#סקועלענע רבי פארטרייבט דיבוק פון רעדעוודיגע סקווירא פיש

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

@שבת אחים, ווען דו וועסט שטיין פאר בית דין של מעלה, זיי וועלן זאגן "אונז הער'מער אז איר זענט געווען א או טי די"... וועסטו זיי וויייזען דיינע קאווע שטיבל תגובות... וואס תוכו רצוף אהבה צו סייוועלעכע ערליכע איד וואס האט נאר א שייכות מיט וויזניץ... כל שכן וויזניץ אליין...

מ'וועט דיך אריינפירן אין גן עדן. און די ביסעלע יסורים, כי אדם אין צדיק בארץ שלא יחטא, וועט זיין אז מ'וועט דיך זעצען נעבען די קאסובע צדיק.
Under influence
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

וואלווי האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:צום שלוס:

סקלענער רבי איז אמתע מענטש א ערליכע איד, אבער אים אננעמען ערנסט וואס ער זאגט, און זיינע פסקים אין אינטערנעט און סעלפאונס וכודומה איז נעריש און קינדעריש ווייל ער בעבעלט נאר נאך וואס אפאר ״נואפים״ זאגן אים אריין אין אויער פאר זייערע פערזענליכע אגענדעס און פאר זייערט-וועגן, ווער ס׳נעמט אן סקלענער רביס פסקים ערענסט איז א לונעטיק לדעתי... אבער מקען זיך נישט אפברוהן פון א סקלענע טיש אדער אפילו א ברכה פון אים, ער מיינט עס נעבעך ערענסט....

מ'דארף נישט זיין קיין געהויבענער איד צו מאכן א פשוטער חשבון אז למעשה ווערען מענטשען געהאלפן ביי סקולענער רבי'ן. אפילו אויב נאר א פערטעל פון די מעשות זענען אמת איז עס נישט קיין נארישקייטן, צו האבן א ישועה פין הימל דארף דער באשעפער מסכים זיין, און אז ס'קומט א סקולענער רבי מעג ער אפילו בעטן א גרעסערע קאפל ס'מוז נישט מאכן סענס פארוואס יא פארוואס נישט, למעשה אויב אזוי זאגט ער און ער איז וויליג פארדעם צו וואינטשען און צוזאגען איז עס גוטע דיעל. נאך אלעס איז ער אפגעהוטען, האט א הייליג מויל און זיינע ווערטער ע"פ חשבון דארפן עפעס קענען אויסבעטען ביים באשעפער.

די קאפל איז נישט דער פאונט דא און אויך נישט זיין IQ. ער איז פשוט א גוטע לויער אויבען אין הימל ווייל ער איז א הייליגער מענטש.

כהער וואס דו זאגסט, איך בין נאר נייגעריג צו די תגובה, האסטו געשריבן נאך די Weed אדער פאר די Weed??? דו זאגסט דאך אין דיין חתימה אז דו ביסט א פלאוריסט...

ווער וועט געהאלפן ביי סקלענער רבי??? אז טויזענטער מענשטען גייען דורך סקלענער רבי און בעטן אים פאר א ישועה און נאר 30 צי אפילו 50 פראצענט ווערן געהאלפן מיינט עס אז???

ווען די זעלבע מענשטען זאלן וועין גיין צו דעם רויטן רבין אדער צום פויפסט און זיי בעטן א ברכה האלטסו וואלט די פראצענט געהאלפענע געוועהן ווייניגער?

סירעסלי זייט ווען איז ״קאפל סייז״ א אישו אין אידשקייט? אין חסידות? אין הלכה? אין מסורה? וואס ווען וואו? איז עפעס דא וואס איך ווייס נישט?
די ערליכע פרומע ספרדים גייען אינגאנצן אן קאפלעך.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: #סקועלענע רבי פארטרייבט דיבוק פון רעדעוודיגע סקווירא פיש

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איינער האט בכלל באשטעטיגט אז דער זינגער האט עפעס גענואפ׳ט? כ׳מיין, דאס איז אפשר אויך פון די אומבאוויזענע מופתים.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

גלייבן שלעכטס אויף א צווייטן איז זייער גרינג...! און ס'איז נאך א מופת אויך...!
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

שבת אחים האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:צום שלוס:

סקלענער רבי איז אמתע מענטש א ערליכע איד, אבער אים אננעמען ערנסט וואס ער זאגט, און זיינע פסקים אין אינטערנעט און סעלפאונס וכודומה איז נעריש און קינדעריש ווייל ער בעבעלט נאר נאך וואס אפאר ״נואפים״ זאגן אים אריין אין אויער פאר זייערע פערזענליכע אגענדעס און פאר זייערט-וועגן, ווער ס׳נעמט אן סקלענער רביס פסקים ערענסט איז א לונעטיק לדעתי... אבער מקען זיך נישט אפברוהן פון א סקלענע טיש אדער אפילו א ברכה פון אים, ער מיינט עס נעבעך ערענסט....

מ'דארף נישט זיין קיין געהויבענער איד צו מאכן א פשוטער חשבון אז למעשה ווערען מענטשען געהאלפן ביי סקולענער רבי'ן. אפילו אויב נאר א פערטעל פון די מעשות זענען אמת איז עס נישט קיין נארישקייטן, צו האבן א ישועה פין הימל דארף דער באשעפער מסכים זיין, און אז ס'קומט א סקולענער רבי מעג ער אפילו בעטן א גרעסערע קאפל ס'מוז נישט מאכן סענס פארוואס יא פארוואס נישט, למעשה אויב אזוי זאגט ער און ער איז וויליג פארדעם צו וואינטשען און צוזאגען איז עס גוטע דיעל. נאך אלעס איז ער אפגעהוטען, האט א הייליג מויל און זיינע ווערטער ע"פ חשבון דארפן עפעס קענען אויסבעטען ביים באשעפער.

די קאפל איז נישט דער פאונט דא און אויך נישט זיין IQ. ער איז פשוט א גוטע לויער אויבען אין הימל ווייל ער איז א הייליגער מענטש.

כהער וואס דו זאגסט, איך בין נאר נייגעריג צו די תגובה, האסטו געשריבן נאך די Weed אדער פאר די Weed??? דו זאגסט דאך אין דיין חתימה אז דו ביסט א פלאוריסט...

ווער וועט געהאלפן ביי סקלענער רבי??? אז טויזענטער מענשטען גייען דורך סקלענער רבי און בעטן אים פאר א ישועה און נאר 30 צי אפילו 50 פראצענט ווערן געהאלפן מיינט עס אז???

ווען די זעלבע מענשטען זאלן וועין גיין צו דעם רויטן רבין אדער צום פויפסט און זיי בעטן א ברכה האלטסו וואלט די פראצענט געהאלפענע געוועהן ווייניגער?

סירעסלי זייט ווען איז ״קאפל סייז״ א אישו אין אידשקייט? אין חסידות? אין הלכה? אין מסורה? וואס ווען וואו? איז עפעס דא וואס איך ווייס נישט?
די ערליכע פרומע ספרדים גייען אינגאנצן אן קאפלעך.

אודאי נאך די גראז! דעמאלטס זעט מען זאכען אסאך קלארער. נישט אזוי?

זעט אויס אונז נעמען נישט איין די זעלבע אינגרידיענטס ווייל אונז זעען צוויי זאכן. דעס וואס די שרייבסט וועגען קאפל סייז אף קארס ביסטו גערעכט, אז ס'איז נישט קיין יודישקייט אישו. און אודאי איז עס נישט קיין מעיק איט אר ברעיק איט ווען ס'דא א נידון צו א חולה זאל זוכה זיין צו א ישועה און אריכות ימים.

כ'האב נאר געוואלט ארויס ברענגען א פאונט אז ביי אן ערליכע מענטש וואס האט אן אפגעהיטן מויל, רעדט נישט ניוול פה, לשון הרע און רכילות, פרעסט נישט סטעיקס און זויפט נישט אלקאהאל, און מן הסתם איז נישט בולע קיי סממנים, מן הסתם איז זיין צונג גענוג ריין און ווירקזאם אזוי ווי מ'זאגט פון "זיין מויל ביז גאט'ס אויער" צו פועל'ן א ישועה אויב אנדערע זאכען גייען נישט דורך.

און אויב א גרעסערע קאפל מאכט עם צופרידען לשיטתו, זאל זיין אזוי. אבי מ'לעבט.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

וואלווי, די גראז איז שטייצעך נאר געוועהן א וויץ, רוב מענטשען בלייבן די זעלבע בהמות מיט די גראז צוזאמען, מ׳דארף אויך האבן די Ability און די Capacity, און אויב סאיז נישטא קיין כלי גרייט מקבל צוזיין בלייבט מען א ריפובליקען לעולם ועד.

איך קוק אן די מעשה פון סקלענער רבי קאפל-געיט ווי נישט מעהר און נישט ווייניגער פשוטע טיפשותדיגע ״אכשר דרא״ מיט אלע הידורים און צוגעהערן...

מווייסט שוין נישט ווי איין און ווי אויס... א איד קומט צו דיר וויינען אז זיין צעהן יעריג קינד איז נעבעך פלוצלינג קראנק געווארן מיט א שרעקליכע קרענק וואס סאיז נישטא קיין היילונג דערפאר און ער גייט זיך יעצט מוטשענען לעולמי עד געב אים אביסל חיזוק, זאג אים א גיט ווארט, געב אים כאטש ״פאלשע האפענונג״, ס׳קאסט נישט קיין געלט, ס׳קאסט גארנישט! זאג עפעס צום זאך, אבער רעדן וועגן די קינדס קאפל סייז? קמאן? טיפשות שאין כמהו!
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

גראדע פארשטיי איך נישט וואס האט זיין א רעפאבליקאנער צו טוהן מיט א קאפעל סייז.

ווען סקולענער רבי זאגט אים אוועק צו ווארפען זיין סמארט פאן וואלט מען געקענט פונקט אזוי חוזק מאכן.

דער קאפל סייז איז א וויכטיגע זאך ביי חרדים בזמן הזה אפגעזעהן צו איך פערזענליך לאך דערפין אדער נישט.

אויב סקולענער רבי גלייבט באמת אז טוישן די קאפל סייז קען געזונט מאכען דאס קינד, דעמאלס האבן מיר שטיקעל אנדערע אמונות טפילות. איך גלייב מער אין די קערעסטיר ניקולשבורג מהלך פין געבן צו פרעסן פאר אידישע קינדער.

אלפאנס האט עס נישט מיט טפשות און חכמה, נאר מיט אמונה.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: #סקועלענע רבי פארטרייבט דיבוק פון רעדעוודיגע סקווירא פיש

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

הונדרעט פערצענט גערעכט, סמארטפאון און קאפעל סייז זענען די זעלבע זאך. ווער וואלט געקלערט אנדערש?
דער סקולענער מעג טראכטען וואס ער וויל, און טאמער ער טראכט אזוי, איז געטראכט ואין לטראכטען אחריה.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

אישתישבי האט געשריבן:גראדע פארשטיי איך נישט וואס האט זיין א רעפאבליקאנער צו טוהן מיט א קאפעל סייז.

ווען סקולענער רבי זאגט אים אוועק צו ווארפען זיין סמארט פאן וואלט מען געקענט פונקט אזוי חוזק מאכן.

דער קאפל סייז איז א וויכטיגע זאך ביי חרדים בזמן הזה אפגעזעהן צו איך פערזענליך לאך דערפין אדער נישט.

אויב סקולענער רבי גלייבט באמת אז טוישן די קאפל סייז קען געזונט מאכען דאס קינד, דעמאלס האבן מיר שטיקעל אנדערע אמונות טפילות. איך גלייב מער אין די קערעסטיר ניקולשבורג מהלך פין געבן צו פרעסן פאר אידישע קינדער.

אלפאנס האט עס נישט מיט טפשות און חכמה, נאר מיט אמונה.

אזעליכע סיקריקים ווי דו וואס כאפן נישט די וויץ וואס האט זיין א ריפובליקאנער מיטן קאפל, איז טאקע אט אויף זיי איז די וויץ געזאגט געווארן- Exhibit A.

אז א איד וועט קומען אין די נעקסטע דור צו די דעמאלסטיגער ״סקלענער רבי״ אז זיין זוהן דער חתן האט יעצט באקומען קענסער ל״ע אין די וואך פון זיין חתונה וועט דער אדמור פון סקלען בעטן אז אונזער ״חתן דינן״ זאל זיך לאזן וואקסן א ״גרעסערע קרוין״ אויפן שטריימל, ווייל למעשה איז עס ״היינטיגע אידשקייט״ און פארדעם שטראפט דער אייבישטער...

׳היינטיגע אידשקייט׳ אדער ׳אכשר דרא׳ ???? וואס היינטיגע אידשקייט? ווען היינטיגע אידשקייט? סאיז דא אזא זאך ווי ״היינטיגע אידשקייט״??? ווער איז מחליט וואס היינטיגע אידשקייט איז? סקלענער רבי מיט איצו גליק???

וואס דרייסטו די ביצים? סמארטפאנס באדראט אידשקייט, 4 סלייז קאפלעך איז א ״משוגעת״ אן קיין שום קראנטע מקור ערגעץ ווי אין הלכה, מסורה, וכו
אמאל אז א איד איז זיך געקומען אויסגיסן דאס הארץ פאר א רבי איז ער כאטש אהיימגעקומען מיט האפענס פון חיזוק אנצוגיין ווייטער, אפילו סתם א א פשוטע מענטש פארשטייט אז ווען איינער קומט זיך אויסגיסן די הארץ אז זיין צעהן יעריג קינד איז דיגאנאזט געווארן מיט א permanent illness און גייט ליידן א גאנץ לעבן דערפון, אז מ׳טרייסט כאטש די צובראכנע מענטש...! אבער דער ״היינטיגער צדיק הדור״ מיט איש פון ק״ש און יואלי ציממערמאן פארשטיין בעסער...

אנטשולדיגט מיר מיינע טייערע פריינד די סקלענער רבי איז ווייט פון א ״חכם״, און גאר ווייט פון א ״תלמוד חכם״, ער קען אפילו נישט פסקנן קיין ״משיב הרוח ומוריד הגשם שאלה״, ער איז א וואוילע איד וואס יעדער קען אים פארקויפן די ברוקלין בריטש פאר עני פרייז, עני טיים! פלוז! ער גייט אונז אויסלערנען וואס היינטיגע אידשקייט איז און וואס נישט? פארוואס? ווייל ער [איז געווען אין] די רומענישע תפיסה??
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
גר ותושב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1650
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 1407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1048 מאל

Re: #סקועלענע רבי פארטרייבט דיבוק פון רעדעוודיגע סקווירא פיש

שליחה דורך גר ותושב »

שבת אחים האט געשריבן:די אנדערע מעשה וועל איך שרייבן בקרוב.

פארצייל שוין די אנדערע מעשה
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שבת אחים: ייש"כ. איך בין זייער ווייניג מאל מסכים מיט דיינע אפיניאנס און געדאנקען. אבער דא ביניך מיט דיר 100%...!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שבת אחים האט געשריבן:אנטשולדיגט מיר מיינע טייערע פריינד די סקלענער רבי איז ווייט פון א ״חכם״, און גאר ווייט פון א ״תלמוד חכם״, ער קען אפילו נישט פסקנן קיין ״משיב הרוח ומוריד הגשם שאלה״, ער איז א וואוילע איד וואס יעדער קען אים פארקויפן די ברוקלין בריטש פאר עני פרייז,

ליגענט, ליגענט, ליגענט!
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

בן אדם האט געשריבן:

אמת אמת אמת!
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

האסט עם פארהערט, אדער האסט געהערט פון איינעם וואס האט עם פארהערט?
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

בן אדם האט געשריבן:האסט עם פארהערט, אדער האסט געהערט פון איינעם וואס האט עם פארהערט?

אדרבה גיי פרעג אים א שאלה ער גייט דיך שיקן צודעם און יענעם. זאג? ר׳ פיניעלע ז״ל ר׳ מאטעל׳ס עלצטע זוהן האט געקענט לערנען? א פייג האט ער געקענט, א וויואלע איד איז ער געוועהן , גאר א קליינע חכם. די סקלענער רבי איז אין די זעלבע קאטאגאריע... איך דארף אים עפעס פאהערן דעס צו וויסן? ער זאגט שוין איבער די זעלבע אויסגעדראשנע שטיקלעך ״קדושת לוי״ פאר פערציג יאר, פלוז! גיי הער זיינע תורות און נאכדעם קום מיר זאגן איבער זיין חריפות, ער האט אמאל פארגעלערנט א שיעור גמרא פאר אידן אזויווי ר׳ מאטעלע, ר׳ מוישלע האבן געטוהן? כבין שטארק מסופק צי ער קען אפלערנען אליינס א בלאט גמרא! אנטשולדיגט דעס איז מיין פערזענליכע אפאניען איבער אים.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

וואס האט טישן תורות איינגעלייגט מיט קענען לערנען? אפשר איז די קדושת לוי אויך געווען אן עם הארץ?

גראדע האב איך געהערט פון אידן וואס האבן נאך געוואונט אין קרונהייטס ווען ער מיט זיין טאטע האבן אויך געוואונט דארט, און זיי האבן פארציילט אז מ'פלעגט בקביעות'דיג פרעגן הלכה שאלות פון די היינטיגע סקולענע רבי, בעיקר אין הלכות שבת (אויך אז ער פלעגט אגאנצע טאג זיצן אויף זיין מזרח וואנט פלאץ אין לערנען).
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

גר ותושב האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:די אנדערע מעשה וועל איך שרייבן בקרוב.

פארצייל שוין די אנדערע מעשה

מארגן, אדער אין די נעקסטע גלעגענהייט, כבין דאך נישט אינגאנצן קיין ליידיגער, איך האב פינף קינדער און איך דארף ברענגן פרנסה אויך, בזעת אפיך תאכל לכם, און איך בין דאך ביזי מיטן פארשפרייטן חסידות און אידשקייט, ״יפוצו מעיינותך״ לויט די ״מארמארישע מסורה״ :lol: און איך דארף דאך מאכן ״גלגול שלג״ אזויווי אלע אלטע רבנים, און קבלת קהל, און די רבי מאכט נאך יעדער נאכט ״התבודדות״ און ״תיקון חצות״...

בקיצור מארגן, בלי נדר אן קיין רעדער.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום שבת אחים, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

בן אדם האט געשריבן:וואס האט טישן תורות איינגעלייגט מיט קענען לערנען? אפשר איז די קדושת לוי אויך געווען אן עם הארץ?

גראדע האב איך געהערט פון אידן וואס האבן נאך געוואונט אין קרונהייטס ווען ער מיט זיין טאטע האבן אויך געוואונט דארט, און זיי האבן פארציילט אז מ'פלעגט בקביעות'דיג פרעגן הלכה שאלות פון די היינטיגע סקולענע רבי, בעיקר אין הלכות שבת (אויך אז ער פלעגט אגאנצע טאג זיצן אויף זיין מזרח וואנט פלאץ אין לערנען).

איך האב געקענט אידן וואס פלעגן בקיבועת פרעגן שאלות פון ר׳ פיניעלע האגער ז״ל, און ער האט געהאט א סטרעי״ט ליי״ן צו דעם דעברעצינער און ער פלעגט אלעס פרעגן דעם דעברעצינער און פאר די סערוויסעס פון טראגן און ברענגן שאלות צו די דעברעצינער האט די קהלה הק׳ איינגעמאנט אז מזאל באצאלן ״מעמדות״ להרה״צ אב״ד דקהילתנו הקדושה, ווי אויך איז מען געוועהן מחוייב צוגיין פאר פסח פארקויפן די חמץ ביי אים און אים אריינרוקן א פופציגער צי א הונדרעטער מינימום.

ביטע געב מיר איין נאמען פון א איד וואס פלעגט פרעגן שאלות אין הלכות שבת פון היינטיגע סקלענער רבי, קענסט מיר עס שיקן אין אישי אויך, איך גיי יענעם אנרופן און אים פערזענליך פרעגן.

לכאורה איז עס להד״ם...
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

און איך האב געמיינט אז היינט איז שוין נישטא קיין אמונת צדיקים... איך מיין אז ביי די וויז'ניצער איז עס נאך די שטערקסטע ווי סיי אימער!
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

בן אדם האט געשריבן:און איך האב געמיינט אז היינט איז שוין נישטא קיין אמונת צדיקים... איך מיין אז ביי די וויז'ניצער איז עס נאך די שטערקסטע ווי סיי אימער!

ווייל וויזניץ האט אין וואס צוגלייבן, דער אהבת ישראל מיט זיינע פיר זוהן זענען געוועהן באמבעס איינס נאכן צווייטן, אין חכמה, אין תורה, אין יראת שמים, אין מידות, אין מענטשליכקייט און אין אהבת ישראל, ליידער האט די נעקסטע דור עס פארהארגט אביסל, ר׳ חיים מאירלס צוויי זוהן האבן כמעט אוועקגעלייגט און אויסגעמעקט די ״אמתע וויזניץ״ און די אלטע הבטחה אז וויזניץ וועט ציען די גאלדענע קייט ביז משיח׳ס טאג איז געוועהן אין jeopardy אבער נישט פאר לאנג, די נעקסטע דור האבן וויזניצער חסידים ווייטער די גלעגענהייט צו פארשפרייטן ״אהבת ישראל״ אינטער זייער נייע רבי כ״ק מרן הקוה״ט רבי ישראל האגער שליט״א מוויזניץ, א אמתע בעל-שמסקער איד מיט אלע מפרשים, א ריכטיגער ״אוהב ישראל״ א אמתע מענטש! א אויסגעארבטע איד, טאקע זייער זייער ווייט פון זיין זיידע דער אהבת ישראל ספעציעל אין חכמה, ידיעות, און אין גאונות, דער אהבת ישראל האט געקענט בלי גוזמא ״כל התורה כולה״ נגלה און נסתר, ווי אויך האט ער געקענט און פארשטאנען כמעט יעדע חכמה וואס איז געוועהן עוועילבעל אין זיין צייט, (מיינט נישט אז ער האט עס געקענט אדורך און אדורך, נאר ער האט לכה״פ געוואווסט פון וואס ס׳האנדלט זיך) דאך גייט ר׳ ישראלטשע האגער די היינטיגע וויזניצער רבי אין זיינע וועגן און פראבירט זיין בעסט צו מקרב זיין יעדער איינציגער איד מיטן גרעסטען מאס ״אהבת ישראל״ אזויווי עס פאסט פאר א אמתע וויזניצער רבי.

גיטע נאכט.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

נו און וואס האט דער אהבת ישראל גערעדט פרייטיג צונאכטס? און ווי זענען זיינע חידושים? #אמונהאיןוויזניץ
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: #סקועלענע רבי פארטרייבט דיבוק פון רעדעוודיגע סקווירא פיש

שליחה דורך קל וחומר »

וויזניץ איז אלעמאל געשטאנען היבש ווייט פון חכמה.
אפשר קענסטע מיר אנצייגן וואו ר' חיים מאיר'ל'ס חכמה האט געשטעקט?
ר' מאטעלע, הגם וואס ער איז מער געריבן, איז ביז'ן זיין א חכם א היבשער גאנג. ער איז העכסט אויבערפלעכליך.

הער שוין אויף מיט די מארמארישע שטותים.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

בן אדם האט געשריבן:נו און וואס האט דער אהבת ישראל גערעדט פרייטיג צונאכטס? און ווי זענען זיינע חידושים? #אמונהאיןוויזניץ

ער האט גערעדט פרייטיג׳ס נאכט ״תורה״ אויף די וויזנצער וועג מיט גמטריאות, אין שטאט וויען האט דער אהבת ישראל (ווי אויך זיין עלצטע זוהן דער ווישווער זצ״ל) געהאלטן א דרשה פאר אידישע פראפעסארן פון א הויכגעשעצטע יונעווערסטי אין יענע צייטן פאר פיר שעה! אלע זענען געזיצן צוגענאגעלט די גאנצע צייט! סאיז דא א בילד פון יענע דרשה, די איינציגסטע בילד פון דעם אהבת ישראל אן א שטריימל אדער א היט.

פריער האסטו מיר געפרעגט צו איך האב פארהערט דעם סקלענער רבין, דער מנח״א וואס לויט זיינע ספרים איז ער געוועהן א גרעסערע תלמיד חכם ווי אלע היינטיגע רביס צוזאמען האט אסאך פארברענגט מיטן אהבת ישראל ספעציעל אין קארלסבאד און געזאגט אויפן אהבת ישראל ווען ער האט אים מספיד געוועהן ווי אויך אפאר מאל בחייו:

די גאס האט אנגענומען אז ר׳ חיים אנטוניער זצ״ל (דער אהבת ישראלס יונגערע ברודער) איז א גרויסע תלמיד חכם און דער אהבת ישראל איז א גרויסע רבי, אבער איך (דער מנחת אלעזר זאגט) דער אהבת ישראל איז נישט נאר א גרויסע רבי נאר א גאון עצום!
מיין טאטע האט עס געהערט פון ר׳ חיים בער אליינס-מונקאטשער רבס גבאי וואס האט עס געהערט פון מונקאטשע רב׳ס מויל.

ווער סהאט נאר געדערט אמאל אין לערנען מיטן אהבת ישראל איז נתפעל געווארן פאר זיין גאונות און חריפות, צוגלייכן סקלענער רבי צום אהבת ישראל איז נישט אפילו גיט פאר א וויץ און איך גיי דיר מסתמא אפילו מעהר נישט ענטפערן ווייל ס׳איז א קינדערשע שמועס. דו אליינס ווייסט גאנץ גיט אז דער אהבת ישראל מיטן היינטיגען סקלענער זענען כרחוק מזרח ומערב און אויב נישט פאסט מיר אפילו נישט צורעדן מיט דיר ווייל דו קענסט נישט אדער לערנסטו נישט גיט וואס א רבי מיינט און וואס א גאון מיינט!

וואס פארא פארגלייך בכלל?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום שבת אחים, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
פארשפארט