בלאט 2 פון 2
Re: - ליע עוועניו -
נשלח: דינסטאג פעברואר 28, 2017 2:25 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
שוין לאנג נישט געווען אן אשכול וואס זאל אזוי זוכה זיין צו 36 לייקס. בן תמליון איז פון ערגעץ זיך אויפגעוועקט צו דערלאנגען א לייק, שטעל זיך נאר פאר
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: דינסטאג פעברואר 28, 2017 2:40 pm
דורך תורה ומדע
ווער ווייסט וויפיעל נאך באהאלטענע כשרון און טאלאנט געפונט זיך אין אונזער געזעלשאפט.
נשלח: דינסטאג פעברואר 28, 2017 2:52 pm
דורך יעקב מענטש
הבל, גאר גוט.
די לשונות זענען אויסערגעווענליך, די חלק מיט דעם כולל אינגערמאן איז געווען עולה על כולנה
נשלח: דינסטאג פעברואר 28, 2017 2:57 pm
דורך קורקלענד
זייער שיין! שטארק ארויסגעברענגט!
אמאל וואלט אזא באשרייבונג געדעקט קאני, אפרים, זעלדא, מעכל'טע, גילי, צדקה פאר *ירער ישיבה און נאך אפאר אזעלכע כאראקטער'ס. כ'האב שוין אזא שפאציר נישט געמאכט זייט כ'האב א קאר. כ'בין נייגעריג צו ס'זענען אפיר געקומען נייע חברה אויפן גאס זינט כ'פלעג אהיים וואקן פון חדר יעדן טאג.
נשלח: מיטוואך מערץ 01, 2017 1:05 am
דורך נולד מאוחר
תורה ומדע האט געשריבן:ווער ווייסט וויפיעל נאך באהאלטענע כשרון און טאלאנט געפונט זיך אין אונזער געזעלשאפט.
אין א געזעלשאפט וואס יעדער קען ארויסגעבען זיין טאלאנט הערט מען אויך נאר פון די פאר גרעסטע.דאס איבריגע זענען אירעלעווענט.
נשלח: מיטוואך מערץ 01, 2017 9:32 am
דורך תורה ומדע
נולד מאוחר האט געשריבן:תורה ומדע האט געשריבן:ווער ווייסט וויפיעל נאך באהאלטענע כשרון און טאלאנט געפונט זיך אין אונזער געזעלשאפט.
אין א געזעלשאפט וואס יעדער קען ארויסגעבען זיין טאלאנט הערט מען אויך נאר פון די פאר גרעסטע.דאס איבריגע זענען אירעלעווענט.
קען זיין, אבער דאס מאס רויע אומאויסגעארבייטע טאלאנט וואס געפונט זיך אינעם היימישען ציבור איז ממש מעורר תמהון עד כדי בכיה. נעמט למשל די ענינים פון בדחנות, ציור, נגינה, פאעזיע, וואס אין דעם זענען מיר געווען נישט לאנג צוריק גאנץ פארגעשריטען, נפלנו אחור הרבה כידוע.
נשלח: מיטוואך מערץ 01, 2017 10:06 pm
דורך berlbalaguleh
תורה ומדע: וואס וואלסטו געוואלט אז ס'זאלל זיך אויפמאכן א סקול פאר ארט, מוזיק און שווימען. די אלע ראטן וועלכע זענען שוין האלב אומ-אקטיוו, נאכדעם וואס זיי האבן שוין געמאכט גענוג געלט כדי צו קויפן הייזער פאר אלע זייערע קינדער על חשבון הקהל, וועללן ארויסקומען פון זייערע לעכער. און צוזאמען מיט די ליידיגייערס און גאט'ס פארזארגערס פון די נעקסטע דזשענערעישן וועללן איבערקערן וויליאמסבורג. אז ס'וועט אויסזעהן ווי מאה שערים אדער בית שמש...!
נשלח: מיטוואך מערץ 01, 2017 11:01 pm
דורך שמעקעדיג
תורה ומדע האט געשריבן:נולד מאוחר האט געשריבן:תורה ומדע האט געשריבן:ווער ווייסט וויפיעל נאך באהאלטענע כשרון און טאלאנט געפונט זיך אין אונזער געזעלשאפט.
אין א געזעלשאפט וואס יעדער קען ארויסגעבען זיין טאלאנט הערט מען אויך נאר פון די פאר גרעסטע.דאס איבריגע זענען אירעלעווענט.
קען זיין, אבער דאס מאס רויע אומאויסגעארבייטע טאלאנט וואס געפונט זיך אינעם היימישען ציבור איז ממש מעורר תמהון עד כדי בכיה. נעמט למשל די ענינים פון בדחנות, ציור, נגינה, פאעזיע, וואס אין דעם זענען מיר געווען נישט לאנג צוריק גאנץ פארגעשריטען, נפלנו אחור הרבה כידוע.
איך מיין פארקערט, אין געוויסע הינזיכטן איז מען יא געווארן פארגעשריטן.
נגינה? פארגלייכסט די היינטיגע פארגעשריטענע מוזיקאנטן און זינגערס צו לעצטן דור?
ציור? די היינטיגע גראפיקס און אדווערטייזמענטס איז שוואכער ווי אמאל? פארגלייכסט עס צו די האנט-געשריבענע קאלירטע טאוולען פון ש.מ.ח.ה. ווי יעדע שורה איז געווען היילייטעד מיט אן אנדערן קאליר...?
פאעזיע? קוק נאר וואס טוט זיך דא אין שטיבל.... מסלתה ומשמנה..
נשלח: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 9:34 am
דורך תורה ומדע
היינטיגע מנגנים הייבען נישט אהן צו קענען מוזיק. א באנדע נאכמאכערס מיט ליידיגע קעפ. עס איז ניטא כמעט קיין בעלי מחדשים אויף א מוזיקאלישער ניווא ווי למשל ר שלמהלע אדער ר בנציון שענקער ז"ל. איך רעד שוין נישט אויפען לעוועל פון די מאדזיצער אדער באבאווער רעביס זעלבסט. ווען איז דער לעצטער מארטש אדער וואלטס ארויס געקומען פון א היימישעו איד ווי ר יאסעלע מאנלבוים אדער ר ח"ד בלום ע"ה? ווען איז דער לעצטער מאהל איהר האט געהערט אן ארגינעלער אידישער וויץ ביי א חתונה? חוץ פון באוויינען די מחותנת'טע הערט מען גארנישט.
היינטיגע גרעפיקס איז אלץ ביי קאמפיוטער. וואס איז דען די חכמה?
נשלח: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 9:43 pm
דורך שמעקעדיג
וואס די חכמה איז? לאמיר זעהן, זעץ זיך צו צום קאמפיוטער און פרינט מיר ארויס א הערליכע עד... איך האף דו פארשטייסט אליינס אז דער קאמפיוטער איז בלויז א שליח ארויסצוברענגען מכח אל הפועל די טאלאנטן און די חידושים פונעם גראפיקס ארטיסט!
מנגנים זענען א באנדע נאכמאכערס מיט ליידיגע קעפ? הייבן נישט אן צו קענען מוזיק? ממש אזוי? איך פארשטיי אז אמאל האט געקענט זיין א ספעציעלער בעל מחדש אויף חסיד'ישע מארשן, טאקע מער ווי היינט, אבער די אופן פון פראפעסיאנאליזם וואס איז היינט פאראן איז נאך קיינמאל נישט געווען! געב א קוק אין די אשכול שיינע מוזיק קליפס, באטראכט די מוזיקאנטן, באטראכט די קווייערס, משוגע צו ווערן! איך לייקן נישט אז געוויסע חידושים איז מעגליך אמאל געווען שענער אדער בעסער, אבער די עצם פראדוקציע? שענער פון סיי ווען!!
איך פארשטיי דיין פונקט אפילו אן אוועקמאכן אלע טאלאנטן פונעם היינטיגן דור. מען מוז נישט אוועקמאכן מעלות כדי ארויסצוברענגען געוויסע חסרונות.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 9:54 pm
דורך קורקלענד
תורה ומדע האט געשריבן:היינטיגע מנגנים הייבען נישט אהן צו קענען מוזיק. א באנדע נאכמאכערס מיט ליידיגע קעפ. עס איז ניטא כמעט קיין בעלי מחדשים אויף א מוזיקאלישער ניווא ווי למשל ר שלמהלע אדער ר בנציון שענקער ז"ל.
וואס קענען די היינטיגע 'מחדשים' טוען אז זיי זענען געבוירן אין א גענעראציע פון
'שאזאם'.
נשלח: פרייטאג מערץ 03, 2017 9:52 am
דורך תורה ומדע
קורקלענד האט געשריבן:תורה ומדע האט געשריבן:היינטיגע מנגנים הייבען נישט אהן צו קענען מוזיק. א באנדע נאכמאכערס מיט ליידיגע קעפ. עס איז ניטא כמעט קיין בעלי מחדשים אויף א מוזיקאלישער ניווא ווי למשל ר שלמהלע אדער ר בנציון שענקער ז"ל.
וואס קענען די היינטיגע 'מחדשים' טוען אז זיי זענען געבוירן אין א גענעראציע פון
'שאזאם'.
דאס רויע טאלאנט איז אוודאי דא היינט פונקט ווי אמאהל. נאר וואס דען, עס פעלט חידוש, אייגענארטיקייט, און מוזיקאלישע קאמפלעקסיטי. אויך פעלט תוכן און הארץ צו דעם היינטיגען סטיל. א חלק פון דעם איז א דאנק דעם וואס אונזערע יוגענד האט נישט קיין פארמאלע חינוך אין קיין שום עריע אויסער לימודי קודש, וואס יש אומרים אז דארט איז אויך צריך תיקון גדול. ממילא בלייבט אלצדינג רוי און ליידיג אהן קיין שום מינימום סטאנדארט, כולל אלע עיניני דעלמא און קונצט. דאס שאפט א מצב אין וועלכער יעדער קאליעקע מיט לאנגע לאקען שטעלט זיך אוועק ביים מיקרופאון און פראבירט נאכמאכען מב"ד, דעם, אדער יענעם.
נשלח: פרייטאג מערץ 03, 2017 10:07 am
דורך תורה ומדע
שמעקעדיג האט געשריבן:וואס די חכמה איז? לאמיר זעהן, זעץ זיך צו צום קאמפיוטער און פרינט מיר ארויס א הערליכע עד... איך האף דו פארשטייסט אליינס אז דער קאמפיוטער איז בלויז א שליח ארויסצוברענגען מכח אל הפועל די טאלאנטן און די חידושים פונעם גראפיקס ארטיסט!
מנגנים זענען א באנדע נאכמאכערס מיט ליידיגע קעפ? הייבן נישט אן צו קענען מוזיק? ממש אזוי? איך פארשטיי אז אמאל האט געקענט זיין א ספעציעלער בעל מחדש אויף חסיד'ישע מארשן, טאקע מער ווי היינט, אבער די אופן פון פראפעסיאנאליזם וואס איז היינט פאראן איז נאך קיינמאל נישט געווען! געב א קוק אין די אשכול שיינע מוזיק קליפס, באטראכט די מוזיקאנטן, באטראכט די קווייערס, משוגע צו ווערן! איך לייקן נישט אז געוויסע חידושים איז מעגליך אמאל געווען שענער אדער בעסער, אבער די עצם פראדוקציע? שענער פון סיי ווען!!
איך פארשטיי דיין פונקט אפילו אן אוועקמאכן אלע טאלאנטן פונעם היינטיגן דור. מען מוז נישט אוועקמאכן מעלות כדי ארויסצוברענגען געוויסע חסרונות.
צו וואס טויגען די אלע בעלז און וויסטלס בלע"ז אויב דאס אינעוויניגסטע איז ליידיג און פוסט
נשלח: פרייטאג מערץ 03, 2017 10:21 am
דורך שבת אחים
דעס אז היינטיגע מוזיק איז ליידיג און פוסט איז אייער פערזענליכע opinion, שמעקעדיג און אנדערע טעהנן דאך אז סאיז נישט ליידיג און פוסט, איז, אפשר איז עס א בחינה פון ״על טעם וריח אין להתווכח״???.
למשל איך האב מיין אייגענע טעסט מוזיק, איך גלייך זייער
Trance Music און איך הער עס יעדען איינציגע טאג, בשבתך בביתך ובלכתך בדרך, און אסאך מאל וועל איך האבן איינער מיט מיר וואס קען נישט אויסהאלטן די מוזיק, און קען עס נישט פארליידן. זאג וואס איז בעסער vanilla אדער chocolate אייז קרים? איך האלט אז טשאקלאד, מיין עקס האט געהאלטן vanilla קיינמאל נישט געגעסן קיין טשאקלאד (אפשר דאס איז טאקע געוועהן די פראבלעם).

נשלח: פרייטאג מערץ 03, 2017 10:38 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
פון אידישע מוזיקאנטען, קען איך נישט קיין איין ניגון וואס איהר ליבהאבערס זינגען נאך א האלבע יאר שפעטער. לכאורה דארף דאס צו זיין א קנה מדה צו די פאפולאריטעט פון א ניגון איז צוליעב איהר כשרון אדער צוליב די דערויסענדיגע גלאנץ.
נשלח: פרייטאג מערץ 03, 2017 10:45 am
דורך קורקלענד
דאס איז אפשר ווייל די היינטיגע אטענשאן ספען איז זייער קורץ און מ'יאגט נאך פרישע סחורה פאר מ'פארדייט די אלטע.
נשלח: פרייטאג מערץ 03, 2017 10:48 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
מ׳קען איבערזינגען און איבערזינגען אלטע ניגונים, אפילו היינט מיט די שוואכע אטענשען ספען. שלמה קארליבאך פארקויפט זיך נאכאלס צום יונגע דור, ווי אויך בנציון שנקר און ניח"ח
נשלח: פרייטאג מערץ 03, 2017 10:56 am
דורך קורקלענד
מעגליך ווייל יענע ניגונים האבן בשעת מעשה זיך שטארק אריינגעזעצט אין אונזער קולטור אין געמאכט חזקה. מה שאין כן די היינטיגע פאר מ'הייבט עס אן זינגען ביי חתונות איז שוין דא דער נעקסטער. ווי אויך איז דא א מעגליכקייט אז דעמאלטס זענען געווען געציילטע וואס האבן געהאט די רעסורסן און טאלאנט צו קענען ארויסגעבן ממילא האט די עולם איבערגעקייט די זעלבע זאך איינמאל און נאכאמאל ביז ס'איז געבליבן סטאק נאך עד היום. היינט איז אסאך גרינגער און ביליגער פאר ווער עס וויל ארויסקומען מיט אן אלבום ממילא איז דא צופיל האבן די פאר גוטע צעווישן זיי א שוואכע געלעגנהייט.
נשלח: פרייטאג מערץ 03, 2017 11:13 am
דורך תורה ומדע
שבת אחים האט געשריבן:דעס אז היינטיגע מוזיק איז ליידיג און פוסט איז אייער פערזענליכע opinion, שמעקעדיג און אנדערע טעהנן דאך אז סאיז נישט ליידיג און פוסט, איז, אפשר איז עס א בחינה פון ״על טעם וריח אין להתווכח״???.
למשל איך האב מיין אייגענע טעסט מוזיק, איך גלייך זייער
Trance Music און איך הער עס יעדען איינציגע טאג, בשבתך בביתך ובלכתך בדרך, און אסאך מאל וועל איך האבן איינער מיט מיר וואס קען נישט אויסהאלטן די מוזיק, און קען עס נישט פארליידן. זאג וואס איז בעסער vanilla אדער chocolate אייז קרים? איך האלט אז טשאקלאד, מיין עקס האט געהאלטן vanilla קיינמאל נישט געגעסן קיין טשאקלאד (אפשר דאס איז טאקע געוועהן די פראבלעם).

ריכטיג, אבער די קאמפלעקסיטי און מוזיקאלישער כשרון האט נישט מיט טעם אישי. דאס האט מיט חכמה. אויב איהר קענט לייענען מוזיק וועט איהר זעהן אין איין רגע לויט די נאטיצען א חילוק ציווישען א קאמפאזיציע פון למשל מאצארט אדער בעטהאבען און להבדיל.. ידעתי ידעתי...
א קאמפאזיציע פון למשל האדמו"ר ר' שאול ממאדזיץ זצ"ל ענדילט מער צו בעטהאבען אין איהר לעוועל פון קאמפלעקסיטי און רייכקייט.
נשלח: זונטאג מערץ 05, 2017 6:19 pm
דורך מיש-נייעס
ברוך השם שיין אויפגעלעבט די פארשלאפענע קאווע שטיבל
לאמיר האפן און בעטן אז ער זאל בלייסן א אונזעריגן און מאכן קאווע שטיבל גרעיט נאכאמאל
נשלח: מאנטאג מערץ 06, 2017 3:12 pm
דורך העלא
ווען כאפסטו א שפאציר אויף:
13ט עוועניו
גאולה
רחוב ר' עקיבא
קלעפטאן ראוד
בעלגוליי
AV DE PARC
Macdonnell Road
ועוד
נשלח: מאנטאג מערץ 06, 2017 10:46 pm
דורך berlbalaguleh
העלא: ייש"כ. סתם. להערה בעלמא. די אידן תושבי מאנטריאל יצ"ו האבן געהאט א ספעציעל זיסן וועג וויאזוי זיי האבן ארויסגעזאגט דעם נאמען פון די גאס...פארק עוועניו...! זיי האבן עס אזוי צוטיילט...פאר---קעוועניו...מיט דעם זיסן אונגארישן חן...

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 27, 2019 8:31 am
דורך מי אני
אייזן!
צווישן די הומאר האב איך הנאה געהאט פון די (טיפערע) סאציאלע קאמענטערי. פארטיקולערלי, די קאגניטיוו דיסאנענס וואס נעמט ארום סיי אונז מיט וועם אונז ווילן און נעמען אויף אלס מנהיגים און סיי איינער וואס איז מיועד ליהות מהם אבער וויל ברייטערס פאר זיך.
(לגבי די שמועס פון מוזיק קען מען אפשר טענה׳ן אז בכלל, פון א מוזיקאלישע פיוריסט׳ס פערספעקטיוו, איז די היינטיגע אלגעמיינע פאפולארע מוזיק מער ״ליידיג״; פאפ מוזיק וכו׳ ווס. קלאסישע וכו׳. און אזוי ווי עס גויאישט זיך...)