בלאט 2 פון 5
נשלח: מוצ"ש מערץ 04, 2017 9:43 pm
דורך moshav zekeinim
קל וחומר האט געשריבן:ועוד, סאטמער רב'ס גאנצע אנטי ציונות סלאגען איז געווען 'וויבאלד ס' גרעניצט זיך מיט די י"ג עיקרים'.
אבער ציונות איז פון די נסיוני הדור, דאס איז דער לאך אין וואס מען פאלט אריין.
נשלח: מוצ"ש מערץ 04, 2017 9:48 pm
דורך moshav zekeinim
ספרים פאקער, פארוואס זענען רבי'ס מיט רבנים דער נסיון הדור? ברענגען זיי. דען אריין דער גויאישער גייסט אין יהדות?
נשלח: מוצ"ש מערץ 04, 2017 10:06 pm
דורך שאולדיספריםפאקער
moshav zekeinim האט געשריבן:ספרים פאקער, פארוואס זענען רבי'ס מיט רבנים דער נסיון הדור? ברענגען זיי. דען אריין דער גויאישער גייסט אין יהדות?
ערגער ווי גויאישער גייסט דאס איז כפירה ועבודה זרה ממש דינען א בשר ודם דאווענען צו א בשר ודם וואס קען זיין ערגער ווי דאס
Re: הרב מ' פילאפ אינדארסירט די וועקער מיט זיין אייגנארטיגע ש
נשלח: מוצ"ש מערץ 04, 2017 10:16 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
וואס מיינט אידישקייט?
וואס מיינט גייסט?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: מוצ"ש מערץ 04, 2017 10:59 pm
דורך moshav zekeinim
טאמער ווילסטו אריין נעמען אידישקייט מאז ימי משה ועד ימינו, וואלט איך דעפינירט אידישקייט אלץ: נאציאנאלקייט געטריבן דורך א שטארקער טראדיציע פון טרוצן אויף די "גוים".
סתם יראת שמים און דבקות קען א סופי און דארוויש אויך.
Re: הרב מ' פילאפ אינדארסירט די וועקער מיט זיין אייגנארטיגע ש
נשלח: מוצ"ש מערץ 04, 2017 11:24 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אקעי, האט עס גארנישט מיט מיין רעליגיע, און גארנישט מיט תורה און זייער נישט אינטרעסאנט.
טאמער פיליפ ודעימיה האלטען אז דער וועקער ברענגט אונטער זיין ׳אידישקייט׳, האב איך נישט קיין פראבלעם. תומ"צ וועלען גארנישט דערלייגען
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: זונטאג מערץ 05, 2017 3:15 am
דורך גנדי
זייער מחאות ארבעט גוט. מיינע שכנים מוטשענען מיר צו בארגן מיין ״וועקער״!
Re: הרב מ' פילאפ אינדארסירט די וועקער מיט זיין אייגנארטיגע ש
נשלח: זונטאג מערץ 05, 2017 3:26 am
דורך ביליג
זייו טאטע האט געהייסן ר' יונה רופט ער זיך ב(ן) טויב/יונה
נשלח: זונטאג מערץ 05, 2017 3:32 am
דורך איך אויך
וויפיל קינדער האט זיין טאטע געהאט? איינער האט דא אמאל געשריבן א מאחורי'דיגן מליצה וואס פלעגט זיך ארומדרייען אין ווילי.
Re: הרב מ' פילאפ אינדארסירט די וועקער מיט זיין אייגנארטיגע ש
נשלח: זונטאג מערץ 05, 2017 11:04 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
מיין זכרון זאגט מיר אז מ׳האט עס געזאגט שפעטער אויף ר׳ יונה לאנדא, נישט ר׳ יונה פילאפף
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: זונטאג מערץ 05, 2017 4:38 pm
דורך קאוריג
moshav zekeinim האט געשריבן:און וועגן דעם צינישן תגובה וועגן סושי, קענסט לאכן אבער עס איז דא א מקום צו קלערן אז סושי איז חוקות הגוי. יעדער תקופה האט זיך געהאט זיינע גדרים קעגן חוקות הגוי, אז מען זאל נישט אריין פאלן בזהמת הגוי און דאדורך פארלירן דעם אידישן ניצוץ.
ווען עבודה זרה איז געווען דאס וואס האט באדרויעט כלל ישראל זיי אריין צושלעפן בשיקיצי העמים, איז יעדער אביזריה דעבודה זרה געווען גאר הארב,
ווען די גריכישע חכמת יוונית האט באדרויעט צו פארשוועמען כלל ישראל בנבלי הגוים און אויסצורייסן דעם איידעלן אידישן פינק האט מען געלייגט דגוש קעגן אלעס וואס שמעקט מיט חכמת יוונית.
ווען ראציאנאליזם האט באדרויעט כלל ישראל איז געלייגט געווארן א דגוש קעגן ראציאנאליזם, אזויווי מען זעהט אז אפילו דעם רמב"ם'ס מורה נבוכים האבן גדולי פראווינציע פארברענט מחשד זה.
שפעטער ווען השכלה און מאדערנקייט און ציונות האבן באדרויט אויסצורייסן דעם אידישן שורש, האבן גדולי ישראל חושש געווען גאר שטארק.
היינט בעוונותינו הרבים איז יצרי דאמעריקא דאס וואס פארגרעבט און רייסט אויס דעם אידישן תוכן פון א איד, די אמעריקאנער פארגרעבטקייט און ליידיגקייט דאס נעמט דאך אוועק יעדער אידישער טעם פון אונז. די גאנצע אמעריקאנע לוקסוס בכלל און די פרעסעריי בפרט. אזעלעכע מאכלים ווי פרעינקפורטערס און פיצא כאטש זיי האבן זיך שוין פון לאנג אריין געריסן ביי אונז זענען זיי דאך ריכטיג פארגרעבטע מאכלים וואס פאסט פארן אמעריקאנעם שטרויזאק און פאסט גארנישט פארן אידישן מענטאליטעט.
אויך סושי איז א מאכל דירעקט ארויס פון די גויאישע אמערקאניזירטע פרעס מארקעטס, עפעס א טשייניזער מאכל אימפארטירט קיין אמעריקא להגדיל הפרעס. דער מאכל דערמאנט גויאישקייט, אמעריקאנישקייט און אומאיידלקייט, דער היפך פון א איד.
פארוואס דארף א היימיש אידיש קינד עסן אזעלעכע מאכלים וואס האט קיין אידישן טעם נישט, צו פעלט דען היימישע געשמאקע נארהאפטיגע מאכלים אז מען דארף אריין ברענגען די גויאישע מאכלים.
אמערקאניזם איז דער נסיון הדור, און סושי איז א חלק דערפון. איך וואלט געזאגט אז סושי איז א טייל פונעם היינטיגן חוקות הגוי.
ייש"כ פאר די ווארימע דיבורים
אגב, וועלכע טעם איז אידיש, האלעפצעס און באנדאש?.... פליז רוף זיך אהן זייער וויכטיג, איך האלט אינמיטן צוגרייטן די מעניא פאר די פורים סעודה
נשלח: זונטאג מערץ 05, 2017 6:32 pm
דורך moshav zekeinim
פאר פורים איז סושי אקעי כל זמן מען ברענגט א פורים'דיגער נימוק דערמיט.
וועגן בונדאש, אהכ"נ עס איז נישט קיין היימיש מאכל, עס פאסט נישט אזוי פאר א אידישער טיש. אבער פאר א נאכטמאל איז עס נישט אזוי שלעכט, עס איז פארט געווארן נאסטאלגיש פון א ווארימער היים און עס איז נישט פארבינדן מיט דעם שרייערדיגע קולטור וואס טוט אונז ארום נעמען און פארבלענדן.
Re: הרב מ' פילאפ אינדארסירט די וועקער מיט זיין אייגנארטיגע ש
נשלח: זונטאג מערץ 05, 2017 7:51 pm
דורך טמיר
דער מושב זקנים איז עפעס לעצטענס זייער פרום געווארן, ער מוז זיין א בעל תשובה
נשלח: זונטאג מערץ 05, 2017 10:11 pm
דורך moshav zekeinim
איך בין נישט פרום, איך בין אביעקטיוו, אויב אידישקייט איז עפעס וואס מען דארף נעמען ערנסט איז דאס דער וועג און נישט דער בארא פארקער פארגרעבטער אידישקייט.
נשלח: מאנטאג מערץ 06, 2017 10:01 am
דורך געוואלדיג
נאך אביעקטיוו אויך... קענסט די וועלכע וועלן אלס מקדים זיין איכעל דיר זאגן דעם אמת?!
נשלח: מאנטאג מערץ 06, 2017 10:12 am
דורך קאוריג
moshav zekeinim האט געשריבן:פאר פורים איז סושי אקעי כל זמן מען ברענגט א פורים'דיגער נימוק דערמיט.
וועגן בונדאש, אהכ"נ עס איז נישט קיין היימיש מאכל, עס פאסט נישט אזוי פאר א אידישער טיש. אבער פאר א נאכטמאל איז עס נישט אזוי שלעכט, עס איז פארט געווארן נאסטאלגיש פון א ווארימער היים און עס איז נישט פארבינדן מיט דעם שרייערדיגע קולטור וואס טוט אונז ארום נעמען און פארבלענדן.
פאר מיינע אייניקלעך וועט סושי אויך זיין א נאסטאלגישע מאכל אומפארבינדן מיט די דעמאלטס שרייענדיגע קולטור...
נשלח: מאנטאג מערץ 06, 2017 12:42 pm
דורך moshav zekeinim
געוואלדיג האט געשריבן:נאך אביעקטיוו אויך... קענסט די וועלכע וועלן אלס מקדים זיין איכעל דיר זאגן דעם אמת?!
ענטשולדיגט, אבער דו נארסט זיך. דו ביסט נישט באקוועם אין די עכטע ערנסטע אידישקייט ווילסטו אויסבאקן עפעס א אידישקייט וואס איז נישטא. איך זאג נישט אז עכטע אידישקייט ליגט אין סאטמאר מעין סטרים, אבער דאס ליגט זיכער אין די הענט פון די קלענערע ערליכע שטערמונגען פון אידנטהום, אזעלעכע וועלעכע נעמען די מסורת אבותינו מיט א ריכטיגער ערנסטקייט און נישט כמצוות אנשים מלמודה.
נשלח: מאנטאג מערץ 06, 2017 12:54 pm
דורך moshav zekeinim
קאוריג האט געשריבן:פאר מיינע אייניקלעך וועט סושי אויך זיין א נאסטאלגישע מאכל אומפארבינדן מיט די דעמאלטס שרייענדיגע קולטור...
בסדר, הייסט עס דו חוזק'סט פון דעם "מצוות שאדם דש בעקביו" פינאנעמען. יא, עס איז פארהאן אזא מושג אז דורך געוויסע פורצי גדר זאל צומאל נתגייר ווערן געוויסע גוי'אישקייטן פאר די קומענדיגע דורות.
נשלח: מאנטאג מערץ 06, 2017 1:19 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
מצוות שאדם דש בעקביו מיינט סושי פיש?!?!?!?!?
דער שרייבער אין איד וויל מאכען אידישקייט אומבאקוועם, ווייל ער איז אומבאקוועם. דו ווילסט עס מאכען אומבאקוועם, ווייל דו פלעגסט זיין אומבאקוועם אלס פרומער איד. סה"כ, זענט עטץ די זעלבע.....
מיין תורה אסר'ט נישט סושי פיש, און נישט בייקס און נישט סמארטפאונ'ס און נישט לערנען ניטל נאכט און נישט two piece knits און נישט די אלע זאכען וואס ליידיגע קעפ באקען אויס. און טאקע פאר דעם דארף איך נישט זוכען קיין נייע תורה'ס, די אלטע איז מיר פונקט גוט. אזוי האבען זיך מיין זיידעס געפיהרט און אזוי וועט מען 'מערצעשעם ווייטער פיהרען.
נשלח: מאנטאג מערץ 06, 2017 1:28 pm
דורך ליפא
מ'קען עס אריינלייגן אין ובחוקותיהם לא תלכו
נשלח: מאנטאג מערץ 06, 2017 2:19 pm
דורך moshav zekeinim
עס איז נישט די סושי פיש, עס איז די סושי פיש קולטור, עס איז גראב און נישט אידישליך. א ספארטיווע בייק קולטור איז אויך גויאישליך, אבער א בייק קען גרינג נתהפך ווערן צו א ניצבארער איידעלער טראנספאטאציע מיטל (אנדערש ווי סושי וואס איז איבעריג אינגאנצן און איז מיועד צו ףרעס).
און מיש נישט אויס עניני צניעות ושמירת עניים מיט עניני גויאישקייט.
Re: הרב מ' פילאפ אינדארסירט די וועקער מיט זיין אייגנארטיגע ש
נשלח: מאנטאג מערץ 06, 2017 2:50 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
סושי איז א מאכל, איינס וואס איך גלייך פונקט נישט. מ׳קען עס עסען אדער פרעסען. פונקט ווי סיי וועלכע מאכל, פון קרעפלעך עיוכ"פ ביז חלה פרייטיג צונאכט און מזונות ביים יארצייט פון דער רבי ר׳ צאץ. ווי אויך קארטאפעל מיט פיש ביי וועטשערע דינסטאג נאכט.
דער מענטש דארף זיך אויסארבעטען צו ווערען א לייט, א בעל מדות און א בעל מדרגה. אסר׳ן דאס צו יענס העלפט גארנישט אין דער געביט.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: מאנטאג מערץ 06, 2017 4:33 pm
דורך moshav zekeinim
דו רעדסט ווי א מתחדש, אדער ווי די ווארקע און איזביצע חברה. ביי אונז היימישע אין גאליציע און אין מזרח אונגארן כאפט מען נישט קיין מדרגות אויפן חשבון פון מסורה. נישט היימיש איז נישט היימיש.