בלאט 2 פון 7

Re: בעלזער רב שליט"א - פארדאמונג, אויפבלי, קאנאניזאציע

נשלח: מאנטאג מאי 15, 2017 8:22 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
טמיר - אדנירם וועט אין זיין לעבען נישט שרייבען גוטס אויף בעלזא, פון דער שר שלום ביז היינט.

איינער וואס וויל ווייטער זיין א בעלזער און קען נישט דערליידען די זאכען פון דער היינטיגע רב, איז נאכאלס א בעלזער חסיד. זיין חינוך און נאטור בלייבען בעלז. נאר קיין בעלז מאכנאווקא קען ער גייען. א צווייטע ברירה האט ער? גור? פאנאוועז?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: מאנטאג מאי 15, 2017 8:25 pm
דורך איך אויך
און אז מ'רעדט שוין קען איך מיך נישט איינהאלטן פון ציען א פאראלעל צו סאטמאר אדער אפילו באבאב מיטן אלטן רעבעצן. מען רעדט דאך פון א מאמע וואס אלס נקמה פאר די וואס האבען געהרגט איר מאן האט גערופן איר אייגענעם זוהן אין קארט אז ער דארף אויסוואקסן א לויער!

ביי יעדע שמחה האט זי געטוהן פארשידענע זאכן מתוך איר פארביטערקייט אבער בעלזער רב מיט זיין רבעצין די צדקת האבען איר שטוינענד מכבד געווען עד קצה היכולת. איר אלעס צוגעשטלט פונעם שענסטן און בעסטן און זיך נישט וויסענדיג געמאכט פון גארנישט.

Re: בעלזער רב שליט"א - פארדאמונג, אויפבלי, קאנאניזאציע

נשלח: מאנטאג מאי 15, 2017 8:28 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דער אנדערע צד המטבע איז אז זי האט געהאלטען אז ער מעג נישט זיין קיין רבי, ער האט נישט די מדות דערצו, און זי אחז געווען גרייט מוסר נפש זיין דערפאר, אוועק צו געבען די כבוד פון זיין דער אם המלכות.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: מאנטאג מאי 15, 2017 8:28 pm
דורך קאצקע ציקער
טמיר האט געשריבן:Wow wow wow! הערליכע באשרייבונג, א דאנק.
איך האב א שטיקל חשד אז אורים ותומים איז א נייע ניק פון ש"מ.
זיין געשמאקע מסודרדיגע מהלך פון שרייבן ענדעלט

קענסט דיך נישט איינהאלטן?.. האסט עס געבאסט! גלייך געטראכט אז ס'עים אבער איך מיין ער וויל זיך יעצט נישט איידענטיפייען מיט דעם שש ניק

נשלח: מאנטאג מאי 15, 2017 8:44 pm
דורך תורה ומדע
ליטוואק. מדבריך איז ניכר אז דו האסט ניט קיין אהנונג פונעם ענין פון וואס דער אשכול באציעטזיך. אדער ביזטו גאר אן אנטיסעמיט. כדי צו היטען אויף דיין רעפיוטעשאן בין י דיר מייעץ שטיל צו בלייבן.

Re: בעלזער רב שליט"א - פארדאמונג, אויפבלי, קאנאניזאציע

נשלח: מאנטאג מאי 15, 2017 8:56 pm
דורך גר ותושב
קאצקע ציקער האט געשריבן:
טמיר האט געשריבן:Wow wow wow! הערליכע באשרייבונג, א דאנק.
איך האב א שטיקל חשד אז אורים ותומים איז א נייע ניק פון ש"מ.
זיין געשמאקע מסודרדיגע מהלך פון שרייבן ענדעלט

קענסט דיך נישט איינהאלטן?.. האסט עס געבאסט! גלייך געטראכט אז ס'עים אבער איך מיין ער וויל זיך יעצט נישט איידענטיפייען מיט דעם שש ניק

ער קוקט מיר אנדערש אויס צו זיין די זעלבע שרייבער ווי דער ארטיקל.
viewtopic.php?p=370929#p370929

Re: בעלזער רב שליט"א - פארדאמונג, אויפבלי, קאנאניזאציע

נשלח: מאנטאג מאי 15, 2017 9:09 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב געשריבען צוויי תגובות, וועלכע מיינסטו? פון זיין מאמע ווייס איך נישט קיין סאך, נאר אזוי האב איך געהערט ׳זיין אייגענע מאמע האלט נישט פון זיין רעביסטיווע, מה נעני אנן אבתריה׳.

און וואס איז מיין רעפיוטעישען?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: מאנטאג מאי 15, 2017 9:14 pm
דורך סמבטיון
יישר כח @גר, פארן אראפברענגן מיינע ווערטער, אדרבה, זאלן עס נאך אפאר אירע ליינען, אבער איך קען פאר קיין פאל נישט האבן געשריבן די ארטיקעל פון אורים ותומים, עס איז א קלארע באשרייבונג פון א אונדערויסענדיגע חסיד א שטייגער ווי אדנירם וואס קען זען מעלות און חסרונות צוזאמען אויף איין מענטש און עס גוט ארויסברענגען אויף קליין געלט, אבער עס קומט מיט מיט אן אייגענע מיינונג און אפשאצונג וואס איז לאוו דוקא אמת, ולשיטתי ווייט פון אמת , ווער רעד נאך אז עס איז געשריבן געווארן מיט אזא קלארקייט, שמעקט עס נאך מער פון ש"מ, איך האלט נישט אז מיין רבי ארבעט יעצט אויף זיין אימעדזש, און איך האלט נישט אז ער האט מדות משחתות ווי ער לייגט עס אראפ, איך האלט נישט אז און אזא יוד ליגט ילדות ועוד ועוד וואס איך האלט פינקט פארקערט פונעם שרייבער דא, דאך האט ער ארויסגעברענגט א פאר שטארקע נקודות וואס איך האב פארפעלט ארויסצוברענגען און מיין תגובה דארט.

נשלח: מאנטאג מאי 15, 2017 9:14 pm
דורך תורה ומדע
ביידע אבער בעיקר וועגען די מאמע זיינע. ואכמ״ל

נשלח: מאנטאג מאי 15, 2017 9:15 pm
דורך תורה ומדע
גר ותושב האט געשריבן:
קאצקע ציקער האט געשריבן:
טמיר האט געשריבן:Wow wow wow! הערליכע באשרייבונג, א דאנק.
איך האב א שטיקל חשד אז אורים ותומים איז א נייע ניק פון ש"מ.
זיין געשמאקע מסודרדיגע מהלך פון שרייבן ענדעלט

קענסט דיך נישט איינהאלטן?.. האסט עס געבאסט! גלייך געטראכט אז ס'עים אבער איך מיין ער וויל זיך יעצט נישט איידענטיפייען מיט דעם שש ניק

ער קוקט מיר אנדערש אויס צו זיין די זעלבע שרייבער ווי דער ארטיקל.
viewtopic.php?p=370929#p370929

אוודאי נישט. עס איז א סאך מער סאפיסטיקירט.

נשלח: מאנטאג מאי 15, 2017 9:17 pm
דורך סמבטיון
-

Re: בעלזער רב שליט"א - פארדאמונג, אויפבלי, קאנאניזאציע

נשלח: מאנטאג מאי 15, 2017 9:20 pm
דורך גר ותושב
יכול להיות עס האט מיר בעיקר געכאפט ווי ביידער ברעינגען ארויס די נקודה פון טעיפס אלס א גרויסע אויפטוה פאר יודישקייט

נשלח: מאנטאג מאי 15, 2017 9:22 pm
דורך קאצקע ציקער
וואס מיינט דער לעצטע ליין י"ש שכ"ר לפעלתך? א רמז?

Re: בעלזער רב שליט"א - פארדאמונג, אויפבלי, קאנאניזאציע

נשלח: מאנטאג מאי 15, 2017 9:24 pm
דורך גר ותושב
קאצקע ציקער האט געשריבן:וואס מיינט דער לעצטע ליין י"ש שכ"ר לפעלתך? א רמז?

ויקרא שמו בישראל יששכר דוב.

נשלח: מאנטאג מאי 15, 2017 9:25 pm
דורך סמבטיון
גר , דו ביזט צוקער זיס, דאס האסטו ארויס גענומען פון די גאנצע תגובה? נעה כהאב געמיינט אמאל אז דו קענסט בעסער פליקן

Re: בעלזער רב שליט"א - פארדאמונג, אויפבלי, קאנאניזאציע

נשלח: מאנטאג מאי 15, 2017 9:29 pm
דורך גר ותושב
סמבטיון האט געשריבן:גר , דו ביזט צוקער זיס, דאס האסטו ארויס גענומען פון די גאנצע תגובה? נעה כהאב געמיינט אמאל אז דו קענסט בעסער פליקן

Don't try me about... Lol
גראדע איז דא אסאך צו רעדן איבער די וועיג ווח ער האט געבויט זיין חסידות בבחינת אני ועצמי עוד אבער איך נישט קיין כח פאר קיין צימעס וועל איך עס לאזן נאר מיט א רמז ווער עס קען בעלז וועט פארשטיין ואידך זיך גמור. גארנישט נעמט אבער נישט אוועק פון דער שיינער באשרייבונג ישר כח אורים.

נשלח: מאנטאג מאי 15, 2017 9:33 pm
דורך סמבטיון
דער עיקר איז אז דו פילסט אז דו האסט יוצא געווען דיין חוב מוחאה.. ווער עס קען סאטמער וועט פארשטיין...

Re: בעלזער רב שליט"א - פארדאמונג, אויפבלי, קאנאניזאציע

נשלח: מאנטאג מאי 15, 2017 10:45 pm
דורך גר ותושב
סמבטיון האט געשריבן:דער עיקר איז אז דו פילסט אז דו האסט יוצא געווען דיין חוב מוחאה.. ווער עס קען סאטמער וועט פארשטיין...

איך מיט סאטמאר האבן קיין שייכות ניט.

נשלח: מאנטאג מאי 15, 2017 10:53 pm
דורך תורה ומדע
גר ותושב האט געשריבן:
סמבטיון האט געשריבן:גר , דו ביזט צוקער זיס, דאס האסטו ארויס גענומען פון די גאנצע תגובה? נעה כהאב געמיינט אמאל אז דו קענסט בעסער פליקן

Don't try me about... Lol
גראדע איז דא אסאך צו רעדן איבער די וועיג ווח ער האט געבויט זיין חסידות בבחינת אני ועצמי עוד אבער איך נישט קיין כח פאר קיין צימעס וועל איך עס לאזן נאר מיט א רמז ווער עס קען בעלז וועט פארשטיין ואידך זיך גמור. גארנישט נעמט אבער נישט אוועק פון דער שיינער באשרייבונג ישר כח אורים.

גראדע איז דער בעלזער רב בכלל נישט קיין אני ואפסי׳ניק. איך האב געהערט פון עטליכע אמונתישראל׳ניקעס בשם ר׳ משה וואלפסאון שליטא, וואס גייט כסדר באזוכען דעם בעלזער רב שליטא ווען ער געפונט זיך אין ירושלים, אז דער בעלזער רבי שליטא איז דער גרעסטער שפל ברך אין אונזער דור.
פאר די וואס קענען דעם רבין פון דער נאהנט איז דאס איבערהויפט נישט קיין חידוש. דער חידוש איז גאר אויף ר׳ משה וואלפסאון וויאזוי ער האט תופס געווען דאס פינטעלע פונעם בעלזער רב אין א פאהר קורצע וויזיטען.

Re: בעלזער רב שליט"א - פארדאמונג, אויפבלי, קאנאניזאציע

נשלח: מאנטאג מאי 15, 2017 10:58 pm
דורך גר ותושב
עס ליגט מיר אסאך אויפן צונג איך בעיט דיר ברחמים לאז אפ די נושא דאס איז א שיינע ביאגראפיע אשכול לאמיר דאס נישט פארצימעסן די לייגסט מיר אין א נסיון.

נשלח: מאנטאג מאי 15, 2017 11:02 pm
דורך סמבטיון
גר, שיסט שוין דיין אטאם באמבע, האלטסט מיר זייער געשפאנט מיט דיינע רמזים, בעצם ביזטו גערעכט און לאמער עס לאזן א קלינע אשכול און געב ארןיס וואס דו האסט אויפן צונג און אנדערע אשכולות

נשלח: דינסטאג מאי 16, 2017 1:34 am
דורך [NAMELESS]
איך פארשטיי נישט פארוואס מען איז חושד ש"מ, ס'קוקט א סך מער אויס ווי עפעס א נייע ניק וואס האט גראד ביים ערשטן תגובה זיך שוין אויסגעלערנט אלע קאודס פון דזשאסטעפיי באלד סייז ליסט * וכדו' וכו' און פערצופאל נוצט ער אויך סייז 85 ווען ער שרייבט עפעס איינגערינגלט...

נשלח: דינסטאג מאי 16, 2017 2:33 am
דורך berlbalaguleh
אורים ותומים: קודם, שלום עליכם. איך האב גאר שטארק הנאה געהאט פון דיין היקפ'דיגע באשרייבונג פונ'ם בעלזא'ער רב שליט"א. און איך האב נאכנישט אויספייעט צו ליינען די אלע אנדערע תגובות. איך וויל נאר מגיב זיין אויף איין קליינעם פרט וואס דו האסט דערמאנט גלייך אין אנהייב פון די באשרייבונג איבער די מידות טובות און טוב לב פונ'ם בעלזער רב. אלס משל ברענגסטו צו די מעשה מיט א יונגערמאן א גביר וועלכער האט פארלוירן זיין געלט און די חסידים האבן איהם געוואלט שיקן לופטערן. און דער רב האטציך שטארק אנגענומען פאר איהם. עד כדי כך אז ס'איז שיער געווארן א ריס אין חסידות.

די מעשה איז נישט אזוי פשוט. ס'איז א ביסל מער קאמפליצירט. דאס נעמט אבער נישט אוועק פונ'ם גדלות וטוב לבב פונ'ם רב. דער געוויסער יונגערמאן, וועלכער איז געווען א שטארקער עסקן פאר די מוסדות דאהי אין ניו יארק איז געווען מער א פאליטישן ווי א גביר. יא. ער האט אויך געהאט א ביסל געלט. אבער ער איז בעיקר געווען אויך א פאליטישער עסקן. און דורכדעם האט ער געקענט טון א סאך טובות פאר אלע אידישע מוסדות (יא. פאר סאטמאר'ע מוסדות אויך...!) אבער, ער האטציך ליידער פארפלאנטערט מיט נישט קיין שיינע מעשה מיט אן אשת איש...! און די יונגעלייט, וועלכע האבן געברויזט איבער די מעשה האבן געהאט א שטארקע נקודה אז מ'זאלל איהם מעביר זיין פון צו האבן א השפעה אין די מוסדות. אבער דער רב שליט"א האטציך נישט געאיילט איהם מעביר צו זיין. אדער ווי מ'רופט עס דא אין אמעריקע..."ווארפן אונטער'ן באס"...אלס הכרת הטוב פאר די שטארקע פינאנציעלע און פאליטישע טובות וואס ער האט געטון. ער האטציך נישט געקענט אויסדרייען זיין רוקן צו איהם פון אייו מינוט צו די צווייטע. ספעציעל נאכדעם וואס ער איז ירד מגדולתו פונ'ם פאליטישן און פינאנציעלן שטאנדפונקט...אבער די יונגעלייט האבן זייער שטארק געברויזט. טאקע מיט בעלזער קנאות...און דאס האט גורם געווען די אנגעשטרענגטקייט...!