בלאט 2 פון 2

נשלח: דאנערשטאג אפריל 20, 2017 9:22 pm
דורך berlbalaguleh
שמעון וואלף האט געשריבן:אויף איינע פון די איזראעלי נייעס זייטלעך איז געשטאנען אז ער איז געווען א תלמיד פון רב שטיינמאן. ס'איז מיר אינטערעסאנט צו וויסן וויאזוי ער האט זיך באצויגן צו אים, האט ער אים טאקע קאנסידערט אלץ 'רבי'? פלעגט ער בכלל אמאל נאכזאגן פון אים אבער רעדן וועגן זיין גדלות?

שמעון וואלף: לויט די יארן שטימט עס נישט. זיי זענען טאקע געווען אין די שווייץ בערך אין די זעלבע צייט. און הרב שטיינמאן שליט"א ה' יאריך ימיו ושנותיו (חוץ די וועלכע האבן געטרונקען די מים הרעים. די פארסמ'טע וואסערן און זיי זאגן פארקערט. עפרא לפומייהו.) נאר הרב שטיינמאן איז עלטער פון איהם להבחל"ח מיט בערך צען יאר. הרב שטיינמאן און זיינע חברים זענען געווען צוערשט אין פאריז. אנטלויפנדיג צוזאמען פון די ליטא. און ביידע האבן געלערנט ביי הרב קאפלמאן ז"ל. נאר אפשר איז הרב ראזנבלום ז"ל געווען א תלמיד חבר ביי הרב ארון יודא לייב שטיינמאן שליט"א...!

נ.ב.: ס'איז דא אלטע פיקטשערס פון הרב שטיינמאן מיט זיינע חברים אין פאריז ארויסקומענדיג פון די ליטא. וואו ער איז גאנץ מאדערן געקליידעט. אן א בארד. כמנהג בחורי ישיבות ליטא...נאר שפעטער האט ער זיך מקבל געווען נישט צו צו רירן זיין בארד...!

נשלח: דאנערשטאג אפריל 20, 2017 9:34 pm
דורך קאמענטירער
ריכטיג האט געשריבן:ליפא דערציילט.

איין שינוי, לויט ווי ער זאגט האט הרב ראזענבלום בלויז פארלאנגט ער זאל נישט אדווערטייזן אין היימישע געגענטער. די חלק אז ער האט געלערנט מיט איהם זאגט ער נישט. ער זאגט אז ער וויל נאך עפעס ממשיך זיין דערוועגן קומענדיגע וואך.

שקויעך פאר די לינק.. כווייס נישט פארוואס אבער ווען איך הער ליפא רעדן האלט איך מיר און איין פארעכטען מיין שנאלץ....

נשלח: דאנערשטאג אפריל 20, 2017 9:35 pm
דורך berlbalaguleh
ליטוואק פון בודאפעסט: מ'דארף נישט גיין זוכן א שטעטל אין בוקאווינע מיט 4 אותיות. און אפילו מיט 5. נאר פון די עולם הישיבות אין די לעצטע יארן. מ'קען זאגן אויף הרב ראזנבלום ז"ל אז ער איז נישט געווען אזא ראש ישיבה ווי הרב געלדצעהלער ז"ל. וועלכער האט ארויסגעוויזן א שטארקע אהבה און איבערגעגעבנקייט צו זיינע תלמידים. און געארבעט אויף אויפהייבן די שוואכערע תלמידים אויך...!

Re: הגאון ר' יוסף ראזענבלום זצ"ל ר''י שערי יושר

נשלח: דאנערשטאג אפריל 20, 2017 10:19 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
האסט מיר נישט פארשטאנען. שוין.

הרב שטיינמן איז נישט געווען אין פאריז. נאך פאר׳ן קריג איז ער אנטלויפען קיין שווייץ פון די פוילישע מיליטער צוזאמען מיט להבחל"ח הרב משה סולובייציק זצ"ל. די בילד ווי ער שטייט לעבען סאטמארער רב איז פון א טיפיקל ליטווישע בחור, אן א בארד מיט א קורץ רעקעל. נישט עפעס מאדערנער ווי סיי וועמען פון זיין תקופה.
הרב שטיינמן האט נישט געטראפען הרב קופלמן, וואס איז געווען אין סיביר ביים קריג, און איז דערנאך געפארען קיין אמעריקא ווען הרב שטיינמן איז געפארען קיין א"י. הרב קופלמן איז געפארען קיין שווייץ נאך דעם וואס די שווייצער מוקירי תורה האבען ארויס געווארפען הרב סולובייציק אין די כ׳ יארען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: דאנערשטאג אפריל 20, 2017 10:56 pm
דורך berlbalaguleh
ליטוואק פון בודאפעסט: ס'איז אבער דא אנ'נאדער בילד וואו הרב שטיינמאן שטייט צוזאמען מיט זיינע חברים. און די קעפשאן זאגט אז דאס איז געווען אין פאריז, פראנקרייך...!

נשלח: מאנטאג אפריל 24, 2017 1:44 pm
דורך קאווע טרינקער
מעט מן האור דוחה הרבה מן החושך. אין די שווערע תקופה וואס תלמידי שערי יושר גייען איצטער דורך, ווערט אויפגענומען די גאר פרייליכע נייעס, וגילו ברעדה, אז די בארימטע פאזנע רב שליט"א פון פלעטבוש ומצודתו פרוסה במערבא, ראש כולל ש"ס אידן, חבר ועד סיום הש"ס שע"י עוז והדר, נעתר לבקשת די טריביון רעדאקטאר, און פארציילט פאר אירע 18,000+ ליינער, זיינע נאנטע באציאונגען מיטן ראש הישיבה זצ"ל, זייענדיג פון די שענסטע רבנים יוצאי שערי יושר.

נשלח: דינסטאג אפריל 25, 2017 8:19 pm
דורך [NAMELESS]
ריכטיג האט געשריבן:ליפא דערציילט.

איין שינוי, לויט ווי ער זאגט האט הרב ראזענבלום בלויז פארלאנגט ער זאל נישט אדווערטייזן אין היימישע געגענטער. די חלק אז ער האט געלערנט מיט איהם זאגט ער נישט. ער זאגט אז ער וויל נאך עפעס ממשיך זיין דערוועגן קומענדיגע וואך.

דער המשך
כ'גלייך נישט ליפא מיט זיינע שגעונות מילד גערעדט, אבער פארפאלן, ער האט מיר געברענגט צו טרערן. וואו נעמט מען היינט אמת'ע גדולי ישראל.

נשלח: דינסטאג אפריל 25, 2017 8:24 pm
דורך איסר האטלקי
ריכטיג האט געשריבן:ליפא דערציילט.

איין שינוי, לויט ווי ער זאגט האט הרב ראזענבלום בלויז פארלאנגט ער זאל נישט אדווערטייזן אין היימישע געגענטער. די חלק אז ער האט געלערנט מיט איהם זאגט ער נישט. ער זאגט אז ער וויל נאך עפעס ממשיך זיין דערוועגן קומענדיגע וואך.

איך געדענק אז ער האט געלערנט מיט אים, זיי האבן געהאט א שיעור איינמאל א וואך.
ליפא האט דעמאלטס פארקויפט אז ער ווערט א בעל תשובה, אין די היימישע צייטונגען (די צייטונג) איז אפילו געווען עדס פון פאפולערע זינגערס אים מחזק צו זיין אויף זיין וועג צו אידישקייט אדאנק הרב ראזנבלום וואס האט מקרב געווען.....

נשלח: דינסטאג אפריל 25, 2017 10:24 pm
דורך איך אויך
איך גלייב שווערליך דעם פראנץ יאזעף טיפש אז די מעשה איז פארגעקומען פונקט ווי ער פארציילט עס.

נשלח: דינסטאג אפריל 25, 2017 10:31 pm
דורך [NAMELESS]
איך אויך האט געשריבן: פראנץ יאזעף טיפש

:D :D