בלאט 2 פון 2

נשלח: פרייטאג אפריל 07, 2017 2:46 pm
דורך שבת אחים
די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:@שבת אחים איך עגרי מיט דיין אפיניען זייער אסאך מאל. אבער דאס מאל, דא מי ע פעיווער! ווער ס׳האט די מעגליכקייט אין קען אפשטעלן א האלאקאסט ברויך עס טוהן. ס׳ברענט א פייער, ווער ס׳האט נאר אביסל וואסער ברויך פראבירן צו פארלעשן.


איה״נ, איך האב נישט געזאגט אז אמעריקע זאל שטיין אין די זייט, איך זאג אמעריקע זאל צאמנעמען אלע לענדער און ארבעטן צוזאמען, סאיז נישט פאר אונזער אינטערעס צוזיין די פאליס פון די וועלט, מיר האבן נאר געליטן פון דעם, דעס בעיקפייערט אויף אונז און יעדער נארמאלע מענטש פארשטייט אפילו די ערגסטע קומט פאר די אנדערע זייט וועלט און מהארגעט קליינע קינדער איז די הלכה חיך קודמים... אמעריקע פארדינט גארנישט מיט דאמינירן די וועלט מילטעריש און די אמעריקאנע ארמיי וואלט נישט געדארפט זיין די ״וועלט׳ס שטעקן״, נאכדערצו אז מלעבט אין א צייט ווען די נוקעאלער קודס ליגט אין די הענט פון א קליין קינד וואס פאר זיין איגאו קען ער נאך ח״ו חרוב מאכן האלב פון אונזער פלאנעט ערד... די יעצטיגע פראבלעם אין סוריא איז אסאך א גרעסערע פראבלעם פאר כינע אדער דייטשלאנד ווי פאר אמעריקא, זיי זענען אסאך נענטער ווי אונז.

ביי די צווייטע וועלטס קריג איז אמעריקע געוועהן א חלק פון די אליאירטע בייצוקומען די פאשיסטן, זיי האבן נישט גע׳עקט אליינס!
דעס גייט זיך נישט ענדיגן ביים גיסן אביסל וואסער און פארלעשן די פייער-דעס קען אונז אריינשלעפן אין נאך אומזיסטיגע מיטל-איסט מלחמות וואס איז קלאר נישט פאר אונזער בענעפיט, אונז האבן שוין ליידער מקריב געוועהן צענדליגער טויזענטער יונגע סאלדאדטן פאר די צוועק...

נשלח: פרייטאג אפריל 07, 2017 3:56 pm
דורך קורקלענד
איי געס אז די פרעזידענט האט נישט געהאט קיין צייט צו ווארטן ביז די גאנצע וועלט קראצט זיך אויס. קודם האט ער געשאסן. דערנאך האט ער אפעלירט צום 'וועלט' אז מען זאל איהם העלפן. און דערווייל זיצט די וועלט מיט איינגעלייגטע הענט. האט ער געדארפט ווארטן ביז גאנץ כעלם ווערט פארברענט?

Re: אמעריקע שיסט אויף סיריע'ס אסאד

נשלח: פרייטאג אפריל 07, 2017 4:24 pm
דורך טמיר
ברעיקינג נייעס! יוען גענעראל סעקרעטאר האט אפעלירט פאר איינגעהאלטענקייט פון אלע צדדים!!!!
פרטים לא יבואו

נשלח: פרייטאג אפריל 07, 2017 6:28 pm
דורך שבת אחים
קורקלענד האט געשריבן:איי געס אז די פרעזידענט האט נישט געהאט קיין צייט צו ווארטן ביז די גאנצע וועלט קראצט זיך אויס. קודם האט ער געשאסן. דערנאך האט ער אפעלירט צום 'וועלט' אז מען זאל איהם העלפן. און דערווייל זיצט די וועלט מיט איינגעלייגטע הענט. האט ער געדארפט ווארטן ביז גאנץ כעלם ווערט פארברענט?


כאילו ער געט א גרויסע שיט פאר די מענטשען פון סוריא, ווען ער וואלט קודם געגעבן א שיט פאר די אמעריקאנע וואלט איך אים אפשר געגלייבט אז זיינע כוונת זענען אפשר גוט, דערווייל איז ער א אפערטוניסט וואס נוצט אויס יעדעמס שוואכקייטן פאר זיין איגאו און פאוער.

אמעריקע דארף נישט זיין די ערשטע וואס שיסט אויף סוריא, מ׳דארף טראכטן וועגן די קאנסעקווענצן, מיר האבן שויו געזעהן און געשפירט וואס דעס מיינט! זאגסט עס נאך אזוי איבער ״קודם האט ער געשאסן״! אוואדי! ער טראכט דען עפעס פאר ער טוט??? וואס שיסט ער? מ׳האט אטאקירט אמעריקע? אונז זענען אין געפאר??? וואס האט עס מיט אונז??? טראמפס איגאו? ער נוצט פשוט אויס די גלעגענהייט צו געינען רעקעגנישאון און פאוער זינט זיין פאפיוליערטי איז אזוי נידריג ווי 34 פראצענט, וואס איז די נידריגסטע אין היסטאריע פאר א אמעריקאנע פרעזידענט זאל זיין אזוי אומפאפיולער אין די ערשטע הונדרעט טעג פון זיין פרעזידענטסי, אלזא האפט ער אז די מלחמה וועט אים אביסל ארויפלייגן אויף די מאפע.

נשלח: פרייטאג אפריל 07, 2017 6:32 pm
דורך שבת אחים
און אוואדי גייען אנדערע לענדער נישט העלפן אין מלחמה, זיי פרייען זיך אז אמעריקע טוט די שמוציגע ארבעט פון די גאנצע וועלט, זיי האלטן נישט ביים באצאלן דערפאר און שטעלן זייערע מענטשען אין געפאר... אמעריקא האט צוגעוואוינט אז אונז זענען די פאליס פון די וועלט, און אז טראמפ שיסט די ערשטע מינוט פארן רעדן צו אנדערע לענדער קאנפארמירט ער דעס פאר די גאנצע וועלט!

נשלח: פרייטאג אפריל 07, 2017 6:40 pm
דורך קורקלענד
צו ער האט געטאן ריכטיג אדער נישט וועט מען​ זעהן מיט די צייט.

Re: אמעריקע שיסט אויף סיריע'ס אסאד

נשלח: פרייטאג אפריל 07, 2017 6:48 pm
דורך גר ותושב
למעשה ווערט באריכטעד אז פליגערס זענען וואטער ארויס פון יענעם לופטפעלד צו באמבערדירן די מורדים.

נשלח: זונטאג אפריל 09, 2017 12:20 am
דורך ליפא
IMG-20170409-WA0002.jpg

נשלח: זונטאג אפריל 09, 2017 12:28 am
דורך berlbalaguleh
ליפא: דאס איז גוטע פראפאגאנדע. אבער אונז זעה מיר איין אז דיבורים לחוד. ומעשים לחוד. אדער אזוי ווי דער פארשטארבענער פרעמיער פון מדינת ישראל אריק שרון האט געזאגט..."מה שרואים מפה, לא רואים משם"...!

נשלח: זונטאג אפריל 09, 2017 12:58 am
דורך ליפא
IMG-20170409-WA0006.jpg