בלאט 2 פון 3

נשלח: מאנטאג מערץ 27, 2017 1:52 pm
דורך שבת אחים
מיינע אויספלאצן קומען נאכדעם וואס ער קריכט מיר אויף די נערוון,

בנוגע וואס דו שרייבסט אז מיינע תגובות העלפן נישט פארשטיין די לינקע שיטה, קען זיין! אבער אזוי שרייב איך...

אינטערסאנט נעכטען שיקט מיר א חשובע ניק אין אישי אז ער איז געוועהן א ראש לימבאו פען פאר אכט יאהר און שטארקע קעגענער צו סאושליזים און לעצטענס נאכן ליינען מיין תגובות האט ער געטוישט זיין מיינד, ער באדויערט אז ער האט פיינט געהאט אזא קלאסישע געלונגענע פרעזידענט ווי אבאמא פאר אכט יאר און אז ער האט זיך געלאזט איינרעדן פון רייט ווינג טאלק-ראדיא. ווי אויך האב איך באקומען א טעלעפאן קאל נעכטען פון א אינגערמאן אין בארא פארק וואס קען מיר און ער זאגט ער באלעקט זיך די פינגערס מיט מיינע תגובות. נעקסט קעיס. נאך איינער האט טענות זאל גיין צו די משגיח...

נשלח: מאנטאג מערץ 27, 2017 1:57 pm
דורך קורקלענד
ביטע לאזן די אשכול צום ענין. ישר כח:

נשלח: מאנטאג מערץ 27, 2017 2:03 pm
דורך שבת אחים
.

נשלח: מאנטאג מערץ 27, 2017 2:51 pm
דורך גראף
.

נשלח: מאנטאג מערץ 27, 2017 2:56 pm
דורך שבת אחים
.

נשלח: מאנטאג מערץ 27, 2017 3:05 pm
דורך שמעקעדיג
חברה, כ'האב געבעטן לכתחילה פון ביידע זייטן נישט צו גיין פערזענליך. כ'האב בלית ברירה געמעקט אפאר קעגנזייטיגע אטאקעס, געדענקט! מיר זענען דא אויף א מיסיע זיך אויסצוקלארן איינער דעם צווייטן, פרובירט צו הערן וואס דער צווייטער זאגט, און ענטפערט נאר אויף דעם ענין, פארגעסט פון אנדערע אשכולות און צו וועלכע פארטיי דער אנדערער באלאנגט.

קורקלענד איך ווארט נאך צו הערן פון דיר וואס דו וואלסט געטון ווען דו קומסט אריין אין א שטעטל און דו זעהסט ווי מאסן מענטשן הונגערן פאר ברויט און זענען קראנק, בשעת נישט ווייט פון זיי געפינט זיך א שטעטל מיט עשירים וועלכע באדן זיך אין כל מיני תענוגי עוה"ז, און דו האסט דעם כח זיי מחייב צו זיין ארויסצוהעלפן.

נשלח: מאנטאג מערץ 27, 2017 3:10 pm
דורך שבת אחים
שמעקעדיג! שכוח פארן געבן א לייק פאר קורקלענד ווי ער פליקט מיך אריין - א מענטש וואס האט מיך דערנידערט - מעהר ווי א שעה צייט האט קיינער נישט אראפגענומען די תגובה, שיין פון דיר!

נשלח: מאנטאג מערץ 27, 2017 3:36 pm
דורך שמעקעדיג
איים סארי שבת. איך האב פארמעקט זיין אטאקע.
איך געפין זיך ווייניג דא איבער'ן טאג, האב איך נישט באמערקט.
איך בעט נאכאמאל ביידע זייטן זיך צו האלטן רואיג און דעבאטירן צום ענין.
א דאנק!

נשלח: מאנטאג מערץ 27, 2017 4:29 pm
דורך קורקלענד
שמעקעדיג האט געשריבן:קורקלענד איך ווארט נאך צו הערן פון דיר וואס דו וואלסט געטון ווען דו קומסט אריין אין א שטעטל און דו זעהסט ווי מאסן מענטשן הונגערן פאר ברויט און זענען קראנק, בשעת נישט ווייט פון זיי געפינט זיך א שטעטל מיט עשירים וועלכע באדן זיך אין כל מיני תענוגי עוה"ז, און דו האסט דעם כח זיי מחייב צו זיין ארויסצוהעלפן.

כ'האב חשק דאס צו ענטפערן בטוב טעם ודעת בקרוב.
אבער פארדעם לאמיר ברענגען א שטיקל סיפורי צדיקים. ס'באקאנט אז די פריערדיגע באבובע רב האט נישט אזוי געגליכן ר' משה פיינשטיין. צוליב א מעשה וואס ער האט גע'פסק'נט קעגן איהם אין א תשובה אויף א נידון וואו יענער האט געפרעגט און ער האט גע'פסק'נט שלא בפני בעל דין. כ'האב געהערט אז די מעשה איז געווען אז ביים קריג זענען מענטשן אויסגעשטאנען געהרגעט צו ווערן און דער באבובער רב האט זיי שטארק געוואלט ראטעווען. אבער עס האט זיך אויסגעפעלט געלט. איז געווען א איד פון וועם ער האט געבארגט כדי צו ראטעווען די אידן. נאכן קריג איז דער בעל חוב געקומען מאנען דאס געלט. האט די רב איהם געזאגט אז די אחריות צו ראטעווען איז געוועזן פונקט אזוי אויף די בעל חוב ווי אויף איהם. און ממילא איז ער איהם גארנישט שולדיג ווייל ער האט עס נישט געבארגט פאר זיך נאר פאר פיקוח נפש. ר' משה האט גע'פסק'נט פארקערט. די תשובה איז געדרוקט.

עד כאן וואס איך האב געהערט. אויב איינער קען מער פרטים אדער אויב איינער ווייסט אנדערש ביטע קומט אפיר.

נשלח: מאנטאג מערץ 27, 2017 5:29 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ווער איז דא דער צדיק וואס מאכט עס פאר א סיפורי צדיקים?

נשלח: מאנטאג מערץ 27, 2017 5:52 pm
דורך קורקלענד
כ'האב זיך גראדע גערעכנט אז דאס וועט זיין דיין רעאקציע.

נשלח: מאנטאג מערץ 27, 2017 5:54 pm
דורך אייז קריעם
א יוד וואס בארגט געלט אינמיטן א קריג אלס נאר צו ראטעווען אנדערע איז א צדיק, ביי מיר.

נשלח: מאנטאג מערץ 27, 2017 6:04 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
למעשה איז דער באבובער רבי נישט מער ווי גערעכט מיט זיין טענה אויף ר' משה. איך מיין, ר' משה האט געמעגט וויסען אז דא רעדט זיך פון א רבי פון פיהל חסידים, און מ'מוז פסקנ'ן די הלכה ווי ער וויל. סארא מעשה איז דאס, אז מ'גייט קוקען אין שו"ע און פון דארט פסקנ'ט מען? ווי איז געהערט געווארען אזא זאך?

דא קען מען זע'ען די תשובה.

נשלח: מאנטאג מערץ 27, 2017 7:04 pm
דורך newkave
דער ליטפ*ק קען שרייבן אויף וועמען ער וויל, אבער חס וחלילה צו שרייבן מיאוס אויף דער בני ברק'ע ***

נשלח: מאנטאג מערץ 27, 2017 7:05 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
Keep it coming.....

נשלח: מאנטאג מערץ 27, 2017 7:41 pm
דורך קורקלענד
ס'מיר נאר א גרויסע חידוש אז ר' משה האט נישט געוויסט פון די סוגיא אין כתובות. ווי אויך האט ער נישט געברענגט די רי''ף הנ''ל. אדער פסק'ענען די ליטווישע נישט ווי די רמ''א? אפשר טאקע דארט איז געווען א שטארקע מילתה דלא שכיחה אז יענער איז נישט נתעשר געווארן אויפן חשבון פונעם ציבור? אבער דאך וואלט עס ר' משה כאטש געדארפט ציטאטן? צ''ע

נשלח: מאנטאג מערץ 27, 2017 9:04 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אקעי, איך הייב הענט.
איך האב נישט געוואלט גלויבען שלום שטיסל ודעימיה, אבער יעצט זעי איך, אדער ביסטו טאקע אומוויסענד אדער ביסטו א טראלל.

לחיים ולשלום

נשלח: מאנטאג מערץ 27, 2017 11:08 pm
דורך שמעקעדיג
איך וויין צו ענק. פליז! לאזט מיין אשכול ריין פון מחלוקת און אטאקעס! הזאת קאווע שטיבל?

נשלח: מאנטאג מערץ 27, 2017 11:22 pm
דורך איש את רעהו
ווי איז די תשובה פון רבי משה?

נשלח: דינסטאג מערץ 28, 2017 7:36 am
דורך אישתישבי
לענינינו, איז דער מעשה מיט איין נקודה אנדערש, אז דער לוה, פין וועמען ער האט געבארגט דאס געלט, האט נישט געלעבט, און באבאווער רב האט גע'טענה'ט אז יענער האט אים מוחל געווען. דער תובע האט גע'טענה'ט אז באבאווער רב איז אים שולדיג ווייל דער מלוה איז אים שולדיג געווען געלט.

און לסיכום, דער ריחוק לבבות צווישען די צוויי גרויסע לייט איז נישט געווען צוליב דער מעשה, דער מעשה איז שוין געשעהן נאכדעם וואס, איז געווען א ריחוק לבבות.

און בכלל זענען ביידע געווען טייערע מענטשן מיט הערצער פין גאלד, וואס האבן גאר אסאך אויפגעטאן פאר אידישקייט, נישט צו רעדען דאס עניוות פין די צוויי גדולים וואס איז געווען עד להפליא, ממש יותר מכל בני דורם. ממילא איז נעבעך געוועהן ויבא גם השטן להתיצב בתוכם.

נשלח: דינסטאג מערץ 28, 2017 7:49 am
דורך איך אויך
ופשוט הוא.

נשלח: דינסטאג מערץ 28, 2017 8:30 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דאס איז די ערשטע מאל וואס איך הער אז מ'בארגט געלט פון א לוה. אפשר וועט דער תשבי ברענגען א מקור דערפאר פון א בריוו'ל.

דא האט ער זיך נישט געדארפט זיך באמיען צופיהל אויף נישט צו דארפען פארדרייען א מעשה, אבער ס'זעט נישט אויס אז ס'איז איהם געווען צו וויכטיג. איך האב געלינקט צו די תשובה אויבען, און ווען ער וואלט געוואלט קענען די אמת'ער מעשה האט ער געוואלט, נאר פארוואס זאל ער וועלען?

איך גלויב אויך נישט אז דער באבאבער רבי איז געווארען צוקריגט וועגען דעם, נאר אז קורקלאנד האט אזוי געטראכט, און דאס איז מיר געווען זייער פאני אז א שוטה זאל נאך אזוי גלויבען.

פונקט נעכטען געהערט א מעשה. איינער האט געפרעגט הרב יעקב קמנצקי וואס טוט מען ווען מ'האט א מחלוקת הרב יצחק עבאדי און הרב משה פיינשטיין. יענער האט גוט געלאכט, איך האב איהם געוואלט זאגען אז דא קען מען זיך אנטרעפען מיט מענטשען וואס רעכענען זיך מיט א מחלוקת באבובער רבי און הרב משה פיינשטיין.

נשלח: דינסטאג מערץ 28, 2017 8:52 am
דורך איש את רעהו
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך האב געלינקט צו די תשובה אויבען, און ווען ער וואלט געוואלט קענען די אמת'ער מעשה האט ער געוואלט,


איך זעה נישט ווי דיין לינק פירט צו א תשובה אין אגר"מ