בלאט 2 פון 2

נשלח: זונטאג יוני 04, 2017 8:43 am
דורך גר ותושב
די פראבלעים דערפון איז אז מהאט געבעטן די שרייבערס מזאל נישט ארויף לייגן די נייע זאכן ביז א שטיק צייט נאכן ארויסקום פונעם וועקער איז ווען מען לייגט עס שוין יא ארויס איז עס שוין אביסל אפגעוועפט.

נשלח: זונטאג יוני 04, 2017 9:41 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
מ'קען עפענען אן אשכול גלייך. נאר נישט ארויפלייגן די ארטיקלען.

מיין ארטיקל אינעם קומעדיגן וועקער איז באמת א המשך פון אן אלטען, איך וועל איהם נאר דארפען אויפוועקן.

נשלח: זונטאג יוני 04, 2017 12:55 pm
דורך אייז קריעם
קאווע שטיבל איז א מייקראקאזם פון די קאמיוניטי ווי אונז געפינען מיר זיך.

האסטו שוין אמאל געזעהן א בית מדרש וואס זאל נישט האבן א גבאי וואס ענדזשויט צו קאנטראלירן ווער עס גייט צו און ווען? אזוי אויך א ישיבה וואס האט נישט א היט מען?

ליידער, אסאך ארגעניזעישנס און מוסדות'ער און נייע חסידות'ער/גרופעס ספין אפ'ס פון די חסידות וכדו' האבן זיך געעפנט מיט ריינע כוונות נאר שפעטער האבן זיך אריינגערוקט אפאר פאוער הונגעריגע מענטשן און אנגעזייעט א חורבן.

וויאזוי געשעט אזא זאך?

געווענליך, שעפערישע און גוטע איידיעס קומען פון קלוגע און ערנסטע מענטשן וואס זענען איידל און ערליך.
די ארגאניזעישן עפנט זיך און יעדער האט א שטראל פון האפענונג. נאר וואס דען, כל התחלות קשות און מען שטויסט זיך אן אין שוועריגקייטן. קומט דער שטן בדמות פאוער האנגרי מענטשן און טראגט אן צו "העלפן".
רובא דרובא זענען דאס מענטשן, א.ג. עסקנים וואס האבן ווייניג הצלחה אןן זאכן ווי זיי האבן געלייגט א יד ביז יעצט. נאר וואס דען, זיי האבן פאוערפול פערסענאליטיס און קיינער קען זיך מיט זיי נישט ספראווענען.

די זעלבע זאך איז דא אין שטיבל. פארשטייט זיך אז עס דארף זיין א שטיקל סדר, אבער דער צוגאנג פון מעקן אדער אריינלאזן און געוויסע חלקים פון שטיבל גייט צו בדרך טאטע/באס/עליטע, און דאס איז פארוואס מיר זענען לכתחילה אהערגעקומען און טוען אפשייען פון די זאכן.

ווען א נייע ניק קומט אריין, טאמער איז ער נאך אביסל נאס אונטערן אויער און רעדט נישט אזוי הונדערט פראצענט לויט'ן קולטור וואס איז יעצט הייס, כאפט ער אזעלכע האגל אז עס פילט זיך אזוי ווי אין ישיבה קטנה.
איר געדענקט נאך אין ישיבה קטנה ווען איר זענט אריינגעקומען אין שיעור א'? אפאר טעג זענען אריבער און דו האסט דיך אנגעהויבן שפירן באקוועמער און געזאגט עפעס א הויעך ווארט און מיטאמאל קומט אן א שיעור ג' בחור מיט א אפגעריבענעם כאלעטל און לאכט דיך אויס?

יעצט כאפ איך מיך אז איך וואלט געקענט מאכן אן אשכול געווידמעט אויף דעם ענין, נאר איך האב א געפיל אז איך וועל מיך טרעפן אין א סאמאטוכע מיט די ביג בויעס.

נשלח: זונטאג יוני 04, 2017 2:26 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
וואס וויל מען פון די מנהלים? וואס האבען זיי אויסגעמעקט וואס איז נישט געווען ערליך פארדינט?

נשלח: זונטאג יוני 04, 2017 6:18 pm
דורך אייז קריעם
ווען איינעמס תגובה ווערט געמעקט געבט דאס אים די געפיל ווי א קליין יונגל.

וואס וואלט געשען ווען א מנהל (דערמאנט מיך פון חדר) שיקט איינעם אן אישי און איז מעורר אז ער איז אריבער דעם גבול און ער זאל אליין פאררעכטן דעם תגובה?

נשלח: זונטאג יוני 04, 2017 8:10 pm
דורך געוואלדיג
סהדי במרומים ובתחתונים אז אט דאס דיין געניאלע עצה פלעג איך טוהן און טוה נאך אלס מפעם לפעם, ומה אעשה אבער אז די צייט דריקט און עס איז נישטא אלעמאל צייט צו זיך זעצן שרייבן א שיינע אישי וואס ברענגט געווענטליך א גאנצע שמועס און צום סוף דארף מען נאכקוקן צו עס איז טאקע געווארן פאראכטן,
אבער ביסודו איז דאס טאקע אן עצה.

Re: מעיק "קאווע שטיבל" גרעיט עגעין...

נשלח: זונטאג יוני 04, 2017 8:37 pm
דורך מפוזרי
@אייז קריעם,
דער משל מיט שיעור ג' איז טאקע שיין, אבער דער נמשל לפי זה, אויב עפעס, וועט זיין די עלטערע ניקס. זיי קענען טאקע אמאל שרייען, אבער נישט מעקן.

איך קוק ארום און זע נישט וואו מ'קען מערקן א מעקעריי לגופו של ניק. די פאר ניקס וואס לגבם וואלט מען געקענט דן זיין אז 'זיי' זענען דער אישו (כאטש וואס מ'קען אויך זאגן אז ס'נישט 'זיי' נאר די האספולע תגובות זייערע) זענען דירעקט אלטגעזעסענע ניקס.

אחוץ אויב דו רעדסט פון די אנאנימס, אבער זײ קען מען נישט שיקן קיין אישי.

נשלח: זונטאג יוני 04, 2017 9:46 pm
דורך אייז קריעם
בעיסיקלי, ווען איינשטיין זאל דיר געבן קריטיק וואלסטו דאס גענומען פאר א קאמפלימענט אבער ווען א בחור'ל געבט דיר א קאמפלימענט קיקסטו אים אן ווי א שמיגעגי.

הכל לפי המבייש והמתבייש.

איך פארשטיי אז עס זענען דא שרייבער וואס קטנם עבה ממתני אבער דאך צו שמייסן אינסאלטס, און זיך ארומדרייען מיט עטיטוד, אדער צו מעקן ווילדערהייט דאס איז שוין עפעס אנדערש.

דאס האב איך געמיינט מיט דעם שיעור ג' בחור. ווייל ער זיצט דא און ישיבה אביסל לענגער און ער ווייסט שוין יעדן מייזן לאך בארעכטיגט אים נאכנישט צו עקטן ווי איינער וואס האט אקורשט געפינען א רפואה פאר קענסער.

Re: מעיק "קאווע שטיבל" גרעיט עגעין...

נשלח: זונטאג יוני 04, 2017 11:00 pm
דורך מפוזרי
זאגסט זייער גוט, אבער די עטיטוד געבערס זענען נישט קיין מעקערס. וואו זעסטו א געמעקעכץ וואס מ'קען באשולדיגן אין עטיטוד?
בכלל, נראה לי אז לעצטנס איז דוקא אסאך בעסער מבחינת עטיטוד.

נשלח: זונטאג יוני 04, 2017 11:11 pm
דורך שמעקעדיג
אייז קריעם כ'האב מורא האסט בטעות פארבלאנזשעט און געשריבן דא אנשטאט אין אייוועלט...

נשלח: דאנערשטאג יוני 15, 2017 8:08 pm
דורך מיש-נייעס
איז דא א מעגליקייט אז די גבאים זאל מאכן איין אשכול פון אלע צוואציג אשכולות אויף דער זעלבער ענין

די בראקעלי... האט געהאט 50 באזונדערע אשכולות, און אז איינער וויל עפעס מגיב זיין מוז ער איבערקוקען אלע אשכולות כדי צו וויסן ווי מען האלט מיט די סוגיא

וואס אן אמת די גאנצע זאך איז א תולדה פון פרשת גיוס וואס איז אויך געווען צוזייערט און הונדרעט אשכולות (שוין! די עצרת פארלאנגט זיך א עקסטערע עטענטשין)

יעצט האחט עס שוין ביי א תולדה דתולדה, די סמאטוכע ארום דער בלאט, קיינער זאגט נישט אז עס פארלאנגט זיך נישט קיין באזונדער אשכול מען זאל קענען מיט ישוב הדעת באזונדער דורכטון דעם נושא, אבער נאך הונדרעט אשכולות צו וואס?

נשלח: דאנערשטאג יוני 22, 2017 5:20 pm
דורך מיש-נייעס
ברוך השם מען זעהט אאויפוואכונג אין קאווע שטיבל לעצטענס די זאפטיגע שרייבער זענען דא צוריק בנוסף צו נייע שרייבער, עס איז צו ערווארטן אז קאווע שטיבל ווערט גרעיט עגעין

נשלח: מיטוואך אקטאבער 17, 2018 8:12 pm
דורך דאכצעכמער
דא האט מען שוין געוויינט אויף די בראך פון וועקער וואס האט אראפגעברענגט ק"ש צו די קניען