חסידים ביים רבין׳ס שמחה, וויפיעל איז אמת און וויפיעל איז..
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 923
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
- געפינט זיך: מידוועסט
- האט שוין געלייקט: 483 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 667 מאל
איך בין גאר שטארק באהאווענט אין ספרי תלמידי הבעש״ט ותלמידיהם ותלמידי תלמידיהם. איך בין אויך א רבישע אייניקל. מיט דעם אלעם ווייס איך נישט אפילו קיין איין מקור וואס זאגט אז א רבי מעג מבטל תורה זיין פון זיינע בחורים פאר די אייניקלס חתונה וואס איז שוין א דבר רגיל מדי שנה בשנה.
דער ערוגה״ב שרייבט אהן אין זיין צוואה ״הכנה דרבה״ אז זיינע אייניקלעך זאללען פארעהן צין א רבין וואס עס פארען צו עם א ציבור אידען און האלטען זיך צוזאמען. האועבער, דאס איז נאר אויף שבתות ויו״ט, חתונה פון א טאכטער פון א זוהן פאר טויזענטער בחורים מהליכי תיתי. דוכט זיך אז לויט די פריערדיגע אשכולות וועט מיר קיינער ניט חושד זיין אז איך בין א קנאי אדער סטמערער. איך בין באמת גאר א שטארקער אוהד פאר בעלז, לובאוויטש, סטאלין וכדו. אבל תורה הוא וללמוד אני צריך..

קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 889
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
- האט שוין געלייקט: 1566 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל
Re: חסידים ביים רבין׳ס שמחה, וויפיעל איז אמת און וויפיעל איז
אז דו פארשטייסט אז אויף א שבת מעג מען יא פארן, איז פארוואס פאר א חתונה נישט? דאס וואס ער קען זען ביים שבת טיש, קען ער אויך זען ביים חתונה טיש און צומאל מער. דאכט זיך אז דער רב איז מער אין די כלים בײ א חתונה ווי בײ א שבת טיש, בדרך כלל.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2184
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
- האט שוין געלייקט: 129 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 923
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
- געפינט זיך: מידוועסט
- האט שוין געלייקט: 483 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 667 מאל
די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:אויב גלייבסטו אין תורת הבעל שם ליין ווייטער וואס איך שרייב. אויב נישט דאן זעץ זיך עסן א שטיקל קאקאש קעיק בעסער ווייל די וועסט סיי ווי נישט פארשטיין וואס איך שרייב.
ע״פ תורת הבעל שם פארנעמט די אויבן אהן פון אידישקייט אין זיין מקושר צום רבי׳ן. צו ס׳איז ר' ישכר דוב פון ירושלים פאר א בעלזער חסיד. צו ס'איז ר' ישראל פון בני ברק פאר א וויזניצער חסיד צו ס׳איז ר׳דוד׳ל פון ראקלענד קאונטי פאר א סקווערע חסיד. נישט קיין חילוק צו זיי האבן גע'ירש'נט דאס רבנות פאסטן צו נישט. וואס ס'קאונט איז אז די חסידים האבן זיך געפיקט דער איד פאר א רבי נישט קיין חילוק פארוואס זיי האבן איהם געפיקט איז ער רבי. פאקט איז אז די אלע חסידים לערנען א דרך אין עבודת השם ביי די אויבן דערמאנטע אידן. אט דאס מיינט א רבי. דאס אז דו האלסט אז אין די פריערדיגע דורות זענען געווען גרעסערע רבי'ס מאכט זיי נישט אויס רבי. אין די פאקט וואס דו האלסט אז אין היינטיגע דור איז דא גרעסערע צדיקים ווי זיי מאכט זיי אויך נאך נישט אויס רבי. סך הכל אז דו האלסט אז אנדערע זענען גרעסער דאן גא עהעד פיק די אנדערע אלץ דיין רבי. דאס מאכט אבער נישט אנדערע אידענס טשויס אויס. אנדערע אידן זענען אינטייטלד צו האבן זייערע רבי'ס.
מען לערנט זיך עבודת השם? און אויב נישט פארמאכען זיי זייערע געשעפט. א נעכטיגן טאג! אלא מאי דער רבי דארף זיין ראוי לאותו איצטלא און אז נישט איז ער עתיד ליתן את הדין פארן פארפיהרען דעם עולם ווי די גמ' זאגט עליונים למטה ותחתונים למעלה. גראדע איז אויסגעקומען אז דער בעלזער רב שליט"א איז משכמו ולמעלה און פיט אריין אין גזע הצדיקים פון זיינע זיידעס אזוי ווי עס האט שוין אויסגעשמועסט דער בעל אורים ותומים דא אין ק"ש. אבער הא גופא קשיא, וויאזוי איז דאס מוצדק?
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 923
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
- געפינט זיך: מידוועסט
- האט שוין געלייקט: 483 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 667 מאל
מפוזרי האט געשריבן:אז דו פארשטייסט אז אויף א שבת מעג מען יא פארן, איז פארוואס פאר א חתונה נישט? דאס וואס ער קען זען ביים שבת טיש, קען ער אויך זען ביים חתונה טיש און צומאל מער. דאכט זיך אז דער רב איז מער אין די כלים בײ א חתונה ווי בײ א שבת טיש, בדרך כלל.
שבת און יו״ט זענען לכתחילה געגעבען געווארען להידבק בד׳ בתפילה בשירה ובזימרה. פארפאטשקענען א זמן אין ישיבה פאר בחורים וועגען א חתונה פון אן אייניקל איז א פשע לעניות דעתי.
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: חסידים ביים רבין׳ס שמחה, וויפיעל איז אמת און וויפיעל איז
קענסט מיטיילען וואס דער בעש"ט האט געזאגט, פון וואנעט ווייסטו אז ער האט עס געזאגט, און מיט וואס ביסטו איבערגעצייגט אז דאס פארען פאר א חתונה איז נכלל אין זיין ווערטער?
און פארוואס טאקע איז נישט קיין חילוק פארוואס זיי האבען געפיקט? ווען זיי האבען איהם געפיקט צוליעב זיין שיינע שטימע\כאריזמא\קענטעניס אין פאליטיק\אכצען דורות וכו׳, פארשטייסטו נישט אז דאס איז ביטול תורה? באלעמוטשעט צייט מיט כוחות אויף גארנישט? וואס איז דאס בנש"ק אנדערש פון די אלע דערמאנטע מידות?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk

The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3547
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5476 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל
תורה ומדע האט געשריבן:מפוזרי האט געשריבן:אז דו פארשטייסט אז אויף א שבת מעג מען יא פארן, איז פארוואס פאר א חתונה נישט? דאס וואס ער קען זען ביים שבת טיש, קען ער אויך זען ביים חתונה טיש און צומאל מער. דאכט זיך אז דער רב איז מער אין די כלים בײ א חתונה ווי בײ א שבת טיש, בדרך כלל.
שבת און יו״ט זענען לכתחילה געגעבען געווארען להידבק בד׳ בתפילה בשירה ובזימרה. פארפאטשקענען א זמן אין ישיבה פאר בחורים וועגען א חתונה פון אן אייניקל איז א פשע לעניות דעתי.
לא ניתנו שבתות וימים טובים אלא לעסוק בהם בדברי תורה (ירושלמי שבת טו, ג)
אמרה תורה לפני הקב"ה ריבונו של עולם, כשיכנסו ישראל לארץ, זה רץ לכרמו וזה רץ לשדהו, ואני מה תהא עלי? אמר לה: יש לי זוג שאני מזווג לך ושבת שמו, שהם בטלים ממלאכתם ויכולים לעסוק בך (טור או"ח רצ)
אלץ בקי בספרי תלמידי בעל שם, אפשר קענסטי צוצייכענען ווי זיי קריגן זיך אויף די מאמרי חז"ל
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 323
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 12:47 pm
- האט שוין געלייקט: 136 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 248 מאל
א יוד וואס באלאנגט צו א חסידות, ווען ער האלט ביי א שידוך, מוז דער רבי אויסהערן אלע הצאות, און ווען דער ריכטיגע קומט שוין, מוז דער רבי נעמען אויף זיך אחריות אז דאס איז טאקע די ריכטיגע. ווען דער שידוך איז שוין בשעה טובה געשלאסן געווארן, מוז דער רבי זיין מלא שמחה על גדותיו.
יעצט, ווען די רבי מאכט א שמחה פארוואס זאל דער חסיד נישט וועלן זיך מיטפרייען?? איינער וואס האט א רבי-חסיד רילעישנשיפ דארף נישט האבן קיין פראבלעם דאס צו פארשטיין.
די שאלה הייבט זיך אן ווען מען איז נישט צופרידן און א חסידות ווייל דער יורש בלאזט ארויס קוים האלבע ווערטער און די אינטערעסירסט דעם יורש ווי פאריעריגער קרויט.

One who does not see G-d everywhere does not see him anywhere
–The Rebbe of Kotzk
–The Rebbe of Kotzk
אייז קריעם האט געשריבן:א יוד וואס באלאנגט צו א חסידות, ווען ער האלט ביי א שידוך, מוז דער רבי אויסהערן אלע הצאות, און ווען דער ריכטיגע קומט שוין, מוז דער רבי נעמען אויף זיך אחריות אז דאס איז טאקע די ריכטיגע. ווען דער שידוך איז שוין בשעה טובה געשלאסן געווארן, מוז דער רבי זיין מלא שמחה על גדותיו.
יעצט, ווען די רבי מאכט א שמחה פארוואס זאל דער חסיד נישט וועלן זיך מיטפרייען?? איינער וואס האט א רבי-חסיד רילעישנשיפ דארף נישט האבן קיין פראבלעם דאס צו פארשטיין.
די שאלה הייבט זיך אן ווען מען איז נישט צופרידן און א חסידות ווייל דער יורש בלאזט ארויס קוים האלבע ווערטער און די אינטערעסירסט דעם יורש ווי פאריעריגער קרויט.
עס איז אזא ידידות אזא. איך הער. דאס האט נישט מיט די בעש''ט און חסידות קיין שייכות די ליטוואק מיט זיין ראש ישיבה אויב האט ער א רילעשנשיפ מיט עם און שמועסט זיך אדורך מיט עם אלעס א וודאי פרייט מען זיך מיט.
די שאלה איז אויף די 'סיסטעם' אז יעדער גייט, מ'דארף עס לאזן נאטורליך אז ווער עס האט די סארט פריינדשאפט צו די רבי דער קומט אלס א פריינד. וכ''ש די בחורים דארף מען נישט לאזן קומען.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1702
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
- האט שוין געלייקט: 253 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל
וואס גייט דא פאהר? דאס ביסל כשר אינטערטעימענט פאר אינזערע בחורים ווילן ענק אוועק נעמען?
בחורים היינטיגע צייטן דארפן מער אינטערטעימענט אין אויב איז עס ביים שטיין אין טאנצן ביי א שמחה, בכבוד גדול! אז נישט וועלן זיי טרעפן אנדערע זאכן וואס זיך צו אינטערטעינען אין ס'וועט נישט טויגן! וועם גייט אן צו ער פריידט זיך באמת צו נישט?!

דוד בן ישי עבדך משיחך
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1702
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
- האט שוין געלייקט: 253 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל
בנוסף צו דעם איז פונקט ווי מ'פארשטייט היינט אז ס'גיט צו נעמען בחורים אויף א שבת התוועדות כאטש ס'מאכט א שטיקל ביטול תורה די פאר טעג פריער ביים זיך גרייטן אין מאכן די פלענער אין אפאר טעג דערנאך, לוינט זיך עס ווייל די בחורים בארימען א boost וואס האלט זיך לענגער.
די זעלבע זאך חסידישע בחורים באקימען א boost נאך א געשמאקע לעבעדיגע שמחה אין די קהילה.
די זעלבע זאך חסידישע בחורים באקימען א boost נאך א געשמאקע לעבעדיגע שמחה אין די קהילה.
דוד בן ישי עבדך משיחך
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1702
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
- האט שוין געלייקט: 253 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל
בכלל האלט איך אז די חסידות'ן ווי די בחורים זענען באשעפטיגט פאר אפאר וואכן מיטן צוגרייטן שיינע זאכן פאר די רבי'ס שמחה קען צומאל זיין א גרויסע ישועה פאר די בחורים אין ישיבה וואס האבן נישט די נערווען צו זיצן אגאנצן טאג איבער די גמרא, חוץ וואס דאס האלט זיי באשעפטיגט, קען עס אמאל אויך שטארק העלפן די מער שוואכערע וואס ביים זיצן ביי די גמרא פוהלן זיי זיך צוקלאפט אין צובראכן אז קיינער אנערקענט זיי נישט, דא האבן זיי א געלעגנהייט צו ווייזן זייער שטארקייטן אין צומאל ספעציעלע טאלאנט אין דאס קען זיי מורא'דיג דערהייבן, אזוי אויך איז עס גיט אז די בחורים לערנען זיך אויס צו בויען וכו' אין אפשר וועט עס זיי צוניצקימען נאך די חתונה.
עכ"פ איך מיין אז נישט קיין נפק"מ ווי שטארק די חסידים פרייען זיך באמת מיט זייער רבי'ס שמחה נאכאלץ איז דא געניג גיטע זאכן וואס קענען ארויס קימען דערפון.
עכ"פ איך מיין אז נישט קיין נפק"מ ווי שטארק די חסידים פרייען זיך באמת מיט זייער רבי'ס שמחה נאכאלץ איז דא געניג גיטע זאכן וואס קענען ארויס קימען דערפון.
דוד בן ישי עבדך משיחך
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: חסידים ביים רבין׳ס שמחה, וויפיעל איז אמת און וויפיעל איז
אקעי, מ׳האלט שוין ביי נאך א שיטה. דאס האט שוין נישט מיט׳ן בעש"ט צו מיט חסידות, נאר פראקטיש צוטוהן מיט די בחורים׳ס נויטען.
אינטרעסאנט איז, אז דער אויבישטער האט געשיקט קינדער לויט די בחורים׳ס נויט. יארען לאנג האט דאס נישט אויסגעפעלט, און פלוצלונג ווען יא, האט הרה"צ פראדוצירט דער נויטיגע סחורה. סקווער האט שוין גענויט אין דעם פריער, וראה זה פלא, ס׳איז שוין געווען אייניקלעך אוועילעבעל.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
אינטרעסאנט איז, אז דער אויבישטער האט געשיקט קינדער לויט די בחורים׳ס נויט. יארען לאנג האט דאס נישט אויסגעפעלט, און פלוצלונג ווען יא, האט הרה"צ פראדוצירט דער נויטיגע סחורה. סקווער האט שוין גענויט אין דעם פריער, וראה זה פלא, ס׳איז שוין געווען אייניקלעך אוועילעבעל.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 323
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 12:47 pm
- האט שוין געלייקט: 136 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 248 מאל
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 923
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
- געפינט זיך: מידוועסט
- האט שוין געלייקט: 483 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 667 מאל
שמעון וואלף האט געשריבן:תורה ומדע האט געשריבן:מפוזרי האט געשריבן:אז דו פארשטייסט אז אויף א שבת מעג מען יא פארן, איז פארוואס פאר א חתונה נישט? דאס וואס ער קען זען ביים שבת טיש, קען ער אויך זען ביים חתונה טיש און צומאל מער. דאכט זיך אז דער רב איז מער אין די כלים בײ א חתונה ווי בײ א שבת טיש, בדרך כלל.
שבת און יו״ט זענען לכתחילה געגעבען געווארען להידבק בד׳ בתפילה בשירה ובזימרה. פארפאטשקענען א זמן אין ישיבה פאר בחורים וועגען א חתונה פון אן אייניקל איז א פשע לעניות דעתי.
לא ניתנו שבתות וימים טובים אלא לעסוק בהם בדברי תורה (ירושלמי שבת טו, ג)
אמרה תורה לפני הקב"ה ריבונו של עולם, כשיכנסו ישראל לארץ, זה רץ לכרמו וזה רץ לשדהו, ואני מה תהא עלי? אמר לה: יש לי זוג שאני מזווג לך ושבת שמו, שהם בטלים ממלאכתם ויכולים לעסוק בך (טור או"ח רצ)
אלץ בקי בספרי תלמידי בעל שם, אפשר קענסטי צוצייכענען ווי זיי קריגן זיך אויף די מאמרי חז"ל
עיין בסידור היעבץ ובגמ׳ מגילה יב.
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1702
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
- האט שוין געלייקט: 253 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל
ווי איך האב שוין געשריבן האב איך נישט גענימען קיין צד דא צו דאס איז יא אדער נישט יודישקייט אדער חסידות אדער סתם א סקעם, איך זאג איין זאך דאס איז זיכער גיט פאר די בחורים.
די עולם דא קען ווייטער דורכטוהן די נושא אבער איך מיין לגבע מיין נקודה וואלט בעצם יעדער אין קאווע שטיבל צוגעשטימט, וואס הייסט היינטיגע בחורים קענען נישט זיצן אזוי לאנג איבער די גמרא, לערן זיי עפעס אויס, געב זיי וואס צו טוהן פאר זיי טרעפן אליינס...אבער וויבאלד מ'רעדט דא קעגן חסידות'ן וויל נישט יעדער צושטימען צו מיר ווייל דאס הייסט אז מ'זאגט די רבי'ס טוהן יא גיט...איז ממילא בין איך מגלה דעת אז איך נעם נישט קיין צד לכאן או לכאן איך ברענג פשוט ארויס א נקודה אז ס'קימט ארויס א גיטע זאך דערפון.

- איש חזון
- היימישער באניצער
- הודעות: 528
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 2:02 pm
- האט שוין געלייקט: 612 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 388 מאל
איך האב נישט קיין עיר קאנדישאן האב איך נישט געקענט דורכלעזן דעם גאנצן אשכול, אבער תמיהני על @תורה ומדע, ווייסטו דען נישט אז בעלזער חסידים שפירן פשוט א געוואלדיגע אהבה און נאנטקייט צו זייער גרויסע פאטער? און יא, ווען א טאטע מאכט חתונה, גייט מען (איך בין גראדע נישט דארט).
(און ליהוי ידוע, אז די מתמידים שביניהם נוצן אויס די צייט, זייט נישט באזארגט, און די המון עם, איז דאך פאר זיי א טובה צו זיין פארנומען מיט דעם, שמחה דקדושה מיט התעוררות נורא נוראות, איידער ווי מיט אנדערע זאכן).

וקרב פזורינו מבין הגויים
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 923
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
- געפינט זיך: מידוועסט
- האט שוין געלייקט: 483 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 667 מאל
מסכים, אבער דאס איז אויפן חשבון פון לערנען, און בחורים וואס האבען קוים צוויי יאהר אין ישיבה (וואס דאס איז א באזונדערע שמועס, וויאזוי חסידישע בחורים זענען אין זייער לעבען נישט טועם דעם אמתע טעם פון לערנען אין א ״ישיבה״), הרגנען אוועק דעם זמן פארדעם אז דער רבי מאכט חתונה אן אייניקל. דער רבי איז נישט קיין טאטע פאר די בחורים, אפשר פאר זייערע טאטעס. פאר די בחורים איז ער אן עובד השם וואס דינט דעם באשעפער 24 שעות א טאג. נו וואס האט דאס מיט דער חתונה?
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
- איש חזון
- היימישער באניצער
- הודעות: 528
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 2:02 pm
- האט שוין געלייקט: 612 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 388 מאל
תורה ומדע האט געשריבן:דער רבי איז נישט קיין טאטע פאר די בחורים
לא הבנתי, אבער איך בין מסכים אז מען קען זיך טאקע וואונדערן אויף די אלע געפארעכצער וואס ברענגט צו ביטול תורה (וויאזוי האט דער רב געזאגט אמאל ביי לאו''ב כ''א מנ''א, חסידים זאגן אז סיפורי צדיקים איז ווי לימוד התורה, אבער א תלמיד חכם ווערט מען נישט פון דעם... ליטוואק, געב א לייק), אבער כמובן אז דאס איז א קשיא אויפ'ן רב זעלבסט, ונראה ברור דס''ל דביטולה זו קיומה, ויש להתבונן בשיטתו, אבל ברור שזו שיטתו, און איך געדענק גוט ווי מיינע חברים די מתמידים האבן גוט אויסגענוצט די צייט.
וקרב פזורינו מבין הגויים
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
הייסט עס כאילו מען דארף פארענטפערן די קרעפ ווייל אויב נישט וועט מען אויפהערן מיט דער גאנצע משוגעת
היינטיגע חסידות און היינטיגע ליטאים האבן גארנישט מיט תורה, הויך צייט אז די וויכוחים זאלען זיך סטאפען.
היינטיגע חסידות און היינטיגע ליטאים האבן גארנישט מיט תורה, הויך צייט אז די וויכוחים זאלען זיך סטאפען.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום געוואלדיג, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
סיבה: פארמעקט פערזענליכע אטאקע
סיבה: פארמעקט פערזענליכע אטאקע
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!