בלאט 2 פון 3

Re: בד''ה - הגה''צ רבי פישל הערשקאוויטש זצ''ל

נשלח: זונטאג מאי 28, 2017 7:57 pm
דורך קל וחומר
איש את רעהו האט געשריבן:
שמעון וואלף האט געשריבן: בראש וראשון איז די קשיא אויף די נישט-סאטמערע וומ"ס עולם וואס ביים עירוב האבן זיי אלע געטעהנ'ט אז ר' פישל איז מתיר און ער איז די גרעסטע פוסק אין שטאט. ווי זענען זיי געווען? פארוואס זענען זייערע תלמוד תורות און ישיבות נישט ארויסגעקומען געבן די פארדינטע כבוד אחרון?


זיי האבן זיך נישט געקריגט לכבודו פון רבי פישעלע, מען האט זיך באניצט מיט דעם וואס רבי פישעלע האט בעצם געהאלטן אז ס'פעלט נישט אויס די עירוב בכלל
די אלע האבן נישט געקעמפט לכבודו, זיי האבן מיט אים גארנישט געהאט.

דו רעדסט מתוך ידיעה אדער מתוך השערה?

נשלח: זונטאג מאי 28, 2017 8:34 pm
דורך איש את רעהו
די גרויסער ציבור מלווים

Re: בד''ה - הגה''צ רבי פישל הערשקאוויטש זצ''ל

נשלח: זונטאג מאי 28, 2017 10:34 pm
דורך פליקער
גם אני בין געווען ביי די לוי', און איך האב אויך געשטוינט סארא ביטערע קליינער עולם עס איז געווען, ממש חרפות און בושות קעגען וואס פאר א גדול בישראל נאך מיט נומערן אויף לינקען ארעם.
נאכען זיך עגבערען איז מיר איינגעפאלען די סיבה פארוואס כמעט קיין איין רב פון וויליאמסבורג איז נישט געווען צים האבן.
ווייל ער איז אויך און ערגעץ נישט געווען קיין מאל, לאמיר טאקע צוריק קוקען,
איז ער געווען ביי ר' אברהם לייטנער'ס לוי'?
איז ער געווען ביי די ברך משה'ס?
איז ער געווען קשויער'ס?
איר כאפט?
טא וואס ווינדערט איר זיך.

נשלח: זונטאג מאי 28, 2017 10:37 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
והחי יתן אל לבו שטייט אויף דעם, דיספד יספדוהו וכו'. דער וואס גייט ביי יענעמ'ס לוויה, וועט האבן מענטשען ביי זיינס.

Re: בד''ה - הגה''צ רבי פישל הערשקאוויטש זצ''ל

נשלח: זונטאג מאי 28, 2017 10:48 pm
דורך טמיר
ער איז געווען זייער פארביסן אויף סאטמאר (מען זאגט וועגן ספינקא, אויב איך האב נישט קיין טעות), איז דער עולם געווען פארביסן אויף עם. למעשה יעדער זאגט אז ער איז געווען אן אדם גדול.

נשלח: זונטאג מאי 28, 2017 10:51 pm
דורך גאנצל
יא ס'איז געווען וועגן די מחלוקה פון סאטמאר מיט ר' אבישל ער האט דאס נישט געקענט מוחל זיין אזוי ווייט אז ער איז ברוגז געווען אויף הרב הצדיק רבי הערשלע פון ספינקא אז ער האט זיך געקענט איבערבעטן מיט סאטמאר

נשלח: זונטאג מאי 28, 2017 11:18 pm
דורך די קעניג פין אמעריקע
גראדע אויף די בילדער זעט דאס אויס ווי א גרויסע לוי׳

נשלח: מאנטאג מאי 29, 2017 1:50 am
דורך ליפא
בד"ה

ס'געווען א ריזיגע עולם אין בית המדרש.

אינדרויסן האט זיך אנגעזען א ריזיגע עולם פון סאטמארע חסידים און שיינע אידן, מער פון אנדערע (נישט קלוז"ב) חסידות'ער.

פון א''וו

נשלח: מאנטאג מאי 29, 2017 7:57 am
דורך די קעניג פין אמעריקע
זעט מיר אויס אז די וואס פארגינען נישט פאפא ווען זיי מאכן עפעס א איווענט. אט די זענען די זעלבע וואס פארגינען נישט דא ווען איינער האט זיך דערוואגט צו מאכן עפעס ביים פריץ אין שטאט.

נשלח: מאנטאג מאי 29, 2017 8:55 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
לאמיר דיר מסביר זיין. אפשטעלן גאסען, הענגען פלאקאטען אין די גאנצע שטאט, און דרוקען בלעטער פון בילדער אין צייטונג איז א פארדרייטע זאך צו טוהן, הן מטעם פאפא, סקווער, באבוב, וויזניץ, בעלזא און שפיטיווקע.
קומען צו א לויה פון א ת"ח איז א מצוה.

יחי ההבדל הגדול!

נשלח: מאנטאג מאי 29, 2017 9:50 am
דורך איש את רעהו
איינס פון די איידעמער ביים ספינקע רבי ר' הערשעלע זצ"ל זעהט מען אהן צווישן די מלווים.

נשלח: מאנטאג מאי 29, 2017 10:11 am
דורך ציבעלע-קיגל
בד''ה

נישט צו ח"ו פוגע זיין אין זיין כבוד, אבער יעצט גייט זיין א מחלוקת צווישען דער ליגענער (איד) און דער שקרן (בלאט) וויפיהל זענען געוועהן ביי זיין לוי'. און מסתמא ווייל די צוויי לשון הרע בלעטער זענען סאקמערע און ער האט געהאלטען פון דער עירוב גייען זיי איהם אוועק מאכען מיט א לעצטע בריקע... מעעעע עס איז אפי' נישט געוועהן קיין 1,000 מענטשען

נשלח: מאנטאג מאי 29, 2017 11:35 am
דורך berlbalaguleh
איך וועלל טון אזוי ווי בן אדם...! איך וועלל לאזן דעם עמוד ליידיג. און יהי רצון ווי גלייך כ'האב עפעס געשריבן. די מעלה פון דעם איז אז איעדער קען אריינטייטשן אין דעם ליידיגן עמוד וואס ער וויל...יהי רצון כאילו איך וואלט עס אליינס געשריבן. נאר ס'איז א ביסל צו שארף...!

נשלח: מאנטאג מאי 29, 2017 12:05 pm
דורך תנחום
ווען די לוויה איז אין ב"פ וואלט זיכער געוועהן א גרעסערער עולם. כ'וואונדער מיך פארוואס זיי האבן נישט אריבער געפירט די מיטה דארט

נשלח: מאנטאג מאי 29, 2017 12:27 pm
דורך berlbalaguleh
תנחום: דאנק גאט (אדער די טעראריסטן) אז מ'האט נישט אויסגעבראכן די שויבן ביי איהם אין הויז אדער אין זיין ביהמ"ד. ווילסטו נאך אז ס'זאלל זיין א גרויסער עולם. דאמאלס וואלטן דאך נשתנה געווארן די סדרי בראשית. אז אזעלכע באד יונגען ווי ישראל מעם און שיען בית פיהרן דאס קרעמל, קען נישט הערשן קיין נארמאלקייט...!

נשלח: מאנטאג מאי 29, 2017 3:44 pm
דורך איש את רעהו

Re: בד''ה - הגה''צ רבי פישל הערשקאוויטש זצ''ל

נשלח: מאנטאג מאי 29, 2017 10:28 pm
דורך טמיר
א חידוש פון א מעשה, פון א"וו!

כ'וועל פארציילן א מעשה (הגם כ'האב עס בתחלה נישט געוואלט שרייבן, אבער מ'דארף דאך עס ערגעץ שרייבן אז מ'זאל וויסן...) וואס רבי יעקב חיים אמסל ז"ל האט פארציילט אז ער איז דערביי געווען. די מעשה ווארפט אביסל א ליכט פארוואס ר' פישעלע האט געשפירט א התרחקות פון אנהייב אן אין סאטמאר, הגם ער איז געווען א עניו אמיתי וואס איז נישט בנמצא, און האט בכלל נישט געהאט קיין "שנאה" ווי מאנכע ווילן זאגן.

ר' פישל'ע ז"ל איז אריין צום רבי'ן זצ"ל נעמען "שלום" (און ווי ס'זעט אויס האט דער רבי זצ"ל אים נישט געקענט פון פארדעם), און דער רבי האט אים געפרעגט: אינגערמאן וואס טוט איר? האט ער גענטפערט: "אז איך לערן". האט דער רבי געזאגט אז ער זאל גיין זוכען עפעס ארבייט, ווייל מ'ברויך דאך טון עפעס. ע"כ המעשה.

און ר' פישעלע ברוב ענוותנותו האט גארנישט געזאגט פארן רבי'ן ווער ער איז, און אז ער איז געווען ראב"ד אין ראצפערט און רב אין האליין אא"וו.

ווי אויך האט זיך קיינער פון בית מדרש נישט געיאוועט צו גיין זאגן פארן רבין ווער ער איז.

ר' יעקב חיים האט זיך אלס מתאוננן געווען פארוואס ער איז נישט צוגעגאנען צום רבין זאגן אז דער 'אינגערמאן' קען יעדען תוס' פון ש"ס.

קאמענטארן זענען איבריג!
ע"כ פון א"וו

ויש ליישב אז די רבי האט געזען ברוח קדשו אז ער וועט מתיר זיין די עירוב!

נשלח: דינסטאג מאי 30, 2017 12:29 am
דורך שמעון וואלף
איש את רעהו האט געשריבן:
שמעון וואלף האט געשריבן: בראש וראשון איז די קשיא אויף די נישט-סאטמערע וומ"ס עולם וואס ביים עירוב האבן זיי אלע געטעהנ'ט אז ר' פישל איז מתיר און ער איז די גרעסטע פוסק אין שטאט. ווי זענען זיי געווען? פארוואס זענען זייערע תלמוד תורות און ישיבות נישט ארויסגעקומען געבן די פארדינטע כבוד אחרון?


זיי האבן זיך נישט געקריגט לכבודו פון רבי פישעלע, מען האט זיך באניצט מיט דעם וואס רבי פישעלע האט בעצם געהאלטן אז ס'פעלט נישט אויס די עירוב בכלל
די אלע האבן נישט געקעמפט לכבודו, זיי האבן מיט אים גארנישט געהאט.


איך קען נישט פארשטיין וואס די שרייבסט. ווער האט זיך נישט געקריגט לכבודו? און וואס מיינט אז "ר' פישעלע האט געהאלטן אז ס'פעלט נישט אויס קיין עירוב"?

נשלח: דינסטאג מאי 30, 2017 12:33 am
דורך תנחום
טמיר האט געשריבן:א חידוש פון א מעשה, פון א"וו!

כ'וועל פארציילן א מעשה (הגם כ'האב עס בתחלה נישט געוואלט שרייבן, אבער מ'דארף דאך עס ערגעץ שרייבן אז מ'זאל וויסן...) וואס רבי יעקב חיים אמסל ז"ל האט פארציילט אז ער איז דערביי געווען. די מעשה ווארפט אביסל א ליכט פארוואס ר' פישעלע האט געשפירט א התרחקות פון אנהייב אן אין סאטמאר, הגם ער איז געווען א עניו אמיתי וואס איז נישט בנמצא, און האט בכלל נישט געהאט קיין "שנאה" ווי מאנכע ווילן זאגן.

ר' פישל'ע ז"ל איז אריין צום רבי'ן זצ"ל נעמען "שלום" (און ווי ס'זעט אויס האט דער רבי זצ"ל אים נישט געקענט פון פארדעם), און דער רבי האט אים געפרעגט: אינגערמאן וואס טוט איר? האט ער גענטפערט: "אז איך לערן". האט דער רבי געזאגט אז ער זאל גיין זוכען עפעס ארבייט, ווייל מ'ברויך דאך טון עפעס. ע"כ המעשה.

און ר' פישעלע ברוב ענוותנותו האט גארנישט געזאגט פארן רבי'ן ווער ער איז, און אז ער איז געווען ראב"ד אין ראצפערט און רב אין האליין אא"וו.

ווי אויך האט זיך קיינער פון בית מדרש נישט געיאוועט צו גיין זאגן פארן רבין ווער ער איז.

ר' יעקב חיים האט זיך אלס מתאוננן געווען פארוואס ער איז נישט צוגעגאנען צום רבין זאגן אז דער 'אינגערמאן' קען יעדען תוס' פון ש"ס.

קאמענטארן זענען איבריג!
ע"כ פון א"וו

ויש ליישב אז די רבי האט געזען ברוח קדשו אז ער וועט מתיר זיין די עירוב!
אינטערעסאנט, כ'האב געהערט די זעלבע מעשה אויף מנשה הקטן פון אונגוואר. ער האט זיך באליידיגט אויפן רבי'ן און געגאנגען קיין קלויזענבורג. די מעשה שטימט מער אויף איהם

נשלח: דינסטאג מאי 30, 2017 12:52 am
דורך שמעון וואלף
די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:גראדע אויף די בילדער זעט דאס אויס ווי א גרויסע לוי׳



די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:זעט מיר אויס אז די וואס פארגינען נישט פאפא ווען זיי מאכן עפעס א איווענט. אט די זענען די זעלבע וואס פארגינען נישט דא ווען איינער האט זיך דערוואגט צו מאכן עפעס ביים פריץ אין שטאט.


די בילדער איז סתם ליצנות געמאכט פונ'ם עולם. נעם למשל די בילד
IMG-20170528-WA0156.jpg
IMG-20170528-WA0156.jpg (44.17 KiB) געזען געווארן 2953 מאל

דא האט מען גענומען די אינטערסעקשאן פון לי/היוז און עס אויסגעצויגן ס'זאל אויסקוקן ווי א גאנצע בלאק. די בילדער פון ביהמ"ד אינעווייניג האט קוקט אויס ווי די לענג איז לערך זיבן מאל אזוי גרויס ווי די ברייט. איך בין דארט געווען און מיטאמאל איין גאס איז געווען פיל (און דאס רעכענט שוין אריין די פרויען וואס זענען געשטאנען קעגן איבער די שול.) אמת, אסאך מענטשן זענען נישט געבליבן די גאנצע צייט און אוועק אינדערמיט בפרט ווען די קלויזענבערגע רב האט מאריך געווען בדרוש אבער עכ"ז איז געווען סאך א קלענערע עולם ווי איך האב מיך געראכטן. בפרט אז די וועטער איז געווען גאר איינגענעם צו זיין אינדרויסן און ס'איז אפילו געווען צוגעשטעלט בענקלעך אויף די גאס צו זיצן (וואס אסאך זענען געווען ליידיג.) ס'האט מיר זייער געבאדערט ווייל איך האב געהאלטן אז היינט צו טאגס איז שוין דער עולם מער אויפגעקלערט און מ'איז שוין אויפגעוואקסן די אמאליגע בעבישע מחלוקת'ן. איך האב נישט עקספעקטעט סאטמאר זאל פארמאכן די ישיבה און שיקן די עולם) אפשר די ארונים יא) אבער פאפא, סקווירא, וויזניץ, צעהלים, וויען, ווי זענען זייערע בחורים און קינדער געווען?

נשלח: דינסטאג מאי 30, 2017 9:14 am
דורך שבת אחים
איך פארשטיי נישט, וואס האט פאפא,צעהלים, וויען, וויזניץ, איינגעשטויסן מיט ר׳ פישלע??? זיי האבן אייגענע דיינים און רבנים, ער איז געוועהן א קלויזנבורג דיין, ער איז נישט געוועהן קיין אדמו״ר אדער כ׳ווייס וואס, ער איז געוועהן א גרויסע ת״ח, און נישט יעדער קען לויפן צו יעדע לוי׳. חוץ מזה אזויווי פליקער שרייבט ער איז קיינמאל נישט געקומען צו אנדערע חסידות׳ן, טא פארוואזשע דארף מען גיין צו אים?

מ׳האט אים לעצטענס געמאכט פאר א גאנצע רשכבה״ג...

נשלח: דינסטאג מאי 30, 2017 10:13 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ווען ער איז אן אדמו"ר דארף מען יא גייען? ער איז נישט זייער אדמו"ר?

נאר דער ענין איז, אז די אלע אויבענדערמאנטע קרייזען שפילען כאילו זיי פיהרען זיך עפ"י תורה, און ווען די תורה איז נישט אזא סתירה צו זייער באקוועמליכקייט, זענען זיי גרייט צו טוהן ווי די תורה הייסט. און די תורה איז שטארק מכבד א ת"ח, און דעריבער בלייבט עס א קשיא אויף זיי. וואס פארא סתירה צו זייער באקוועמליכקייט איז די לויה געווען?

נשלח: דינסטאג מאי 30, 2017 1:26 pm
דורך שבת אחים
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ווען ער איז אן אדמו"ר דארף מען יא גייען? ער איז נישט זייער אדמו"ר?

נאר דער ענין איז, אז די אלע אויבענדערמאנטע קרייזען שפילען כאילו זיי פיהרען זיך עפ"י תורה, און ווען די תורה איז נישט אזא סתירה צו זייער באקוועמליכקייט, זענען זיי גרייט צו טוהן ווי די תורה הייסט. און די תורה איז שטארק מכבד א ת"ח, און דעריבער בלייבט עס א קשיא אויף זיי. וואס פארא סתירה צו זייער באקוועמליכקייט איז די לויה געווען?



א אדמור איז היינט א פירער פון א קבוצה אידן, משא״כ א דיין, א שיינע איד אינערהאלב א קהילה, וואס איז קיינמאל נישט געגעאנגען צו אנדערע קהילות. ופשוט הוא.