בלאט 2 פון 3
נשלח: מאנטאג מערץ 20, 2017 10:58 pm
דורך פרייוויליג
קל וחומר האט געשריבן:איסור דאורייתא פון לא תלבש איז נישט מותר געווארן אום פורים.
נישטא אזא הלכה ווי לא ״תלבש״.
Re: שולדיגע קליפ - אימשולדיגע מיידל
נשלח: מאנטאג מערץ 20, 2017 10:59 pm
דורך קל וחומר
אלטע זאך.
דיבר קל כלשון בנ"א.
נשלח: דינסטאג מערץ 21, 2017 1:12 am
דורך טרויבן88
קל וחומר האט געשריבן:איסור דאורייתא פון לא תלבש איז נישט מותר געווארן אום פורים.
Screenshot_20170321-010755.png
Re: שולדיגע קליפ - אימשולדיגע מיידל
נשלח: דינסטאג מערץ 21, 2017 9:41 am
דורך קל וחומר
קל וחומר האט געשריבן:זעה מ"ב
נשלח: דינסטאג מערץ 21, 2017 9:53 am
דורך איסר האטלקי
מיר פסק'נען ווי די רמ"א אין גאנץ ד' חלקי, וואס עפעס דא קוקן אין משנ"ב?
Re: שולדיגע קליפ - אימשולדיגע מיידל
נשלח: דינסטאג מערץ 21, 2017 10:31 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דער מ"ב ברענגט פון אנדערע. די הכרעה זעט אויס אז מ׳זאל עס נישט טוהן. אבער ביז ווערען א שגץ דערפון איז א שטיקל מהלך. דאווענען מנחה נאכ׳ן שקיעה איז אויך קעגען פיהל פוסקים און ראשונים
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: דינסטאג מערץ 21, 2017 11:29 am
דורך מיש-נייעס
סתם אזוי וואלט איך קיינמאל נישט איינגעפאלן אז א מאנספעזראן זאל זיך פארשטעלן ווי א פרוי פורים, אדער פארקערט א פרוי פאר א מאן, כדי זיך צו קענען אויסמישן צווישן די אנדערע מין, ווייל געווענטליך איז עס פשוט מען וויל זיך פארשטעלן לשם פארשטעלן
אבער פון די קליפ (הגם וואס למעשה איז עס נאר א שפיל) פארשטיי איך אז לכאורה דאס איז די סברה פון די אוסרים
נשלח: דינסטאג מערץ 21, 2017 1:45 pm
דורך יעקב מענטש
טרויבן88 האט געשריבן:יעקב מענטש האט געשריבן:טרויבן88 האט געשריבן:איך האב גראדע הנאה אז ס'איז געשען ווייל ס'איז דא א געוויסע אספעקט וואס איז גוט אז ס'ווערט ווען אויסגעשמועסט, און יעצט פון די פאלטשע קען מען דיסקוסירן וואס וואלט געווען אויב ס'וואלט באמת געווען א מיידל... איך האלט אז ס'איז גארנישט, לאמיר הערן די צווייטע צד
א האסטו די צווייטע צד.
אויב דו ביזט א איד האלטסטו אז ס'איז פריצות און קעגן דעם שו"ע, אויב דו האסט שוין רינאונסט דיין אידישקייט נאר דו רעדסט אידיש און פארמאגסט א ניק אויף א אידישע שמועס פארום איז עס לכאורה גארנישט
הייסט יעדער וואס האלט נישט דיר איז א שגץ, גוט,
נאכדעם פארשטיי איך נישט וואס איך האב נישט אויסגעשמועסט, נגיעה אין דעם פאל נישט שייך, פריצות??? זיי מסביר וואס עס מיינט
אנטשולדיגט אויב איך האב דיר שלעכט פארשטאנען.
געמיינט האב איך צו זאגן, אז אויב דאס וואלט ווען געווען א פרעמדע מענטש צו וועם מ'שארט צו א מיידל בצורת בחור צו טאנצן מיט א פרעמדן מענטש אום פורים, איז לכאורה פריצות.
איך האף אז איך האב מיך קלאר ארויסגברענגט.
איך האב נישט געמיינט דעם עצם פארשטעלעכץ.
נשלח: דינסטאג מערץ 21, 2017 1:55 pm
דורך טרויבן88
און אויף דעם האלט איך אז ס'איז נישט, וויבאלד בשעת'ן טאנצן האט ער נישט געוואוסט איז עס נישט קיין פריצות.
נשלח: דינסטאג מערץ 21, 2017 2:54 pm
דורך תנחום
לו יהא דו זאלסט זיין גערעכט אז ווען ער ווייסט נישט איז עס נישט קיין פריצות, (וואס אגב בינעך זיך חולק מיט דיר) איז עס אבער א פריצות פון איר זייט און ביי איר גייט אן די זעלבע איסור זיך צו פארשטעלן ווי א מאן און גיין צווישן מענער
נשלח: דינסטאג מערץ 21, 2017 3:48 pm
דורך טרויבן88
אויף דעם איז שוין געווארן אויסגעשמועסט אז ס'איז געווען פורים, און פורים לויט די רמ"א איז מותר, וסברא נכון הוא אז די איסור איז אויף אנציטוען און ארומגיין צווישן מענער איז כבחינת כלי זיין וואס איז אסור פאר א פרוי אנציטוען, איז דער איסור אז מען וויל ארומגיין מענעריש, און ווי דער רמב"ם לערנט אז עס איז געמאכט צי מעורר זיין די תאוות צי השחתה, אבער פורים? מה תאוה יש בזה?
נשלח: דינסטאג מערץ 21, 2017 4:13 pm
דורך יעקב מענטש
ער ווייסט דאך נישט, סאו ס'איז נישט שייך דן צו זיין.
אבער אויף איר וואלסטו אפי' מתיר געווען צו געבן א hug?
ווייל דער רמ"א איז מתיר דעם לא תלבש אויף פארשטעלעכץ, פאלן אוועק אלע גדרים וסייגים צווישן מענער און פרויען-פארשטעלט-ווי-מענער ?
נשלח: דינסטאג מערץ 21, 2017 5:53 pm
דורך טרויבן88
(מיינסט צו פרעגן "חיבוק"?) פון איר זייט וואלט עס נישט געפאסט אז למשל א פרעמדע בחור קומט אריין אז זי זאל אריינ'נארן א פלענע בחור צי טאנצן מיט איר, אבער חיבוק איז ערגער ווי טאנצן לדעתי, עס איז זייער שווער עס אדורך צי טון געהעריג ווייל די פוסקים נעמען ציזאם נגיעה, חיבוק, ונישוק, איז שווער ארויסצוקומען מיט א תמצית, אבער כמעט לויט יעדעם קומט עס אראפּ וואס די מענטש מיינט, ממילא צי מאכן א שפיצל וואלט נישט אריינגעפאלן אין א קאטעגאריע פון א פראבלעם, פון דעסטוועגן איז מסתם חיבוק א גרעסערע פראבלעם ווי צו טאנצן, האלט איך יעצט/דערווייל אז ס'איז אסור
נשלח: מיטוואך מערץ 22, 2017 6:38 am
דורך אישתישבי
לכאורה איז טאנצען מיט א מיידל מותר, והראי' פין מצוה טענצעל וואס יעדער טאנצט מיט די כלה על אף זי איז נישט קיין שוועסטער, אדער ווייב.
נשלח: מיטוואך מערץ 22, 2017 8:46 am
דורך שמעקעדיג
מיט א גארטל איז מען מקיל.
גראדע אין קרעטשניף איז מען מחמיר אז די כלה איז אויף אן אנדער שטאק... ואכמ"ל
נשלח: מיטוואך מערץ 22, 2017 10:14 pm
דורך אברך משי
וויא זוי טוט מען אין קרעטשעניף? סאיז דא א לאנג-דיסטענס גארטל וואס קומט אראפ פון אויבן?
נשלח: דאנערשטאג מערץ 23, 2017 1:57 pm
דורך קאוריג
קל וחומר האט געשריבן:איסור דאורייתא פון לא תלבש איז נישט מותר געווארן אום פורים.
אוודאי איז עס מותר
נשלח: דאנערשטאג מערץ 23, 2017 2:38 pm
דורך מיש-נייעס
קאוריג האט געשריבן:קל וחומר האט געשריבן:איסור דאורייתא פון לא תלבש איז נישט מותר געווארן אום פורים.
אוודאי איז עס מותר
על סמך?
Re: שולדיגע קליפ - אימשולדיגע מיידל
נשלח: דאנערשטאג מערץ 23, 2017 4:11 pm
דורך טרויבן88
מיש-נייעס האט געשריבן:קאוריג האט געשריבן:קל וחומר האט געשריבן:איסור דאורייתא פון לא תלבש איז נישט מותר געווארן אום פורים.
אוודאי איז עס מותר
על סמך?
אויפן סמך פון די מהלך פון די טעם האיסור, און אויפן סמך פון די רמ"א
נשלח: דאנערשטאג מערץ 23, 2017 5:02 pm
דורך קאוריג
מיש-נייעס האט געשריבן:קאוריג האט געשריבן:קל וחומר האט געשריבן:איסור דאורייתא פון לא תלבש איז נישט מותר געווארן אום פורים.
אוודאי איז עס מותר
על סמך?
איך האב נישט געכאפט אז כ'מאך שוין חזרה דא, איך האב נאכדעם געזעהן אז מ'האט שוין אלעס צוגעצייכנט פריער
די מקור איז די זעלבע מקור פון די מעות חיטים קאלעקשאן פון די נעקסטע צוויי דריי וואכן
Re: שולדיגע קליפ - אימשולדיגע מיידל
נשלח: דאנערשטאג מערץ 23, 2017 5:15 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
נישט ממש.
דער רמ"א איז דירעקט נוגע.
מעות חיטין פון די וואכען איז א זכר צו דער מעות חיטין פון דער רמ"א, וואס איז געווען בכפייה און נאר אויף צוויי כזיתים מצה און פיהר קליינע שיעורים פון כוסות וויין
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Re: שולדיגע קליפ - אימשולדיגע מיידל
נשלח: פרייטאג מערץ 24, 2017 3:25 am
דורך טרויבן88
יעקב מענטש האט געשריבן:ער ווייסט דאך נישט, סאו ס'איז נישט שייך דן צו זיין.
אבער אויף איר וואלסטו אפי' מתיר געווען צו געבן א hug?
ווייל דער רמ"א איז מתיר דעם לא תלבש אויף פארשטעלעכץ, פאלן אוועק אלע גדרים וסייגים צווישן מענער און פרויען-פארשטעלט-ווי-מענער ?
הער אויס, איך האב דיר געענפערט אויף דיין פראגע, און איך ווארט צירוק צי הערן אויף דיין ענטפער א חוץ פון שיסן האַס מיט מיאוסע שונד רייד
better late then never
נשלח: מאנטאג מאי 29, 2023 6:32 pm
דורך טיי אווענט
טרויבן88 האט געשריבן:ראש וראשון דא האט איר די קליפ פאר ווער עס האט עס נישט געזען,
https://drive.google.com/file/d/0B7KMsI ... p=drivesdk
והשנית עס זעט אויס אפגעכאפט און אינטערגעשטעלט. צווייטן'ס מען מאכט א מעשה פון א גארנישט, איך בין מסכים אז אויב דאס איז אנטקעגן די ווילן פון די בחור און די בחור שטערט עס איז כל הכבוד לו און ס'נישט א שיינע זאך, אבער פון די אנדערע זייט לאמיר עס צילייגן, א מיידל פארשטעלט זיך און פאפּט אויס א בחור, עס איז גארנישט אנדערש ווי איעדע פּרענק/שפיצל, איי דאס איז געווען אאאאא ממממייידדדללללל!!!! איז וואס? עס איז נגיעה שלא להנאה ולא לשם אישות, און בשעת ווען ער האט איר אנגעכאפּט האט ער זיכער נישט געהאט קיין הרהורים, ווייל ער האט דאך נישט געוואוסט אז ס'איז א מיידל... איי אפשר האט ער הרהורים למפרע? זאל ער סתם אזוי גיין צום דאקטאר, אבער די חלק פון ארימשיקן די קליפס איז טאקע ארויס פון נארמאלע שכל ואין כן מקום להאריך. (איך מיין נישט צי מינימיזירן די רעכט פונעם בחור על צד ס'איז א שפיצל...נאר סתם אויסגעשמועסט)
האט איינער אפשר די קליפ?????