בלאט 2 פון 2

Re: פינף יאר קאווע שטיבל

נשלח: מאנטאג פעברואר 27, 2017 2:25 pm
דורך החוקר
אפשר מאכט מען א קליינע (אדער גרויסע) פנים חדשות פאר "קאווע שטיבל".

לכבוד יובל החמש קלער איך וואלט געווען פאסיג איבערצופרישן דעם וועבזייטל. איך בין קיין גרויסע גראפיקער פארט האביך פראבירט עפעס צו צאמשטעלן, אפשר וועט איינער נעמען דעם געדאנק ווייטער. אדרבה, אויב די אריות שבחבורה ווי @פיקאסא אדער @אלקנה ווילן אריינלייגן צייט, קענען זיי זיכער באווייזן שענער'ס.
קאווע שטיבל 2.0!

בילד
בילד

Re: פינף יאר קאווע שטיבל

נשלח: מאנטאג פעברואר 27, 2017 8:19 pm
דורך מפוזרי
טאקע. און אפשר איז שוין געקומען די צייט פאר א מאביל סייט?
איך ווייס פון טעפאטאק, ואעפ"כ.

נשלח: מאנטאג פעברואר 27, 2017 9:02 pm
דורך החוקר
איך בין געווען זיכער אז מיין פארשלאג גייט אנצינדען א ווארעמקייט ביים ציבור, איך האב ערווארטעט א פלייץ פון עצות, הערות, קריטיק און בליציגע רעיונות. אבער ווי גייט דאס ווערטל, אז מען מיינט נארט מען זיך.

נשלח: מאנטאג פעברואר 27, 2017 9:38 pm
דורך אייז קריעם
וואס טיט א אטד וואס איז חוזר בתשובה און האט חרטה פארן שרייבן פעך און שוועבל אויף חרדים?
איז דא א וועג צו פארמעקן אלע תגובות פון דעם ניק פאר די פארגאנגענע פינעף יאר, אדער וועט ער מוזן מעקן יעדע תגובה?
נאך א זאך, אויב ער איז חוזר בתשובה מאהבה, ווערן זיינע תגובות נהפך צו מצות?