בלאט 2 פון 3
נשלח: מאנטאג אפריל 03, 2017 4:42 pm
דורך שבת אחים
יעדער האט גאנצע חשבונות וויפל געלט יענער מאכט... אלעס פיין און וויואל, יעדער מיט אנדערע וויכוחים, פשטים, פלפולים און טענות אויף די גאנצע וועלט, איך האב א צווייטע קשיא צופרעגן חוץ ציילן יענעמס געלט
ווער האט נערווען צושטיין אזוי לאנג אין די ליין??? קוקטס אויף די בילד וואס פארא צאמלויפעניש דארט טוט זיך... די יו״ט איז נישט גענוג סטרעספול עס איט איז??? די שאפינג עקספירענס מוז אויך זיין מיט סטרעס?
נישט פאר מיינע נערווען, נאך א מזל מיין טאטע קויפט מיר ״האנט מצה״ און אלע אנדערע ״פארשידנע-גרינצייגן״, איך האב גאר שוואכע נערווען צושטיין אין די ליין און זיך קריגן מיט אלטע באבעס ווער סאיז נעקסט.
און וועגן די גרעיפ זשוס, קדם איז טאקע א קאפטיליסטישע גנב און קרוק, אבער פארפאלן זיין גרעיפ זשוס איז זייער גוט, איך האב עס בעסער ליעב פון וועלדזש, וועלדזש טעסט מעהר ווייניגער ווי איזריעלי פטל. דער גנב קדם האט מיר פארכאפט אין זיין פאסטקע אריין... א קאלטע גלאז קדם גרעיפ זשוס? זיכער! יא!!!........עני טיים...
נשלח: מאנטאג אפריל 03, 2017 5:25 pm
דורך [NAMELESS]
די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:די גאנצע רעש איז אביסל איבערגעטריבן. אין גאנץ אמעריקע איז דא די פראבלעים אז די ריזן שלינגען איין די מאם ענד פאפ געשעפטן. אזוי טוט בינגא צו די מאם ענד פאפ גראסעריס. די זעלבע מיט וועלטש-מענישעוויטץ צו קדם וואס קדם איז קאנסידערט מאם ענד פאפ קעגן די ריזן.
ווער ווייסט צו ס׳וועט נישט קומען פעט מארק אדער שאפ רייט איין טאג און איינשלינגען בינגא. איי בינגא איז א ריז. ביז א יאר צוריק האט יעדער געמיינט אז ״קעי אר עם״ איז א ריז און מ׳קען זיך נישט שלאגן מיט זיי. יעדער איז א ריז נאר ביז ס׳קומט נאך א גרעסערע ריז!
די חילוק איז אז אונז זעמיר אידן, אנשים אחים אנחנו, אונז האמיר עפעס פליכטן איינער צום צווייטן
נשלח: מאנטאג אפריל 03, 2017 11:59 pm
דורך אישתישבי
בנוגע די ליין'ס אין בינגא,
גראדע איז כמעט קיינמאל נישטא מער ווי איין קאסטומער ביי א רעגיסטער, אן אויסנאם איז געוועהן דער זונטאג נאכמיטאג, וואס עס איז אנגעקומען א ריזיגע עולם.
קדם לייגט נישט אריין וואסער אין די זאפט, חוץ אין די נידעריגערע צוקער זאפט, וואס איז 45℅ וואסער.
די געווענליכע גרעיפזשוס איז צוגעלייגט פין קאנסטרעיט אז עס זאל זיין מער זיס.
Re: בינגא
נשלח: מיטוואך אפריל 05, 2017 10:02 pm
דורך החוקר
איסר האטלקי האט געשריבן:שאפ רייט איז שוין דא, אין שאפ רייט איז היימישע פראדוקטן גאנץ טייער.
פון ווי נעמסטו דאס? אפשר ברענגסט א ביישפיל?
Re: בינגא
נשלח: מיטוואך אפריל 05, 2017 11:11 pm
דורך יעלה ויבא
...

Sent from my SM-J327P using Tapatalk
נשלח: מיטוואך אפריל 05, 2017 11:49 pm
דורך איסר האטלקי
החוקר האט געשריבן:איסר האטלקי האט געשריבן:שאפ רייט איז שוין דא, אין שאפ רייט איז היימישע פראדוקטן גאנץ טייער.
פון ווי נעמסטו דאס? אפשר ברענגסט א ביישפיל?
איך קויף דארט פון צייט צו צייט, איין ביליגער פראדוקט איז פיש. פיר סלייסעס סעלמאן דיקע קומט מיר אויס פופצן-זעכצן טאלער. אויסער דעם אין די כשר'ע אייל איז אלעס זייער טייער בנוסף לזה וואס די פערטיגע עסן זענען נישט פריש וויבאלד זיי ליידיגן נישט אפ די שעלפס אפט.
איך ווייס גראדע נישט פאר וועמען זיי פארקויפן כשר'ס דארט, כמעט וואס קיין איד פאלט נישט אריין דארט.
נשלח: מיטוואך אפריל 05, 2017 11:57 pm
דורך קורקלענד
יעלה: צו וועם פארגלייכ'סטו?
Re: בינגא
נשלח: פרייטאג אפריל 07, 2017 8:18 am
דורך יעלה ויבא
צי קיינעם. קאפי פעיסט.
Sent from my SM-J327P using Tapatalk
Re: בינגא
נשלח: פרייטאג אפריל 14, 2017 10:08 am
דורך החוקר
למעשה וויפיל בעט בינגא פאר אמעריקאנער האנט מצות? טאקע ביליג, אדער נאר ישראלישע איז ביליג.
Re: בינגא
נשלח: מוצ"ש אפריל 15, 2017 10:34 pm
דורך פליקער
האב איך געכאפט א בילד פון מיין גראסערי, און איך פרעס זיך על שני דברים.
קודם כל ווי אזוי קען זיין אז אזא אייטעם ווי מאנדלען וואס איר גאנצע אינהאלט איז מאנדלען, און עס קאסט מער ווי צווי באטלעך גרעפ דזשוס.
אויך עסט מיר ווי אזוי קען זיין אז געזאלצענע און אימגעזאלצענע, האבן די זעלבע פרייז, וגם רויע אימגעזאלצענע פארשטינקענע פיפציג מאנדלעך קאסט אויך כמעט 7 טולר.
איין סך הכל מיר ווערן בארויבט.
נאר בינגא וועט ברענגען ארדענונג.

Re: בינגא
נשלח: מוצ"ש אפריל 15, 2017 10:40 pm
דורך החוקר
דא קענסטו האבן א גאנצן פעקל פאר 40% ביליגער.
עס האט אויך אן השגחה.
https://www.amazon.com/dp/B018FS12SWאון ביי
וואלמארט קענסטו האבן עטוואס א קלענערן פעקל פאר עטוואס ביליגער.
Re: בינגא
נשלח: מוצ"ש אפריל 15, 2017 10:58 pm
דורך פליקער
איך זעי נישט קיין השגחה אויפן בילד
Re: בינגא
נשלח: מוצ"ש אפריל 15, 2017 11:44 pm
דורך החוקר
פליקער האט געשריבן:איך זעי נישט קיין השגחה אויפן בילד
איך האב נישט דעם פעקל מיט מיר, אבער אז די קוקסט גוט גאנץ אונטען לינקס וועסטו זען די השגחה. נאכמער א שנעלע זוך ביי די
OK ווייזט אז עס איז כשר אונטער די שטרענגע השגחה פון די OK.
Re: בינגא
נשלח: מיטוואך אפריל 26, 2017 6:44 pm
דורך קלוגע יודל
אין אן אנדערע אשכול האט יעלה װײסט געברענגט א בילד אז הרב יצחק שטיין גייט רעדן וועגן בינגא.
יעלה ויבא האט געשריבן:נייע בית דין?

וויל איך וויסן איז איינער געוועהן ביי די פרשה? איבער געהערט די דרשה? אדער נאך געהערט גריסן פון די דרשה?
וואס האט ר' יצחק געזאגט?
נשלח: מיטוואך אפריל 26, 2017 6:47 pm
דורך איסר האטלקי
ער מעג אנגיין מיט זיין געשפעט אזוי לאנג וואס ער פארמאכט נישט קיין אנדערע געשעפטן. אבער ער טאר נישט פארקויפן קיין פראדוקטן אויף וואס ער מאכט נישט קיין געלט.
נישטא קיין שום פראבלעם איינצוקויפן דארט אפילו אויב ער טוט נישט להלכה. אבער א מידת חסידות איז יא פארהאן אויב צוליב אים פארלירן אנדערע געלט.
Re: בינגא
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:24 pm
דורך אבי גערעדט

לעבן זאל די רעוואלוציע
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:30 pm
דורך קורקלענד
איצט שניידט ער שוין אריין אין די טאשן פון די מוסדות. איך מיין אז ס'שוין צייט פאר די רבנים צו אסר'ן בינגאו באצייטענס, איידער בינגאו העט אויפמאכן מוסדות פאר א צענטל די פרייז......
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 7:50 pm
דורך רויטע וואנצעס
די געדרעג וועט זיין עפעס וואס בארא פארק האט נאכנישע געזען. שומרים וועט האלטן ארדענונג אויף 60 און שמירה אויף 61. מתעסקים וועט אויך האבן א מאביל אויב חלילה ס'מאכט זיך א פריצייטיגע טראגישע מיתה ביי די עופות. חסד של אמת מיט די וויקלי לינק וועלן קעיר נעמען פון די פיקטשערס. חברים וועט זיין ביי די האנט אויב שפארט איר איין איייערע טשיקנס אינעם טראנק בטעות.
באסעס וועלן פארן פון מאנרא, מאנסי, בעיסוואטער, זשערסי סיטי, בלומינבערג און סטעטן איילענד. ביטע מאכט זעכער צו ברענגן עקסטערע דרייסיג צענט אויב אייערע טשיקענס דארפן א באקס.
Re: בינגא
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 7:52 pm
דורך החוקר
מחיל אל חיל. אזוי וועט מען אביסל נידערן די גזלנישע פרייזן.
יעצט דארף נאר בינגא עפענען א מוסד...
Re: בינגא
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 9:23 pm
דורך יעלה ויבא
What's next?

lead, follow, or get out of the way!
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 11:27 pm
דורך שמעון וואלף
.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 11:39 pm
דורך וואלווי
היי יאר עפען איך מיין אייגען בינגא האולסעיל ביזנעס. איך גיי שלאגען איין כפרה פאר מיין גאנץ הויזגעזונד כמבואר בהלכה
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 11:40 pm
דורך רויטע וואנצעס
איך פארקויף 1.80 עכטע געלט פאר בלויז 2.50 צו כפרה שלאגן.