בלאט 2 פון 2
נשלח: דינסטאג אפריל 17, 2018 8:57 pm
דורך berlbalaguleh
הרה"צ ר' יואל ראטה שליט"א האט אויך געהערט דעם זעלבן כרוז פונ'ם בת קול שיוצאת מהר חורב. אבער ליידער א סאך חשוב'ע ראשי ישיבות האבן עס נאכנישט דערהערט..."בכל יום ויום בת קול יוצאת מהר חורב ומכרזת ואומרת..."אוי להם לבריות מעלבונה של תורה"...!
Re: ישיבת "טייד" פאר בחורים אן קיין ישיבה
נשלח: דינסטאג אפריל 17, 2018 11:28 pm
דורך יהודי פשוט
berlbalaguleh האט געשריבן:הרה"צ ר' יואל ראטה שליט"א האט אויך געהערט דעם זעלבן כרוז פונ'ם בת קול שיוצאת מהר חורב. אבער ליידער א סאך חשוב'ע ראשי ישיבות האבן עס נאכנישט דערהערט..."בכל יום ויום בת קול יוצאת מהר חורב ומכרזת ואומרת..."אוי להם לבריות מעלבונה של תורה"...!
במחילת כבודך אבער ר' יואל ראטה האט בסך הכל דערהערט דעם זעלבן כרוז וואס רוב בנש"ק'ס הערן, אז מ'זאל זיין א רבי פאר חסידים, און יעדע בנש"ק האט זיין מהלך וויזוי ער פלאנט אנצוקומען דערצו, איינעם געלונגט עס בעסער און איינעם שוואכער, ר' יואל ראטה האט זיך אויסגעקליבן א אייגנארטיגער מהלך וואס קוקט אויס ווי ס'ארבעט געוואלדיג
Sent from my SM-G960F using Tapatalk
נשלח: מיטוואך אפריל 18, 2018 9:34 pm
דורך berlbalaguleh
יהודי פשוט: זיכער איז דא א טעם פארוואס ר' יואל ראטה'ס דרך ארבעט געוואלדיג. ער הייבט אויף אידישע נשמות. בבחינת לאוקימא שכינתא מעפרא...! דו האסט געזעהן זיין קליפ וויאזוי ער באקט מצות מיט זיינע בחורים...ער האט מכוון געווען צום דרך הבעש"ט הק'. נישט די רעבעס וואס עסן קוגל, און מאכן העוויות מיט די הענט מיט פארמאכטע אויגן. און טוען גארנישט למעשה פאר די צובראכענע אידישע קינדער. דעם אייבישטנ'ס קינדער. מיט וועמען מ'ווארפט זיך ארום. מיט'ן תירוץ אז זיי זוכן מצויינים שמצויינים. דערווייל איז נאך קיין איין גדול בישראל נישט אויסגעוואקסן פון דארט. אבער מ'האט שוין משפיל געווען א סאך אידישע קינדער. און ער הייבט זיי אויף...! ער פארדינט זיך א יעדעס ביסל כבוד און הערצה וואס ער באקומט. כאטש די נארישע, פארטעמפטע וויליאמסבורגע אידענע האט געשריגן ..."יאוילי ראוטה, מאח שעמוי"...!
נשלח: דאנערשטאג אפריל 19, 2018 8:32 am
דורך cictim
רעדן נחום תורה פאר יונגע בחורים, רופט זיך - משפיל געווען אידישע קינדער.