בלאט 2 פון 3
Re: איז דער קנאקערס בלוט רויטער?
נשלח: דינסטאג אפריל 25, 2017 9:18 am
דורך גראף
איך אויך האט געשריבן:כ'מיין ביי די 'פעדער מדריך הכלות' פרשה האט ער אזוי ג'פסקנט, אדער אפשר איז דער היתר געווען געבויט אז עס איז געווען בלי רצונם.
וואס איז דער מעשה? קענסט אפשר שרייבן דא אדער קומען אין מאחורי אדער אין אישי ביטע?
נשלח: דינסטאג אפריל 25, 2017 9:36 am
דורך [NAMELESS]
איסר האטלקי האט געשריבן:און אויב האט ער נישט קיין פראבלעם דערמיט איז אויך נישט קיין איסור לויט געוויסע דיינים.
דו רעדסט פון איסור זנות אדער פון אסורה על בעלה? פון דיין המשך קוקט אויס ווי דו רעדסט פון זנות, און דאס איז נישט אמת.
Re: איז דער קנאקערס בלוט רויטער?
נשלח: דינסטאג אפריל 25, 2017 9:42 am
דורך גר ותושב
ריכטיג האט געשריבן:איסר האטלקי האט געשריבן:און אויב האט ער נישט קיין פראבלעם דערמיט איז אויך נישט קיין איסור לויט געוויסע דיינים.
דו רעדסט פון איסור זנות אדער פון אסורה על בעלה? פון דיין המשך קוקט אויס ווי דו רעדסט פון זנות, און דאס איז נישט אמת.
דאכט זיך אז ווילאנג עס איז נישט דא קיין עדים איז זי נישט אסור מן הדין נאר אויב דער מאן גלייבט.
Re: איז דער קנאקערס בלוט רויטער?
נשלח: דינסטאג אפריל 25, 2017 10:33 am
דורך גראף
אויב עס איז דא ווידיאו מוז מען גלייבן אדער מען נעמט נישט אן קיין עדות פון טעקנאלאגיע? ערענסטע שאלה.
נשלח: דינסטאג אפריל 25, 2017 1:21 pm
דורך berlbalaguleh
גראף: איך וועלל ברענגען א ראיה אז אונז הייליגע אידן נעמען נישט אן קיין שום ראיה פון די טמא'נע טעכנעלאגיע, רח"ל. וואס נאכ'ן ציונות איז דאס די גרעסטע נגע הדור. די פארקערפערונג פון עמלק אליינס.
ווען מ'האט אמאל געברענגט עדות פון ווידעא קעמערעס אז איינס פון די בעקעריס וואס די הייליגע ארגאניזאציע התאחדות הרבנים געט אויף זיי השגחה איז געהעריג מחלל שבת ויו"ט ואפיית חמץ. האבן די הייליגע רבנים מיט זייער הויפט גזלן בראש, איצא שייגעץ געשריגן..."פוי. אויף די טמא'נע ווידעא וועללן מיר נישט קוקן. אונז וועללן נישט ח"ו מטמא זיין אונזערע הייליגע אויגן"...!
יא: פארגעסן צו זאגן. די מענטשן וועלכע האבן געברענגט די גביית עדות איבער די חילול שבת זענען געווען חב"ד'סקער. זייער עדות איז דאך ממילא פסול. ווייל זיי זענען דאך נישט קיין חלק פון כלל ישראל כידוע. וואס די דאזיגע הייליגע דיבורים זענען געזאגט געווארן דורך די העיליגע ראשי ישיבות פון די עיר הטעירעה, לעיקוואוד יצ"ו. ה"ה. הרב מתתי-ה-ו סאלאמאן און הרב הקדוש מלכיאל קאטלער שליט"א. אין די אנוועזנהייט פון איינעם א געוויסן אדמו"ר א קדוש ופאר ישראל שליט"א, וועלכער האט זיך אינגאנצן צוריקגעהאלטן פון מוחה זיין אויף אט די דיבורים...!
נשלח: דינסטאג אפריל 25, 2017 2:29 pm
דורך אישתישבי
דעת תורה
ס'איז נישט מיין שטיקעל תורה, ס'איז וויאזוי ס'איז געפסקענט, ווי אנדערע האבען ערווענט, מען לערנט אויס דער מאן אז ער מוז נישט גלייבען, און די פרוי זאגט מען זי זאל האלטן די מויל פארמאכט, אדער אז אפילו זי וועט רעדען וועט מען איר נישט גלייבען.
אזוי איז דער פסק פין מנחת יצחק ועוד, און עס איז א תורה חדשה, נאר נישט מאתי.
אין דער באקאנטער תשובה אין נודע ביהודה, איז אים נישט איינגעפאלן דער היתר, ווען דער איידעם האט מזנה געוועהן מיט דער שוויגער.
אבער דאס איז דער למעשה'דיגער היינטיגע פסק.
און אין הכי נמי, ווען דער מאן אדער פרוי פארלאנגט א גט צוליב זנות פין דער אנדערע, קען געשעהן א גט, אבער נישט פין עסקנים רבנים וכו'.
נשלח: דינסטאג אפריל 25, 2017 2:59 pm
דורך איסר האטלקי
דעת תורה האט געשריבן:דארט איז דאך געווען גאר עפעס אנדערש. דער - גאנץ מחודש'דיגער - היתר איז געווען ווייל זיי האבן נישט געהאט קיין שום כוונת מעילה, ובעינן ומעלה בו מעל, וליכא. אבער נישט וועגן דעם מאן'ס נישט קפידה.
וואס מיינט ומעל בעל בו אויב נישט מאן'ס קפידא?
איך אויך האט געשריבן:כ'מיין ביי די 'פעדער מדריך הכלות' פרשה האט ער אזוי ג'פסקנט, אדער אפשר איז דער היתר געווען געבויט אז עס איז געווען בלי רצונם.
פונקט פארקערט דער היתר איז געווען אז עס איז געווען ברצונם, בלי רצונם איז זיכער אסור. דאס הייסט אז וויבאלד זיי זענען געגאנגען ברשות הבעל - נישט וואוסנדיג אז ער טוט עפעס שלעכט - הייסט עס נישט קיין מעילה קעגן דעם בעל, דעריבער איז נישטא קיין פראבלעם צוריקצוגיין.
Re: איז דער קנאקערס בלוט רויטער?
נשלח: דינסטאג אפריל 25, 2017 3:22 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
מ׳מישט אויס צוויי זאכען. דער היתר פון ומעלה מעל, אז ווען דער מאן ערלויבט איז זי נישט אסור, וואס די מקור איז דער מהרי"ק, איז נישט אנגענומען.
דאס נישט גלויבען די פרוי איז באמת א משנה אחרונה סוף נדרים אז מ׳זאגט נישט שוויא אנפשא חתיכא דאיסורא ווייל מ׳איז חושש שמא עיניה נתנה באחר. די היתר איז זייער שווער למעשה, ווייל ער גלויבט דאך יא, און זי ווייסט ער וועט איהר גלויבען, נאר אזוי פארלאזט מען זיך אייביג.
ערגעץ האט אויבערלענדער חכם אונז אמאל מזכה געווען מיט אן אריכות אויף דער ענין, ויבאו המלנקקים ללנקק.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: דינסטאג אפריל 25, 2017 3:24 pm
דורך איסר האטלקי
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:מ׳מישט אויס צוויי זאכען. דער היתר פון ומעלה מעל, אז ווען דער מאן ערלויבט איז זי נישט אסור, וואס די מקור איז דער מהרי"ק, איז נישט אנגענומען.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דאס האט הרב וואזנער יא אנגענומען ביי יענעם פאל פון כלה מדריך אין בני ברק.
Re: איז דער קנאקערס בלוט רויטער?
נשלח: דינסטאג אפריל 25, 2017 3:39 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב געמיינט אז דער היתר דעמאלס איז געווען אז ס׳איז אן אנוס פון אומר מותר. די נשי כהנים ווייס איך נישט.
עכ"פ קוקט׳ס דא
viewtopic.php?t=10915 ווי אויבערלענדער צונעמט דער ענין. זיין מהרי"ק זאגט פארקערט פון מיר.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: דינסטאג אפריל 25, 2017 4:36 pm
דורך איך אויך
איסר האטלקי האט געשריבן:איך אויך האט געשריבן:כ'מיין ביי די 'פעדער מדריך הכלות' פרשה האט ער אזוי ג'פסקנט, אדער אפשר איז דער היתר געווען געבויט אז עס איז געווען בלי רצונם.
פונקט פארקערט דער היתר איז געווען אז עס איז געווען ברצונם, בלי רצונם איז זיכער אסור. דאס הייסט אז וויבאלד זיי זענען געגאנגען ברשות הבעל - נישט וואוסנדיג אז ער טוט עפעס שלעכט - הייסט עס נישט קיין מעילה קעגן דעם בעל, דעריבער איז נישטא קיין פראבלעם צוריקצוגיין.
ביסט אינגאנצן משוגע?? קיין איינע פון זיינע תמימות'דיגע כלה קרבנות איז נישט געווען מיטן הסכמה פונעם מאן.
נשלח: דינסטאג אפריל 25, 2017 5:46 pm
דורך איסר האטלקי
איך אויך האט געשריבן:איסר האטלקי האט געשריבן:איך אויך האט געשריבן:כ'מיין ביי די 'פעדער מדריך הכלות' פרשה האט ער אזוי ג'פסקנט, אדער אפשר איז דער היתר געווען געבויט אז עס איז געווען בלי רצונם.
פונקט פארקערט דער היתר איז געווען אז עס איז געווען ברצונם, בלי רצונם איז זיכער אסור. דאס הייסט אז וויבאלד זיי זענען געגאנגען ברשות הבעל - נישט וואוסנדיג אז ער טוט עפעס שלעכט - הייסט עס נישט קיין מעילה קעגן דעם בעל, דעריבער איז נישטא קיין פראבלעם צוריקצוגיין.
ביסט אינגאנצן משוגע?? קיין איינע פון זיינע תמימות'דיגע כלה קרבנות איז נישט געווען מיטן הסכמה פונעם מאן.
אודאי איז יעדער געגאנגען בהסכמה וברצונם המלא! פארוואס? ווייל בשעת מעשה האט קיינער פון זיי נישט געוואוסט אז ער טוט עפעס שלעכט, דעריבער האט קיינער נישט געהאט קיין התנגדות. ביז עס האט ארויסגערינען.
Re: איז דער קנאקערס בלוט רויטער?
נשלח: דינסטאג אפריל 25, 2017 7:00 pm
דורך דעת תורה
הרב וואזנער וואלט אוודאי נישט גע'חלום'ט מתיר צו זיין באופן וואס דער מאן האט דערצו מסכים געווען לכתחילה, בדעת וברצון. אבער כ'הייב יעצט אן טראכטן אז אפשר ביסטו גערעכט, אויב ס'איז בהסכמת הבעל איז דאך סוכ"ס נישטא קיין מעילה.
שוב נראה לי ראיה מוכרחת קעגן דעם, פון די באקאנטע גמ' פון כאשר אבדתי אבדתי, דארט איז דאך עס געווען בהסכמה מלאה און גאר בציווי הבעל (און לפי זה, ביי עקסטענשאן, איז בפשטות אויך מופרך דער היתר האמור בפרשת פעדער, לפי מה שנראה כדבריך אז ס'איז נישט קיין חילוק בין בהסכמת וידיעת הבעל, צו בלי ידיעתו וידיעתה, דבשניהם ליכא 'מעילה').
נשלח: דינסטאג אפריל 25, 2017 7:08 pm
דורך מיש-נייעס
אייז קריעם האט געשריבן:פארוואס ביסטו נישט פורס בשמו פון יענעם עסקן?
אז די ווילסט טאקע מאכן א דיפערענס דארפטו מפרסם זיין.
זמרי בן תלוא איז אויך געווען א עסקן און פנחס האט אים אוועקגעלייגט.
איך האב נישט מפרסם געווען נישט ווייל איך האב מורא נאר ווייל איך ווייס נישט צו מ'מעג אדרבה אויב די דעת תורה איז אז מדארף מפרסם זיין האב איך קיין פראבלעם,
נאכמער! דארפסט פארשטיין אין יעדע אזא מעשה זענען איוואלוו"ד 3 מענטשן 1. דער בעל, 2. דער בועל, 3. די נבעלת, און יעדע איינע פון זיי האבן משפחה וואס עס קען זיי וויי טון, וועגען דעם דארף מען שטארק שוקל זיין פאר מען געבט א שיק א נאמען.
נשלח: דינסטאג אפריל 25, 2017 7:16 pm
דורך מיש-נייעס
חקרן האט געשריבן:אבי געהאקט... מען פירט זיך אויף צום קנאקער פונקט ווי צום פשוטער מענטש - עכ"פ אין די סארט ענינים.
יתכן אז דער עסקן קען מער גנב'ענען, קען מער דרייען וועלטן, אבער אין דעם סאבדזשעקט האבן מענטשן אן ענטפינדליכקייט... מעשים בכל יום ווי עסקנים ווערן אוועקגעלייגט און נישט געשוינט.
חקרן טייערע, איך מוז דיר זאגן, אין חקירה ביסטו זייער גוט אבער אויף למעשה האסטו א שוואכע צוגאנג, פשוט מעשה לסתור, עס איז נישט עפעס א זאך וואס מען האט פאברעצירט, יעצט בשעת מיר זיצן און שרייבן גיסט זיך נאך יעצט די בלוט פון ראבון, בעת שמעון ווערט פארטאגראפירט מיט אדמורים עסקנים באין פוצה פה ומצפצף
נשלח: דינסטאג אפריל 25, 2017 7:30 pm
דורך מיש-נייעס
בעצם איז דא א וועג ארויס פאר א אשת איש וואס איז נבעל געווארן מרצונה אז זי זאל זיין מותרת לבעלה כמבואר בפסוקים, אז זי מוז נישט מודה זיין, זי מעג לייקענען.
און ווי עס זעהט אויס פון די פוסקים איז די וועג רעקעמענדע"ט, ווייל בעצם איז עס נישט איר עבירה מיט דעם וואס זי בלייבט מיט איהם, און ער טוט אויך נישט קיין עבירה אויב ער איז מסכים איר צו גלייבן
די פסק האט שוין געראטעוועט א סאך שטובער פון אינטערגאנג, בפרט אין אונזער דור עמי הארצים וואס אין פול פעלער וואלט סיי דער בועל און סיי די נבעלת קיינמאל נישט געטון די זאך ווען זיי ווייסן די קאנסעקווענצ"ן וד"ל
איך האף בקרוב מרחיב הדיבור זיין מיט מקורות אין א באזונדערע אשכול אויף אלע עניני אישות ווי אזוי מען קען זיך היטן פון פאראויס און בעיקר נאכדעם וד"ל
Re: איז דער קנאקערס בלוט רויטער?
נשלח: דינסטאג אפריל 25, 2017 7:41 pm
דורך גר ותושב
מיש-נייעס האט געשריבן: און בעיקר נאכדעם וד"ל
איך וואלט עס נישט רעקאמענדירט
נשלח: דינסטאג אפריל 25, 2017 7:52 pm
דורך מיש-נייעס
גר ותושב האט געשריבן:מיש-נייעס האט געשריבן: און בעיקר נאכדעם וד"ל
איך וואלט עס נישט רעקאמענדירט
חס ושלום נישט אז איך זיך צו מתיר זיין עריות, נאר א פרוי דערזעהט זיך זי איז דורכגעפאלן, זי טוט תשובה, יעצט געפינט זי אויס אז זי דארף גיין צוברעכן איר שטוב, דארפסט טראכטן פון די קינדער, און מען דארף פארשטיין א מענטש און איהם געבן די וועג ארויס,
בפרט אז איך וועל אפירקראצן די מראה מקומות לאמיר זעהן ווי אזוי די צדיקים אשר לאורם אנו נוסעים ווי אזוי זיי האבן געקוקט אויף די נושא, ואכמ"ל ועוד חזון למועד, איך וויל נישט פארקריכן פון די ענין פון דעם אשכול.
נשלח: דינסטאג אפריל 25, 2017 10:20 pm
דורך איך אויך
איסר דו קענסט נישט די פאקטן.
נשלח: מיטוואך אפריל 26, 2017 1:19 am
דורך אישתישבי
ליטוואק איז גערעכט (דא), דער מהריק האלט אזוי, דער ש"ך קריגט, און דער מהריק איז נישט להלכה.
דער מדריך הכלות האט נישט בועל געוועהן כמעט, ער האט זיך סתם געשפילט מיט זיי, געווען א מאדנע בעל תאווה.
דאס אז רב וואזנער האט מתיר געווען מיט דער מהריק, האט נישט קיין מקור, אפשר האט ער עס געניצט אלץ סניף, אבער דארט איז נישט געוועהן קיין בעילה גמורה, ער האט איינגערעדט די כלות אז ער דארף זיי בודק זיין, און ער האט בודק געוועהן ווי א דאקטאר.
די היתר ווי עס איז יא געוועהן בעילה איז לכאורה אלץ אונס, ווייל די פרויען האבן געטענהט אז מען טאר נישט, און ער האט מסביר געווען מיט פארשידענע איומים אדער פיתוי שיש סטראשע, ממילא האט ער עס דן געווען אלץ אונס.
נשלח: מיטוואך אפריל 26, 2017 1:55 am
דורך מבקר
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:עכ"פ קוקט׳ס
דא ווי אויבערלענדער צונעמט דער ענין. זיין מהרי"ק זאגט פארקערט פון מיר.
זיין מהרי"ק זאגט פארקערט?
נשלח: מיטוואך אפריל 26, 2017 7:13 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך געדענק א תשובה אין יד אלעזר (הרב אלעזר הורביץ אב"ד ווין, צו איהם האט דער חת"ס געשריבן זיין באקאנטע תשובה אז מ'דארף נישט מוצץ זיין בפה) וועגן א מאן וואס איז אוועקגעפארען פון שטוב אויף א לאנגע רייזע און איינער האט איינגערעדט זיין פרוי אז ער איז א נביא און ער ווייסט אז פון זיי דארף ארויסקומען משיח. איך געדענק נישט דעם היתר וואס מ'האט גענוצט, אבער דוכט זיך אז זי איז נישט געווען קיין אשת כהן.
נשלח: מיטוואך אפריל 26, 2017 2:12 pm
דורך מיש-נייעס
מבקר האט געשריבן:ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:עכ"פ קוקט׳ס
דא ווי אויבערלענדער צונעמט דער ענין. זיין מהרי"ק זאגט פארקערט פון מיר.
זיין מהרי"ק זאגט פארקערט?
אי\ך פראביר צו גיין
דא אבער איך קען נישט אריינגיין