בלאט 2 פון 3
נשלח: דינסטאג מאי 09, 2017 11:21 am
דורך לעיקוואד
лпم iοوԴ האט געשריבן:היסטארי
זייער אינטרעסאנט. מקור?
נשלח: דינסטאג מאי 09, 2017 1:15 pm
דורך [NAMELESS]
און איך וויל וויסן פון ווי 'די מקור' האט גענומען 'זייער מקור'
Re: היימישער עסקנים באזוכן דעם פויפסט אין וואטיקאן
נשלח: דינסטאג מאי 09, 2017 2:20 pm
דורך 65th
לא תשכח
א פאהר מאהל אין היסטוריה ווען יודען זענן גיוועהן אין א עת צרה אין בלית ברירה אלס לעצטע מיטל האבן יודען זיך גיבעטן ביי די קאטויליש קירכע צי הילף אין דער ענפער איז אימער גיוועהן די זעלבע ווי צב״ש ביי די צווייטע וועלט מלחמה האבען יודן גיוויינט אז אומשולדיגע יודן ווערן גיפייניגט האט דער קארדינל ימ״שו גיענפערט :
״ עס גיבט זיך נישט קיין אומשולדיג יודע״
נישט צי פארשטיין אז מע גייט זיך טרעפן מיט זיי איברהויפט אז זיי האבן נישט קיין שום כח אדער קאנטראל אויף גארנישט
ווי אזוי האט סטאלין גיפרעגט?
וויפיל מיליטערישע דיוויזיוס האט דער פויפסט?
Sent from my iPhone using Tapatalk
נשלח: דינסטאג מאי 09, 2017 2:35 pm
דורך ציבעלע-קיגל
א באנדע בהמות. טאמער זינגען זיי ווען ונקיתי דמם לא נקיתי, וואלט איך זיי שוין מוחל געוועהן.
און ווער איז דער בהמה וואס טאנצט דארט ווי פאר א רבי?
איך וויל נאר פרעגען, ווער גייט זיין דער ערשטער רבי וואס גייט אנטוהן אזא חאלאט ווי דער פויפבסט? און ווער גייט אנטוהן א געבלימטע חאלאט?
נשלח: דינסטאג מאי 09, 2017 6:05 pm
דורך פליקער
עס איז פארהאן די באוויסטע מעשה מיטן זין פון רבינו שלמה בן אדרת באוויסט אלס דער רשב"א וואס זיין זין איז געווארן געפאנגען און דער רשב"א האט יארן געקלאגט נאך אים ווייל ער איז געווען גאר א געראטען קינד.
יארן זענען פארלאפען און דער רשב"א איז אויסגעקליבען געווארן צי גיין צים פויפסט אפשפרעכן א גזירה, און ער איז געגאנגען און האט זיך אויסגערעט דאס הארץ, און פאטער און זין האבן זיך דערקענט.
Re: היימישער עסקנים באזוכן דעם פויפסט אין וואטיקאן
נשלח: דינסטאג מאי 09, 2017 7:08 pm
דורך פליקער
איך ברענג נישט די מעשה וויל איך האלט אז די עסקנים האבן ריכטיג געהאנדעלט, איך האלט אז זיי האבן מחלל געווען שם שמים, געטוען א עוולה וואס זיי קענען נישט מתקן זיין.
וואס איז דאס זינגען אורך ימים, וועלכע ביטערע גזירה ווילן זיי אפשפרעכן, זענען זיי געגאנגען דורך שמיעסן וואס די קריסטען געבען זיך אנייצע מיט מענערישע ראפירינגען, ווייל לעצטענס האבן זיי געמאכט דערין פיל פארשריט, וואס פאר א לעקציעס האבן זיי געזיכט צו לערנען ביים פויפסט?.
וואס איז געווען אזוי דרינגענד אז זיי האבן עס נישט געקענט ארלידעגן אן צוויי געטאר'ס מיט שטרויבלדיגע שפילער'ס?
נשלח: דינסטאג מאי 09, 2017 9:07 pm
דורך תנחום
אזוי האט זיך עס אנגעפאנגען, קודם איז מען געשטאנען אויף פארענטשעס געטאנצן און געקלאטש פאר א בשר ודם מיט א גאלדענע בעקישע מיט א שיינע שטריימל פון דארט איז עס אריבער צו טאנצן און זינגען פאר א בשר ודם מיט א ווייסן אויבערראק מיט ירושלמי קאפל. רבותי! ס'מיז זיך אפשטעלן! ענדערש וועמיר א פארביטערטע מתנגד. @ליטוואק, האסט פלאץ אין קאר?
וַיָּמִירוּ אֶת-כְּבוֹדָם; בְּתַבְנִית שׁוֹר, אֹכֵל עֵשֶׂב.
נשלח: דינסטאג מאי 09, 2017 10:48 pm
דורך [NAMELESS]
נשלח: מיטוואך מאי 10, 2017 1:30 am
דורך שבת אחים
פליקער האט געשריבן:איך ברענג נישט די מעשה וויל איך האלט אז די עסקנים האבן ריכטיג געהאנדעלט, איך האלט אז זיי האבן מחלל געווען שם שמים, געטוען א עוולה וואס זיי קענען נישט מתקן זיין.
וואס איז דאס זינגען אורך ימים, וועלכע ביטערע גזירה ווילן זיי אפשפרעכן, זענען זיי געגאנגען דורך שמיעסן וואס די קריסטען געבען זיך אנייצע מיט מענערישע ראפירינגען, ווייל לעצטענס האבן זיי געמאכט דערין פיל פארשריט, וואס פאר א לעקציעס האבן זיי געזיכט צו לערנען ביים פויפסט״?.
וואס איז געווען אזוי דרינגענד אז זיי האבן עס נישט געקענט ארלידעגן אן צוויי געטאר'ס מיט שטרויבלדיגע שפילער'ס?
אזא גרויסע עוולה ממש אז מקען עס נישט מתקן זיין? אפילו מיט גלגל שלג??? אפשר זאגן תיקון הכללי און פערציג מאל שיר השירים אהין און צוריקצווועגס? אויך נישט? אפשר וועט מען געבן א קנס פאר ראביי גלאוק ער וועט מוזן שרייבן דריי א האלב טויזנט מאל ״איך וועל מעהר נישט באזוכן דעם פויבסט״!
מחלל געוועהן שם שמים? מיינסט מקדש געוועהן שם שמים, זיי האבן געוויזן פאר די וועלט אז די צוויי רעליגעס וואס האלטן אנדערש קענען קא-עקזעסטירן אין הארמאניע! הער אויף מיט די איינגעבאקענע שנאה צו א וויואלע מענטש, פיינעלי סאיז שוין דא איין גוי א קריסטליכע פירער וואס האט באמת ליעב אידן האבן ענק אים אויך פיינט...! וועגן דעם און וועגן יענץ... און וועגן די האליקאוסט וואס ער איז סאום-האו שולדיג... נאכדעם זאגן זיי אז יעדע גוי איז א אנטיסמיט, כווייס נישט צו יעדע גוי איז א אנטיסמיט, אבער איין זאך איז קלאר 95 פראצענט חסידים זענען ראסיסיטן וואס האבן פיינט יעדעם חוץ זייערע רביס און חסידותן, מיט אלע אנדערע וואס זענען נישט פונקט ווי זיי האבן זיי חשבונות פון דא ביז מאסקווע...
אה די גרעסטע ראי׳ אז מ׳האט מחלל שם שמים געוועהן איז ווייל מ׳האט געזינגען אורך ימים! נעקסטע מאל גייען זיי זינגן דיין סאטמארע הקפה ניגון וואס ענק האבן געזידלט אויף יעדען רבין חוץ ר׳ יואליש, ״וכל קרני רשעים״ וכו׳ שייגעץ ארויס! שיקסע!!! דעס האט ענקער רבי אויפגעוואקסן. א דור פון ראדיקאלע עקסטרעימע פראטעסטירער ווי יואלי ציממערמאן וואס ווייסן נישט ווי איין און ווי אויס!
אה און די צוויי גיטארס איז נאך די גרעסטע עוולה פון אלעס! אויף דעם באקומט מען זיכער כרות בידי שמים...
וואס זיי האבן זיך אויסצולערנען ביים פויפסט פרעגסטו????
אלע מידות טובת וואס מ׳האט קיינמאל נישט געזעהן ביי ענקערע רביים און פירערס, מענשטליכקייט! אמת! גמילות חסידים, דעס קען מען זיך אויסלערנען ביים פויפסט! און ביי ענק וואס האט מען אויסגלערענט צוזיין א מחוצף פאר א יעדעם וואס האלט נישט ווי ענק??? דעס האט ענק ר׳ יואליש אויסגעלערנט הייסט עס!??
די באזוך פון פרומע אידן ביים פויפסט פראנסיס איז געוועהן די גרעסטע ״קידוש השם״ וואס סאיז נאר מעגליך אין די וועלט!
#ערשט_קלאסיגע _טיפשות
Re: היימישער עסקנים באזוכן דעם פויפסט אין וואטיקאן
נשלח: מיטוואך מאי 10, 2017 6:22 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דאס אז מ׳האט געוויזען אז די צוויי רעליגיעז קענען צוזאמען עגזיסטירען איז גאר דער חילול ה׳, כאילו אידישקייט איז נאך א רעליגיע און זיי זענען פונקט אזוי גערעכט ווי אונז. דאס איז פארשוועכט דער אמת אז אחד הוא אלקינו און קיחן אנדערע האט ער נישט מיט זיך, נישט קיין ווייב נישט קיין זוהן גארנישט, נאר ער אליינס. פאר דעם זאגען מיר אחד, און דער הו"א אנדערש איז א חלק פון דער מרכבה הטמאה וואס אויף דעם דאווענען מיר ׳להעביר גילולים מן הארץ, לתקן עולם במלכות ש-די׳.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: מיטוואך מאי 10, 2017 10:58 am
דורך שבת אחים
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דאס אז מ׳האט געוויזען אז די צוויי רעליגיעז קענען צוזאמען עגזיסטירען איז גאר דער חילול ה׳, כאילו אידישקייט איז נאך א רעליגיע און זיי זענען פונקט אזוי גערעכט ווי אונז. דאס איז פארשוועכט דער אמת אז אחד הוא אלקינו און קיחן אנדערע האט ער נישט מיט זיך, נישט קיין ווייב נישט קיין זוהן גארנישט, נאר ער אליינס. פאר דעם זאגען מיר אחד, און דער הו"א אנדערש איז א חלק פון דער מרכבה הטמאה וואס אויף דעם דאווענען מיר ׳להעביר גילולים מן הארץ, לתקן עולם במלכות ש-די׳.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
וואס האט גייען באזוכן דעם פויפסט מיט געבן גערעכט פאר זיין רעליגע??? ער איז א גרויסע פיגור און אלע רעליגעס קומען צו אים, דעס מיינט נאכנישט אז מגעט אים גערעכט...
פון דעי מעשה מיטן פובסט איז מיר נאכמאל געדרינגען געווארן אז ״ארגאנייזט רעליגע״ איז א קענסער!!!
פיינעלי האבן מיר שוין נאך טויזנטער יאהרן פון רשעות און אכזריות מצד די קריסטן א נארמאלע מענטש איז מען אים געגעאנגען אפגעבן די כבוד וואס קומט זיך אים, קומען ענק אלע וויינען אז וואס????? מ׳האט געזינגען די ניגון, יענע ניגון, א גיטאר? היל״ת!
#בהמות
#קליינע קינדער
#ארגאנייזט רעליגע איז נישט מעהר ווי טפשות, שנאה און HATE
נשלח: מיטוואך מאי 10, 2017 11:10 am
דורך [NAMELESS]
.
נשלח: מיטוואך מאי 10, 2017 1:38 pm
דורך איש את רעהו
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דאס אז מ׳האט געוויזען אז די צוויי רעליגיעז קענען צוזאמען עגזיסטירען איז גאר דער חילול ה׳, כאילו אידישקייט איז נאך א רעליגיע און זיי זענען פונקט אזוי גערעכט ווי אונז. דאס איז פארשוועכט דער אמת אז אחד הוא אלקינו און קיין אנדערע האט ער נישט מיט זיך, נישט קיין ווייב נישט קיין זוהן גארנישט, נאר ער אליינס. פאר דעם זאגען מיר אחד, און דער הו"א אנדערש איז א חלק פון דער מרכבה הטמאה וואס אויף דעם דאווענען מיר ׳להעביר גילולים מן הארץ, לתקן עולם במלכות ש-די׳.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
פסק'נען מיט הרגשים און פילינג'ס די נידון,
בפרט ווען יענע האבן אנגעפרעגט אין א דע"ת, קוקט נישט אויס ווי די קומסט פון די ליטא.
Re: היימישער עסקנים באזוכן דעם פויפסט אין וואטיקאן
נשלח: מיטוואך מאי 10, 2017 2:25 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך גלויב נישט איך דארף איבערחזר׳ן נאכאמאל. דער חשיבות פונ׳ם פויבסט איז נישט צוליעס עפעס אנדערש נאר זיין רעליגיע, און דער כבוד וואס ער נעמט איז אלס א פארטרעטער פון זיין רעליגיע, ופשוט.
ווען עפעס א רבי א הגר\טייטעלבוים\רוקח\האלבערשטאם קומט צו פארען, געבען איהם די לאקאלע רבנים אביסל כבוד. פארוואס? ער איז דאך א גארנישט בן גארנישט, וואס האט גארנישט געלערנט און גארנישט ריכטיג אויפגעטוהן אין זיין לעבען. וואס קומט זיך איהם כבוד? נאר האמת יורה דרכו, אז וויבאלד יעדער פון די כאראקטערען האבען הונדרעטער בהמות אונטער איהם וואס גלויבען אויף תולה ארץ אין די אלע איינרעדענישן זייערע, דעריבער איז מען מכבד א ציבור אידען דערמיט. דער כבוד פון א מענטש איז א כבוד צו וואס ער פארטרעט. אן ע"ה קען אמאל עומד זיין אין א שטארקע נסיון און באקומען א גריסערע ג"ע ווי דער ת"ח וואס האט נישט עומד געווען בנסיון. פון דעסטעוועגען פאדערט דער תורה כבוד ת"ח און נישט כבוד ע"ה, ווייל דער כבוד איז צו דער תורה וואס ער פארטרעט, נישט צום מענטש אליינס.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: מיטוואך מאי 10, 2017 2:47 pm
דורך ציבעלע-קיגל
שוין, נעקסטער יאהר גייען שוין גיין אפאר רעבנים מיט אפאר הונדערט חסידים, אן אוודאי מיט מזמרים און שירה, אוודאי מיט'ן קאלפיק.
און דערנאך גייט דער פון קול מבשר מאכען אן אינטערוויאו... צום ערשטען מאהל א טיש אין וואטיקאן.
און נאךדעם גייען זיי טרעפען אן אלטען פארקאלאכטען איד וואס גייט זאגען אז ער געדענקט אז פאר די מלחמה איז האט דער ******* רבי געפירט א טיש און געפראוועט א שבת אין וואטיקאן און דער פויפבסט איז געקומען און געגסען שריים...
לאמיר זעהן ווער גייט זיין דער ערשטער... עס קומט... עס קומט...
נשלח: מיטוואך מאי 10, 2017 9:09 pm
דורך berlbalaguleh
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך גלויב נישט איך דארף איבערחזר׳ן נאכאמאל. דער חשיבות פונ׳ם פויבסט איז נישט צוליעס עפעס אנדערש נאר זיין רעליגיע, און דער כבוד וואס ער נעמט איז אלס א פארטרעטער פון זיין רעליגיע, ופשוט.
ווען עפעס א רבי א הגר\טייטעלבוים\רוקח\האלבערשטאם קומט צו פארען, געבען איהם די לאקאלע רבנים אביסל כבוד. פארוואס? ער איז דאך א גארנישט בן גארנישט, וואס האט גארנישט געלערנט און גארנישט ריכטיג אויפגעטוהן אין זיין לעבען. וואס קומט זיך איהם כבוד? נאר האמת יורה דרכו, אז וויבאלד יעדער פון די כאראקטערען האבען הונדרעטער בהמות אונטער איהם וואס גלויבען אויף תולה ארץ אין די אלע איינרעדענישן זייערע, דעריבער איז מען מכבד א ציבור אידען דערמיט. דער כבוד פון א מענטש איז א כבוד צו וואס ער פארטרעט. אן ע"ה קען אמאל עומד זיין אין א שטארקע נסיון און באקומען א גריסערע ג"ע ווי דער ת"ח וואס האט נישט עומד געווען בנסיון. פון דעסטעוועגען פאדערט דער תורה כבוד ת"ח און נישט כבוד ע"ה, ווייל דער כבוד איז צו דער תורה וואס ער פארטרעט, נישט צום מענטש אליינס.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
ליטוואק פון בודאפעסט: אלס ליטוואק גלייבסטו דאך נישט אין קיין חסיד'ישע רבי'ס. אבער דער חסיד'ישער רבי האט געקענט לערנען. דער הייליגער שר שלום מ'בעלזא זי"ע. האט געטייטשט דעם פסוק.."אלף למטה"... אז אויב טויזנט אידן זאגן אפילו צו א שטעקן אז דאס איז אונזער רבי/מנהיג, באקומט ער כוחות מן השמים...! איך גיי דיך נישט איבעררעדן דו זאלסט זיך שמד'ן און ווערן א חסיד. אבער איך גלייב. איך האב א רעכט צו גלייבן אין דברי אמת פון צדיקי אמת...!
Re: היימישער עסקנים באזוכן דעם פויפסט אין וואטיקאן
נשלח: מיטוואך מאי 10, 2017 9:14 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך רעד פון איינער וואס גלויבט נישט אין דער אלף למטה תורה, פארוואס פיהרט ער זיך מיט כבוד צום בשר ודגים וואס באווייזט זיך אין שטאט.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: מיטוואך מאי 10, 2017 11:33 pm
דורך [NAMELESS]
אביסל אן אנדערע דערהער האב איך געהערט פון א איד וואס האט געפרעגט ר' לייבוש פארוואס ער האט גאר שטארק מכבד געווען א געוויסן רבין וואס איז געקומען קיין אנטווערפן, וויסנדיג אז ר' לייבוש האט גאר שטארקע ביקורת אויף יענעם. האט ר' לייבוש געענטפערט "אויב מען גיבט פאר עמיצן ווייניגער כבוד ווי דאס וואס ער איז געוואוינט צו באקומען ביי זיך אין שטוב, הייסט דאס 'מבזה' געווען!". ודבריו פשוטים לענ"ד דלגבי ענייני כבוד ובזיון הלא הדין לגבי בושת הכל לפי המתבייש.
נשלח: דאנערשטאג מאי 11, 2017 3:16 am
דורך שבת אחים
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך רעד פון איינער וואס גלויבט נישט אין דער אלף למטה תורה, פארוואס פיהרט ער זיך מיט כבוד צום בשר ודגים וואס באווייזט זיך אין שטאט.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מכבד זיין איינעם האט מיט גלייבן צוטוהן? זייט ווען??? איך האב נישט באקומען קיין שום נוטיפיקעישאון פון קיינעם אז כיבוד האט צוטוהן מיט רעליגע ?? סאיז א נייע זאך?? ווען האט זיך אנגעפאנגען צווישן מנחה און מעריב? אדער צווישן זעקס און זיבן? וואו האט זיך עס אנגעפאנעגען צווישן קאסוב און קיטוב אדער צווישן קאסוב און וויזניץ?
האללאו? איך גלייב נישט און איך געב אפ כבוד פאר יעדער איינער וואס פירט זיך אויף מענטשליך און זארגט זיך נישט נאר פאר זיך און זיינע קינדער נאר פאר די ארומיגע אויך, אט אזעליכע מענטשען פארדינען רעספעקט לדעתי צי סאיז ר׳ אליעזר האגער, צי די דאלא לאמא, צי די פויפסט, בערני סענדארס, עליזעבעט ווארען וכו׳ אפגעזעהן וועלכע געטשקע זיי דינען און פון וועלכע רעליגע אדער דינאמענאציע זיי זענען, א גיטע וואוילע מענטש קען זיין א קריסט און א מוסלימענער, און די זעלבע פארקערט, סאיז דא ווייניג שלעכטע ביטערע אידן??? סאיז דא איבעראל גיטע און שלעכטע און מ׳דארף קענען קלויבן די גיטע און זיי אפגעבן די כבוד וואס קומט זיך זיי פארן זיין מענטשליך אין א גרידי עקעלדיגע קעפטעליסטישע סעלפיש סאסייעטי.
Re: היימישער עסקנים באזוכן דעם פויפסט אין וואטיקאן
נשלח: דאנערשטאג מאי 11, 2017 6:26 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דאס איז נישט אמת. א פלעינער מענטש, וואס פיהרט זיך אויף שיין צו אנדערע, באקומט גארנישט קיין אנערקענונג. נאר א פיהרער צו א חשוב׳ער מענטש, וואס פיהרט זיך אויך אויף איידעל, באקומט פון דיר אנערקענונג. קוק די משלים ווטס דו ברענגסט.
בערני סאנדערס׳ חשיבות איז זיין טעטיגקייטען אין פאליטיק, א לעגיטימיר זאך. משא"כ דער פויבסט, וואס זיין חשיבות באשטייט פון טינופת מיט טומאה, קומט נישט די אנערקענונג בלויז פאר׳ן זייענדיגע א פערזענליכע וואוילע מענטש.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: דאנערשטאג מאי 11, 2017 10:56 am
דורך שבת אחים
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דאס איז נישט אמת. א פלעינער מענטש, וואס פיהרט זיך אויף שיין צו אנדערע, באקומט גארנישט קיין אנערקענונג. נאר א פיהרער צו א חשוב׳ער מענטש, וואס פיהרט זיך אויך אויף איידעל, באקומט פון דיר אנערקענונג. קוק די משלים ווטס דו ברענגסט.
בערני סאנדערס׳ חשיבות איז זיין טעטיגקייטען אין פאליטיק, א לעגיטימיר זאך. משא"כ דער פויבסט, וואס זיין חשיבות באשטייט פון טינופת מיט טומאה, קומט נישט די אנערקענונג בלויז פאר׳ן זייענדיגע א פערזענליכע וואוילע מענטש.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
ביסט גערעכט אז ״אין מלך בלא עם״ אבער אין די פאלל איז א אויסנאם ווייל דער פויבסט האט ״יחוס עצמו״- נישט נאר ער איז דער גרעסטער ״רעליגעזע פירער״ אין דער וועלט דערצי איז ער אויך א ״כלי״ פארזוך.
די זעלבע איז מיט בערני סענדארס, ער וואלט געקענט זיין נאך א סענעטאר וואס קיינער קוקט נישט אויף זיין זייט, סה״כ פארטרעט ער גאר א קליינע סטעיט פון 600,000 מענשטען (אין סטעטן איילענד אליינס וואוינען 100,000 מעהר מענטשען ווי אין ווערמאנט), וואס מאכט אים אזוי פאפיולער??? זיין אויטענטישקייט, זיינע אויפטוהן, זיינע פאליסיס, זיינע לייסטונגען!.
אין די גרעסטע ראי׳ צודעם איז אז די פריערדיגע פויפסט ראזינגער איז נישט געוועהן האלב אזוי פאפיולער ווי די היינטיגע פויבסט פראנסיס טאקע ווייל ער איז געוועהן א שטיק [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] און א שלעכטע מענטש.
נשלח: דאנערשטאג מאי 11, 2017 3:46 pm
דורך כלבאשבוע
ציבעלע-קיגל האט געשריבן:שוין, נעקסטער יאהר גייען שוין גיין אפאר רעבנים מיט אפאר הונדערט חסידים, אן אוודאי מיט מזמרים און שירה, אוודאי מיט'ן קאלפיק.
און דערנאך גייט דער פון קול מבשר מאכען אן אינטערוויאו... צום ערשטען מאהל א טיש אין וואטיקאן.
און נאךדעם גייען זיי טרעפען אן אלטען פארקאלאכטען איד וואס גייט זאגען אז ער געדענקט אז פאר די מלחמה איז האט דער ******* רבי געפירט א טיש און געפראוועט א שבת אין וואטיקאן און דער פויפבסט איז געקומען און געגסען שריים...
לאמיר זעהן ווער גייט זיין דער ערשטער... עס קומט... עס קומט...
די שטריימל איז גרייט
נשלח: דאנערשטאג מאי 11, 2017 9:21 pm
דורך berlbalaguleh
כלבא שבוע: ווער ווייסט די ענטפער אויף די שאלה...פארוואס האט דער פויבסט נישט קיין שטריימל...?!
ענטפער: ווייל ער איז נאך א בחור. אבער ער האט ווייסע זאקן און א ווייסע בעקישע. און א תולדות אהרון קאפל...!