בלאט 2 פון 2
נשלח: מיטוואך יולי 05, 2017 9:29 pm
דורך איש את רעהו
berlbalaguleh האט געשריבן:אבער דער וואס ערלעדיגט עס נישט. און ער פייפט אן ארעסטירט מען. איז וואס איז דא דער געשריי. גיי ערלעדיג די פאפירן און פטור אן עסק.
רבי יעקב מאיר שליט"א רבי געציל שליט"א וואס הייסען מחזק זיין די בחורים
זענען נישט בארעכטיגט צו זייער דעה ?
זיי האלטן אז מען דארף יא געבן שטיצע און פארשטיין די סארט אידן,
אשרינו אז מהרא'ס נעגל זענען געבליבן שטעקן ביים בעל עגלה און נישט אלע זענען משועבד דערצו.
Re: תכלית - יא גזירת גיוס אדער נישט?
נשלח: מיטוואך יולי 05, 2017 9:33 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דיין טאלאנט צו פארדרייען די נושא איז עפעס אומגלויבליך. דו דארפסט זיך פארמעסטען אין America's got talent.
ווי קומט עס אריין? מה ענין שמיטה אצל הודו נאנאש? ר׳ געציל האט פארשאפען א קשיא, א פירכא, א מציאות? וועלכע פאקט איז יעצט אנדערש צוליעב דיין name droppings (pun intended)?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: מיטוואך יולי 05, 2017 9:44 pm
דורך berlbalaguleh
ליטוואקן פון בודאפעסט:איך געדענק ווען ס'איז געווען די גזירת גיוס דא אין אמעריקע אין די מיטלע '60'ער יארן. ביי די וויעטנאם מלחמה. האט מען אויכעט געגעבן א פטור אדער א דיחוי פון מיליטער פאר ישיבה בחורים.איז געווען עטליכע קעיסעס וואו אזוי-גערופענע ישיבה בחורים זענען געגאנגען אין לשכת הגיוס. און דארט איז געווען א ראביי וועלכער האט זיי פארהערט. געפרעגט וואו זיי האלטן אין לערנען. און געטרייט צו שמועסן אין לערנען. און א סאך זענען טאקע אדורכגעפאללן...!
נשלח: מיטוואך יולי 05, 2017 9:59 pm
דורך קורקלענד
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן: דאס איז נישט קיין גזירה, נאר אן איבערלעבעניש, אזוי ווי טרעפיק אויף דער בי. קיו. אי.
טראפיק אויף די בי.קיו.אי. איז נישט נאר אן איבערלעבעניש נאר אויך א גזירה.
אן איבערלעבעניש קען אויך קוואליפיצירן אלס גזירה אונטער די ריכטיגע אומשטענדן.
Re: תכלית - יא גזירת גיוס אדער נישט?
נשלח: דאנערשטאג יולי 06, 2017 5:35 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ריכטיגע אומשטענדען מיינט ווען מ׳האט שוין לאנג נישט געהאט קיין גזירות אפצווארפען, און מ׳דארף עפעס טוהן פאר׳ן חרון אף?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: דאנערשטאג יולי 06, 2017 8:44 pm
דורך התם ומתמם עם תמימים
נישט דא קיין גזירות גיוס
אין פערטיג
האקסט ווייניגער אין קאפ אריין