייכות מיט סאטמאר האט ר' שאול זיכער געהאט, ער האט דאך אנגעפירט דעם סאטמארן קאלאני (קעמפ) אין אנטווערפן. לגבי פישווארסק, נאר מיט ר' איציקל פשעווארסקער און מיט זיין אייניקל רלב"ש מפישוורסק האט ער געהאט שייכות, ר' יענקעלע לייזערן האט ער פיינט געהאט.