בלאט 2 פון 5

Re: וואסי לצטנס ג'שען מ'די אטד אז'ס שפראצן ב'זיי אזויפיל עשי

נשלח: דינסטאג פעברואר 21, 2017 8:53 am
דורך פליקער
שבת אחים האט געשריבן:החוקר ראזלינד פרענקלין איז אויפגעוואקסן אין אמתע פרומע חרדישע שטוב, איר טאטע האט בשום אופן נישט געוואלט זי זאל גיין שטודירן, און מיט-דעם-אלעם האט זי נישט צוגעהערט אין געגעאנגען שטודירן, סאיז דא בריווען ווי זי טעהנט זיך מיט איר טאטע וועגן אידישקייט און אמונה און שמירת שבת.

די אטדס פון מיין משל זענען אלע נישט קיין שומרי שבת.

זי ווערט באשריבן דורך מיין כבוד אינעם נעקסטען וועקער 8 ווי איך באשרייב די היסטארי פון דזשין'ס.
#סטעי טונד

Re: וואסי לצטנס ג'שען מ'די אטד אז'ס שפראצן ב'זיי אזויפיל עשי

נשלח: דינסטאג פעברואר 21, 2017 10:29 am
דורך נאסע ליילעך
מ'גייט אנפילן דא אן אשכול, מיט וויכוחים לכאן ולכאן, וואס איך מיין איז איבעריג.
יא עשירים נישט מוצלחים איז א וויכוח איבער פאקטן. מושב האט געוואלט ארויסברענגען דעם "פארוואס"( לייען: 'וואסי'), דאס איז אלטע נייעס.
די וואס זענען נישט מסכים מיטן 'פארוואס' ברויכן נישט לייקענען קיין פאקטן דאס אפצופרעגן אדער אפווענדן די מעלה פון רייכטום.

Re: וואסי לצטנס ג'שען מ'די אטד אז'ס שפראצן ב'זיי אזויפיל עשי

נשלח: דינסטאג פעברואר 21, 2017 11:41 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
מ׳דארף טאקע פרעגען, וואס מיינט הצלחה?

דער א.ט.ד. טוט דאך זיין מעשים פאר א סבה. דערגרייכט ער דען זיין ציל דורכ׳ן פארען קיין אפריקא אויסלערנען די קינדער דער ואני? אדער דורכ׳ן געבען אינטערוויוס צום אונטערערדישע ראדיא סטאנציע וואס קיינער הערט נישט אויס?
טאמער געלט איז זיין פראבלעם, זענען וואלקען קראצערס א תשובה דערצו. נאר פארוואס מ׳דארף גייען א.ט.ד. דערפאר ווייסט איין סט"א. טאמער זעלבסט אויסדרוק איז וואס האלט איהם צוריק פון זיין פרייד אינ׳ם געזעלשאפט, איז ער טאקע צופרידען נאכ׳ן אויסדרוק זיינער? זיין בוך, מאווי, ליד, קונץ האבען איהם\איהר טאקע דערפרייט פון די לאסט?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: דינסטאג פעברואר 21, 2017 12:14 pm
דורך פרייוויליג
אהבת ישראל האט געשריבן:
פרייוויליג האט געשריבן:מושב, איך דארף נישט מער ווי א לינק פון 5 מוצלחים, ודי בזה. לאמיר זען א סוקסעספול פראפייל, אדרבה ואדרבה. בלאו הכי שוא ידברו.

מושב שרייבט אז עס איז דא א ריזיגע געמיינדע מוצלחים פון זיי , 5 מענטשען פון א רוזיגע געמיינדע איז א נישטיגע נומבער עני וועי

אן מקורות איז דאס סתם פירקלעריי.

נשלח: דינסטאג פעברואר 21, 2017 12:18 pm
דורך שבת אחים
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:מ׳דארף טאקע פרעגען, וואס מיינט הצלחה?

דער א.ט.ד. טוט דאך זיין מעשים פאר א סבה. דערגרייכט ער דען זיין ציל דורכ׳ן פארען קיין אפריקא אויסלערנען די קינדער דער ואני? אדער דורכ׳ן געבען אינטערוויוס צום אונטערערדישע ראדיא סטאנציע וואס קיינער הערט נישט אויס?
טאמער געלט איז זיין פראבלעם, זענען וואלקען קראצערס א תשובה דערצו. נאר פארוואס מ׳דארף גייען א.ט.ד. דערפאר ווייסט איין סט"א. טאמער זעלבסט אויסדרוק איז וואס האלט איהם צוריק פון זיין פרייד אינ׳ם געזעלשאפט, איז ער טאקע צופרידען נאכ׳ן אויסדרוק זיינער? זיין בוך, מאווי, ליד, קונץ האבען איהם\איהר טאקע דערפרייט פון די לאסט?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

דער סיבה פארוואס דער אט״ד טוט וואס ער טוט, איז געווענטליך ווייל ער גלייבט נישט אין דעם וואס דו גלייבסט, און וויל נישט לעבן א לעבן וואס האט אין זייערע אויגן קיין שום באדייט, צופארן קיין אפריקע אויסלערנען קינדער דעם ואני דארף מען נישט אפפארן! מקען בלייבן וויאזוי מ׳איז.

נשלח: דינסטאג פעברואר 21, 2017 12:21 pm
דורך פרייוויליג
שבת אחים האט געשריבן:החוקר ראזלינד פרענקלין איז אויפגעוואקסן אין אמתע פרומע חרדישע שטוב, איר טאטע האט בשום אופן נישט געוואלט זי זאל גיין שטודירן, און מיט-דעם-אלעם האט זי נישט צוגעהערט אין געגעאנגען שטודירן, סאיז דא בריווען ווי זי טעהנט זיך מיט איר טאטע וועגן אידישקייט און אמונה און שמירת שבת.

די אטדס פון מיין משל זענען אלע נישט קיין שומרי שבת.

ברענג מיך נישט איינער וואס איז געשטארבן פאר 59 יאר צוריק. ברענג מיך איינער וואס איז אט"ד אין 2017 און האט זיך סוקסעספול איבערגעשריבן, און איז הערליך מצליח ווי א נעטיוו געבוירענער. נישטא קיין שום בושה מפרסם צו זיין די נעמען. ברענג מיך נישט קיין נעמען וואס האבן אומאקטיווער Linkedin אקאונט. סארי צו זאגן: איך האב נאכנישט געפינען.

מען מאלט וואסער

נשלח: דינסטאג פעברואר 21, 2017 12:32 pm
דורך שבת אחים
סאיז א בושה פאר זייערע משפחות, אסאך פון זייערע קינדער זענען געבליבן פרום, מ׳קען אזאנס נישט שרייבן אויף א פובליק-פארום!, בד״וו ראזלינד פרענקלין איז טאקע געשטארבן יונגערהייט פון קענסער, (זי האט געפארשט ׳עקס רעיס׳ פאר מ׳האט געוואוסט די הארבקייט פונדעם), אבער זי וואלט נאך היינט צוטאגס געקענט לעבן, איינע פון די פיר וואס האבן אויסגעטראפן די ען עי James Watson, און געארבעט צוזאמען מיט איר לעבט נאך היינטיגע טעג, ער איז 88 יאהר אלט.

איך האב געברענגט פינף משלים פון מענטשען וואס האבן געלעבט אין די לעצטע הונדרעט יאר, פארוואס האסטו אויסגעלאזט דזשעקי מעסאן און עלען דערשאוויץ??? לאמיר הערן דיין פשעטל אויף דעם... בד״וו כהאב א גאנצע ליסטע פון אטד״ס וואס האבן באלויכטן די וועלט! איך האלט עס פאר א צווייטע גלעגענהייט, איך וועל איין טאג שרייבן א ארטיקל וועגן דעם.

נשלח: דינסטאג פעברואר 21, 2017 12:40 pm
דורך שבת אחים
פרייווייליג, אויב ביסטו מסכים פאר גילו, אפפער איך דיר נעמען פאר א טור אויף א באזוך צו די דריי אטד״ס פון וואס כהאב גערעדט, קענסט זיך אליינס איבערצייגן אין די ווארהייט דערפון. אבער שרייבן נעמען אן זייער הסכמה קען מען נישט.

Re: וואסי לצטנס ג'שען מ'די אטד אז'ס שפראצן ב'זיי אזויפיל עשי

נשלח: דינסטאג פעברואר 21, 2017 2:12 pm
דורך יהודי פשוט
דער וואס גלייבט אז דער אט״ד גלייבט נישט אין וואס איך גלייב ווייסט נישט וואס דאס איז אט״ד, היינט צו טאגס איז נישטא קען אט״ד וואס איז אפ געפארן מחמת חיסרון אמונה צו ווייל ער גלייבט נישט אין מיין לעבנס שטייגער, בסך הכל איז ער א נידריגע בעל תאוה וואס קען זיך נישט איין האלטן פון קוקן א מאווי שבת וכו׳ וכו׳, נאר וואס דען וואספארא פנים העט עס האבן אז ער העט ארויס קומען און אויס שרייען הויעך מורי ורבותי איך בין אן עבד צו מיין ייצר הרע איך קען זיך נישט איינהאלטן פון קוקן א מאווי און רייכערען מאריכוואנא אום שבת וממילא גיי איך יעצט ווערן אט״ד, עס האט דאך ממש נישט קיין פשט, ממילא האבן זיי געטראפן דעם גוטן שלייער, בעצם ברענט מיר נישט די מאריכוואנא אום שבת, נאר וואס דען איך גלייב פשוט נישט און דאס וואס די גלייבסט... קומט דער גרויסער פיקח שבת׳ל וואס איהו גופיה כחד מינייהו און ער שרייבט עס נאך מיט גרויס חכמה אויף ק״ש... עס איז ברוך השם דא ווער עס זאל לאכן....
בדרך אגב האב איך מיר יעצט געכאפט די ביאור פון דעם ניק שבת אחים, זעהט אויס אז דער אח איז גאר מושב זקנים, זיי זענען אחים לדעה... אדער אפשר בעסער געזאגט אחים לשטות ווייל עס שטעקט נישט אין דעם קיין שום דעת...
יבוא בעל הכרם וכו׳....

נשלח: דינסטאג פעברואר 21, 2017 2:15 pm
דורך שבת אחים
:קראץ: :twisted: :דמיונות: :| :lol: :קלאטש :רח"ל :דמיונות:

נשלח: דינסטאג פעברואר 21, 2017 2:41 pm
דורך פרייוויליג
שבת אחים האט געשריבן:סאיז א בושה פאר זייערע משפחות, אסאך פון זייערע קינדער זענען געבליבן פרום, מ׳קען אזאנס נישט שרייבן אויף א פובליק-פארום!, בד״וו ראזלינד פרענקלין איז טאקע געשטארבן יונגערהייט פון קענסער, (זי האט געפארשט ׳עקס רעיס׳ פאר מ׳האט געוואוסט די הארבקייט פונדעם), אבער זי וואלט נאך היינט צוטאגס געקענט לעבן, איינע פון די פיר וואס האבן אויסגעטראפן די ען עי James Watson, און געארבעט צוזאמען מיט איר לעבט נאך היינטיגע טעג, ער איז 88 יאהר אלט.

איך האב געברענגט פינף משלים פון מענטשען וואס האבן געלעבט אין די לעצטע הונדרעט יאר, פארוואס האסטו אויסגעלאזט דזשעקי מעסאן און עלען דערשאוויץ??? לאמיר הערן דיין פשעטל אויף דעם... בד״וו כהאב א גאנצע ליסטע פון אטד״ס וואס האבן באלויכטן די וועלט! איך האלט עס פאר א צווייטע גלעגענהייט, איך וועל איין טאג שרייבן א ארטיקל וועגן דעם.

סתם משוגע מאכן דא? דו ווילסט זיך פארגלייכן מיט דזשעקי מעסאנס קרעדידענטשעלס און היסטאריע? און ביטע ברענג מיך נישט קיין 85 מאן, איך רעד פון א חסידישע 2017 אינגערמאן! נישט פון א Atheist פון 200 יאר צוריק, און נישט פון מלחמה איבערלעבער.

נשלח: דינסטאג פעברואר 21, 2017 2:45 pm
דורך שבת אחים
פרייוויליג האט געשריבן:

פאר מ׳גייט ווייטער זיי מסביר די זאץ?

דו ווילסט זיך פארגלייכן מיט דזשעקי מעסאנס קרעדידענטשעלס און היסטאריע?

ווי האב איך געזאגט אז איך פארגלייך מיך מיט אים???

נשלח: דינסטאג פעברואר 21, 2017 2:47 pm
דורך יעקב מענטש
דער פותח האשכול האט גערעדט פון א ספעציפישע קרייז א. ט. ד. די וואס מ'באטיטעלט דורכפעלער און לוזערס, און ער קלעימט אז זייער סטאטוס האט זיך לעצטענס געטוישט. (פראוו נידעד)

מושב רעדט פון אן אנדער סארט אינגאנצן.

אני בעניי, פארשטיי נישט פארוואס ס'איז נישט מעגליך אז אן א.ט.ד. זאל נישט קענען מצליח זיין אין ביזנעס, סיידן אויב מ'מאכט אן הנחה אז די סיבה צו זייער שלימזלות אין מסחר קומט פונעם זעלבן שורש פון זייער דורכפאל אינעם חרידישן לעבנסשטייגער.

איך פערזענליך האלט ס'ווענדט זיך אין די סיבה פארוואס ער איז געווארן אן א.ט.ד., אויב קומט עס צוליב זיין זעלבסט איינגערעדטע חכמה, אז ממש קיינער קען נישט ענטפערן זיינע שפיציגע קושיות, און דארווינ'ס טעאריעס דארף מען אקצעפטירן אלץ אן אמונה, אפגעזעהן וויפיל לעכער דאס פארמאגט, (ס'איז גאנץ יתכן אז דער תאוה פארארבעט איר'ס, און די אלע 'קושיות' איז פשוט צו בארואיגן זיין קאנשענס) דאן זעה איך נישט פארוואס ער זאל נישט האבן קיין הצלה אינעם סעקיולארן געזעלשאפט.

ווידעראום, אויב רעדט מען פון א טונע-בייגל (ווי מ'רופט עס דא), וואס דאס איז די מאיאריטעט פון די היינטיגע א.ט.ד. געזעלשאפט, איז שווער צו גלייבן אז אן ערנסטע פראצענט זאל מצליח זיין, אבער איז דאך נישט אויסגעשלאסן, ובפרט אויב גייט אדורך אפאר יאר, און ער מענטשעלט זיך אויס וכו'

Re: וואסי לצטנס ג'שען מ'די אטד אז'ס שפראצן ב'זיי אזויפיל עשי

נשלח: דינסטאג פעברואר 21, 2017 2:49 pm
דורך החוקר
@שבת לויט ווי עס קוקט אויס פון דיינע ווערטער, האלטסטו אז סיי ווער עס פורק עול און היט נישט גארנישט, אפגעזען פון וועלכע גאטונג אין אידישקייט מען קומט, פון חסידים ביז מאדערן ארטאדאקס, און נישט קיין אינטערשייד פון איינעם אין 2017 צו איינעם וואס איז נעבעך דורך די שבעה מדורי גיהינום (אלי' וויזעל האסטו אויך דערמאנט).

דו ביסט בארעכטיגט צו דיין מיינונג, אבער איינער וואס קומט פון אוישוויץ קוק איך נישט אן פאר קיין אט"ד, אזוי אויך נישט איינער וואס קומט לכתחילה פון א מער מאדערנע שטוב, אדער איינער וואס לאזט אפ חסידות אבער בלייבט ערליך און א שותו"מ.

לענינינו, וויל איך וויסן צו פון די הונדערטער או טי די'ס וואס דו קענסט, צו דו זעסט אויך אזויפיל מוצלחים פון די חברה וואס קומען דווקא פון חרדישע שטובער, און זענען געווארן פורקי עול לגמרי אין די לעצטע 30 יאר, אדער אין די גרופע ביסטו מודה אז קום אפאר זענען מצליח.

נשלח: דינסטאג פעברואר 21, 2017 2:50 pm
דורך שבת אחים
איך וויל נאכאמאל קלארשטעלן אויף וואס איך דינג זיך דא, אזויווי איך האב געשריבן פריער:

איך בין דא אפצופרעגן די איידיע אז אויב מפארט אפ און מ׳גייט אוועק פון די אויסגעטרעטענע וועג קען מען נישט מצליח זיין אדער וואס. זייט סאיז דא אפגעפארנע זענען דא וואס האבן יא מצליח און געוועהן וואס האבן נישט!!!
גארנישט אנדערש ווי אין אלע אנדערע סאסייעטי׳ס/סירקל׳ס.

נשלח: דינסטאג פעברואר 21, 2017 3:00 pm
דורך החוקר
איך האב נאכנישט געליינט אז איינער דא זאל שרייבן אז מען "קען נישט", סך הכל וואס מען זאגט איז, אז פארקערט ווי די או טי די'ס ווילן זאגן, האט די " סיסטעם" זיי נישט צוריקגעהאלטן, והראי' נאכן אלעס אוועק ווארפן זעהט מען זיי נישט שיינען.

דאס איז דא די מדובר צו פאקטיש האבן זיי מצליח געווען צו נישט, צו זיי קענען ווען אין טעאריע מצליח איז אינגאנצן אן אנדערע פראגע.

עס קוקט אויס ווי די לערנסט פשט אז פארן אוועק גיין פון די אויסגעטרעטענע וועג איז דא עפעס אן עונש אז מען קען נישט מצליח זיין, נישט דאס איז די שמועס.

נשלח: דינסטאג פעברואר 21, 2017 3:06 pm
דורך פרייוויליג
החוקר האט געשריבן:@שבת לויט ווי עס קוקט אויס פון דיינע ווערטער, האלטסטו אז סיי ווער עס פורק עול און היט נישט גארנישט, אפגעזען פון וועלכע גאטונג אין אידישקייט מען קומט, פון חסידים ביז מאדערן ארטאדאקס, און נישט קיין אינטערשייד פון איינעם אין 2017 צו איינעם וואס איז נעבעך דורך די שבעה מדורי גיהינום (אלי' וויזעל האסטו אויך דערמאנט).

דו ביסט בארעכטיגט צו דיין מיינונג, אבער איינער וואס קומט פון אוישוויץ קוק איך נישט אן פאר קיין אט"ד, אזוי אויך נישט איינער וואס קומט לכתחילה פון א מער מאדערנע שטוב, אדער איינער וואס לאזט אפ חסידות אבער בלייבט ערליך און א שותו"מ.

לענינינו, וויל איך וויסן צו פון די הונדערטער או טי די'ס וואס דו קענסט, צו דו זעסט אויך אזויפיל מוצלחים פון די חברה וואס קומען דווקא פון חרדישע שטובער, און זענען געווארן פורקי עול לגמרי אין די לעצטע 30 יאר, אדער אין די גרופע ביסטו מודה אז קום אפאר זענען מצליח.

גוט געזאגט. ער מאכט א מישמאש פון קריג איבערלעבער, געטוישט דרך אבער נאכאלץ שותו"מ, מאדערן ארטאדאקס, צו גאנצע אפגעפאראנע אא"וו.

[tag]שבת[/tag], מ'רעדט פון 2017 אט"ד. אט"ד מיינט עמיצער וואס איז געבוירן פרום און ער ווערט א חילוני. נישט אלי וויזל און נישט דזשעקי מעסאן.

נשלח: דינסטאג פעברואר 21, 2017 3:14 pm
דורך שבת אחים
אלי וויזל מיט עלען דערשאוויץ זענען פונקט אזוי געבוירן געווארן פרום ווי דו, איך כאפ נאכנישט דיין חילוק, אלי וויזל קומט פון א וויזניצע משפחה, דערשאוויץ אויך פון א חסידישע משפחה געוואוינט אין וויליאמסבורג שפעטער אין בארא פארק, ער האט קאזינס אין אלע היימישע געגענטער וואס גייען מיט שטריימלעך. זיי דיך בעסער מסביר וואס ווילסטו כזאל דיר ברענגן איינעם פון די היינטיגע אטד? איך גיי דיר אריינשיקן אפאר לינקעדען פון היינטיגע אטד״ס וואס זענען לויער׳ס און דאקטורים, אבער מוסט מיר געבן אפאר טעג צייט, זיי צופרעגן אויב איך מעג מפרסם זיין זייערע נעמען. איין לויער איז פון די גרעסטע באנקראפסי לויערס אין ניו יארק סיטי, א היימישע אטד פון בארא פארק. בתנאי איז דו וועסט נאכדעם שרייבן טעותי!!! דא אויף ק״ש, ערלעדיגט? דיעל?

נ.ב. דארפסט פארשטיין דו מאכסט מיך ארבעטן, איך דארף יעצט גיין פרעגן די אלע רשות.

נשלח: דינסטאג פעברואר 21, 2017 3:21 pm
דורך איש את רעהו
@מושב'ל זיצט בא'מושב'ט ער וויל מישלעפן דעם עולם אין זיין מושב, ווי מיר זאגן אין די אקדמות וויאזוי די פורקי עול התורה רעדן צום כלל ישראל.
דר'עולם קוקט אויף א בא'מושבטער כאילו מע קומט מן הישוב
וויפיל איך קען פון זייער געמיינדע איז עס א כאפטע האומלעסעס וואס זיכן א דאך איבער'ן קאפ.

נשלח: דינסטאג פעברואר 21, 2017 3:31 pm
דורך moshav zekeinim
שבת, דער עולם וויל בעיקר הערן פון בוגרי מוסדות חרדיות בתקופת הטונע-בייגל והסושי. דערשאוויץ איז נאך פאר דער טונא בייגל תקופה.

נשלח: דינסטאג פעברואר 21, 2017 3:39 pm
דורך שבת אחים
סאיז א מוראדיגע פראבלעם פאר די ספעציפישע ארגעמיונט צו ווייזן אז איך בין גערעכט, ווייל רוב פון די היינטיגע נארמאלע געלונגע אטד״ס ווילן נישט זיין אין די ׳ספאט-לייט׳, זיי ווילן טאקע נישט זיין פרום אבער אין די זעלבע צייט ווילן זיי נישט דירעקט וויי טוהן זייערע פאמילעס, זייערע עלטערן, זייערע אייגענע קינדער. ווען פוטסטעפס לייגט א קליפ פון אטדס וואס זינגן זיך אינטער חזנות בשעת זיי לייגן צאם זייערע אינטערהויזן ריפלעקט עס נישט די אמתע בילד פון די היינטיגע אטד״ס ווארים רוב אטדס וואס האבן מצליח געוועהן ווילן נישט זיין אויף קיין שום קליפס, ופשוט הוא.

ווי שטאלץ איך האלט מיך אז איך בין גערעכט מיט מיינע מיינונגען, וואלט איך קיינמאל אין מיין לעבן געשריבן ערגעץ מיין עכטע נאמען, פשוט נישט וויי צוטוהן מיינע עלטערן, איך רעד יעדן צווייטען טאג מיט מיינע עלטערן, איך האב שטארקע קשר מיט מיין גאנצע משפחה, איך האב זיי ליעב אהבת נפש פארוואס זאל איך בדוקא זיי פארשעמען??? איך גיי ארויף צו מיין מאמע אינדערהיים מיט די פולסטע דרך ארץ, כ׳רעד נישט קיין ווארט וואס זיי ווילן נישט הערן, אדרבה איך מאך ברכות, זאג ברוך השם, דער אייבישטער וועט העלפן, וכודומה, בד״וו איך בין א אינגערמאן א בעל פרנסה, איך וואוין נישט אין קיין בעיסמענט :lol: איך פארמאג אפאר מיליאן דאללער אין פראפעטי אין ניו יארק סיטי, איך בין א שותף אין א גרויסע אי קאמערס ביזנעס וואס מאכט מיליאנען אין סעילס במשך די יאהר, איך האב אסאך נאנטע חברים וואס גלייכן צו פארברענגן מיט מיר, איך בין ארומגעפארן אין כמעט די גאנצע וועלט מיט קבוצות פון אטדס, געשלאפן אין די בעסטע האטלעס, געפארן פירסט קלעס, און צומאל מיט פריוואטע זשעטס. מיין גאנצע משפחה איז נאנט מיט מיר, מיינע קינדער האבן מיך ליעב אהבת נפש און זיי קומען צן מיר דריי מאל א וואך, מיין עלצטע זוהן וואס איז זיבעצן וואוינט ביי מיר און איז אינטער מיין רשות, און ארבעט פאר מיין קאמפני. איך האב די וואך געקויפט א נייע עס יו ווי וואס קאסט נייציג אלפים (אן די לייטס און סיערינס ;) ) איך האב שטייצעך מיין פעקל שוועריקייטן פונקט ווי יעדער, אבער איך לאך פון ענק אלע ווען איר זאגט אז אלע אטדס זענען לוזערס...

איך זוך מיך נישט אויפצוטהן אבער דאס איז די מציאות, און למען הארגיומענט וועל איך נוצן מיך אליינס פאר א משל!

איך וואלט קיינמאל אין מיין לעבן געוואלט צוריקדרייען די זייגער!

נשלח: דינסטאג פעברואר 21, 2017 3:52 pm
דורך יעקב מענטש
אה שבת

דיין טאטע האט געלערנט אין ישיבה פאר 45 יאר צוריק (אזוי האסטו געשריבן ערגעץ) און דו פארמאגסט שוין א 17 יעריגע בחור....

עניוועי, די אויגן פאלט מיר ארויס פאר קנאה

נשלח: דינסטאג פעברואר 21, 2017 3:55 pm
דורך שבת אחים
יעקב מענטש האט געשריבן:אה שבת

דיין טאטע האט געלערנט אין ישיבה פאר 45 יאר צוריק (אזוי האסטו געשריבן ערגעץ) און דו פארמאגסט שוין א 17 יעריגע בחור....

עניוועי, די אויגן פאלט מיר ארויס פאר קנאה

פארוואס קען עס נישט זיין? איך בין 39.