בלאט 2 פון 8
נשלח: דינסטאג יוני 20, 2017 12:35 am
דורך קאווע טרינקער
איש את רעהו, אויב זוכסטו דאקומענטען אז שביעי של פסח ב' אלפים תמ"ח איז נישט געווען קיין ניסים, כ'קען דיר העלפן דאס שאפן.
נשלח: דינסטאג יוני 20, 2017 12:49 am
דורך סמבטיון
זאגסט דאך אזוי גוט קאווע טרינקער. האסט עס גענאגעלט!
נשלח: דינסטאג יוני 20, 2017 6:49 am
דורך [NAMELESS]
איך זעה די עולם האט נישט געליינט די וואונדערליכע ספר עת נסיון פון החכם הגאון ר' ישראל יצחק דאמב זצ''ל
נשלח: דינסטאג יוני 20, 2017 6:51 am
דורך [NAMELESS]
קאווע טרינקער האט געשריבן:איש את רעהו, אויב זוכסטו דאקומענטען אז שביעי של פסח ב' אלפים תמ"ח איז נישט געווען קיין ניסים, כ'קען דיר העלפן דאס שאפן.
ביסט אינגאנצן צורידערט? נניח עס איז געווען השגחה עליונה אויף זיינע זינדיגע קינדער ווי ביי 9/11 אויף די חברה הצלה, ביסט עס מדמה צו קריעת ים סוף??
ביטע אלעס האט א שיעור.
Re: MAY 26 1967 זאגט די CIA פון פאראויס גרויסע נביאות .....
נשלח: דינסטאג יוני 20, 2017 6:58 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
די סאטמארער האבען געמאכט א נושא פון גארנישט.
א. האבען די אראבער געוואלט אויסשחט׳ן אלע אידען אין א"י דעמאלס?
ב. זענען די אידען געראטעוועט געווארען דערפון?
ג. ווען די אראבער וואלטען געוואונען (ח"ו היל"ת וכו׳), וואלט עס געווען בדרך הטבע?
יעדער רעכטדענקיגע מענטש ווייסט אז די תשובה צו אלע שאלות איז יא. און הגם אנדערע גלויבען אז עפעס א געטשקע האט געפועל׳ט דער ישועה, אידען ווייסען אז אפס בלתך גואלנו און דער אויבישטער האט געראטעוועט זיין פאלק דורך א מלחמה, און נישט אלע זעלנער האבען אפגעשוירען זייער ביי - האר און ס׳האט נישט אפגעשטעלט דער ישועת ה׳.
ליידער, איז דער ישועה שפעטער פארוואנדעלט געווארען פאר א שטיקל פראבלעם, אבער היפלא מה׳ דבר, און מיר דאווענען פאר ווייטערדיגע ישועות פון דער וואס האט געשיקט דער פריערדיגע.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: דינסטאג יוני 20, 2017 8:53 am
דורך diff
עמעזאן האט געשריבן:איך זעה די עולם האט נישט געליינט די וואונדערליכע ספר עת נסיון פון החכם הגאון ר' ישראל יצחק דאמב זצ''ל
מדי דברי בו


נשלח: דינסטאג יוני 20, 2017 12:07 pm
דורך berlbalaguleh
דיףף: ייש"כ. ס'איז א דבר ידוע אז דער דאמב פון לאנדאן איז אייביג געווען דרכו להזיק. ער האט מער שאדן געמאכט פאר סאטמאר ווי סיי ווער. חוץ דעם וואס ער האט גערעדט און געמאכט ליצי ליצנות פון אלע ערליכע אידן. אריינגערעכנט דעם תולדות אהרן רבי, ר' אברהם יצחק הכהן זצ"ל. און ער אליינס האט געהאנדלט מיט צלמים. דער קדוש וטהור וואס קיינער איז נישט געווען גענוג פרום און ערליך פאר איהם. זיינע אנהענגערס פארענטפערן עס אז עפ"י הלכה איז מותר צו האנדלען מיט צלמים אויך. אבער, לאמיר זיך נישט נארן. ווען א גוי'אישער קאסטומער איז אריינגעקומען צו איהם אין געשעפט און געוואלט קויפן א גאלדענעם צלם פאר זיין גוירלפריענד האט דער צאדיק ארויסגענומען דעם צלם פון באקס און געשפיגן אויף דעם און געגעבן א ווארף אויפ'ן פלאהר. און געשריגן פוי. דא האסטו דעם פארשטינקענעם, טמא'נעם צלם...!אדער, ער האט עס ארויסגענומען איידלערהייט פונ'ם באקס און געוויזן פאר זיין קאסטומער עטליכע צלמים פון פארשידענע סייזעס. אבער דער תולדות אהרן רבי און אנדערע ערליכע אידן זענען נישט געווען גענוג גוט פאר איהם. יא. זיי קומען אויף מיט די מעשיות אז ער איז געווען א גרויסער בעל מכניס אורח. מי ביקש זאת מידו. איך וואלט זיכער נישט איינגעשטאנען ביי אזא פאררוקטן רוח אין הויז. אפילו ווען איך דארף ענדערש שלאפן אין א ביהמ"ד...!
נשלח: דינסטאג יוני 20, 2017 12:35 pm
דורך גאנצל
היינט האבן זיי געווער ווייס איך אמאל האבן זיי גארנישט געהאט קעגן וואס די איזרעיליס האבן געהאט און היינט וואלטן די איזרעיליס קיינמאל נישט אנגעהויבן אזוי שנעל א קריג און זיכער וואלטן אזוי שנעל נישט גענדיגט........ און נישט ווייל איך פריי מיך אדער איך געב לחחים אין ראדני דעס איז שטותים קומט נישט דא אריין סאטמאר רב האט גראדע געוויינט אויף יעדן חיל וואס איז געשטארבן אין די מלחמה כנגד התורה
איך זעי דא גארנישט מער מיט וואס די אנטי סאטמאר זענען אויפגעקומען אקעגן סאטמאר ס"ה א דאקומענט קעגן א דאקומענט מיין ווארט דיין ווארט
נשלח: דינסטאג יוני 20, 2017 2:05 pm
דורך גאלד
לעבעדיגע עדות פון ראבערט מעקנעמער, אמעריקאנער פארטיידיקונגט מיניסטער אונטער פרעזידענט לינדען דשאנסאן"דאן - [הארט איידער די מלחמה] - האבן מיר געהאט דורכגעפירט 3 זעלבסשטענדיקע אפשאצונגען וואס דער אויסקום וועט זיין אין פאל פון א מלחמה צווישן איזראעל מיט עגיפטן, אלע 3 האבן געוויזן אז אן קיין שום ברעקיל ספק אז איזראעל וועט זיגן, איך דענק אז מיר האבן געשאצט אז אויב איזראעל וועט אטאקירן קודם, וועלן זיי זיגן אין 7 ביז 10 טאג, אויב ווידער איזרעאל וואלט געדארפט אפשלאגן א עגיפטישער אטאקע וואלטן זיי געזיגט און 14 טאג."
איר הערט ווערטער?!
דאס איז פונעם אמעריקאנער דיפענס מיניסטער, נישט קיין סאטמארע חסיד, ער זאגט עס אזוי לפי תומו.
קאמענטארן זענען גענצליך איבריג!!!
#הרבימסאטמארצודק
נשלח: דינסטאג יוני 20, 2017 3:00 pm
דורך diff
למנ"מ, וואס וויל מען דא ארויסברענגען. אז מ'דארף א מדינה
נשלח: דינסטאג יוני 20, 2017 4:32 pm
דורך איש את רעהו
סמבטיון האט געשריבן:איך האב נישט קיין ספק אז אויב וואלטן די אראבער געווינען ח"ו, וואלט מען לכאורה געטיילט לעקעך און בראנפן אין ראדני.
איר זענט אינגאנצען אףף טרעק איר הייבט נישט אן צו וויסן די סאטמארע צוגאנג
אז די זאגסט עס אויף די מתחברים לערביים הער איך
אבער אויף סאטמאר? ?
אייער בלינדע שנאה און וואנזיניגע אויסברוכן קומען פון אי ידיעה.
נשלח: דינסטאג יוני 20, 2017 4:45 pm
דורך איש את רעהו
קאווע טרינקער האט געשריבן:איש את רעהו, אויב זוכסטו דאקומענטען אז שביעי של פסח ......
איר זענט פאריקעט טאטעלי
ביי אייך לייקענען א פסוק חומש איז נעבעך איינס געווארן מיטן קעמף וואס פרייע חברה האבן קעגן גוי'אישע שכנים
כ'האף אייערע בעלזע חברים דא האלטן מיט ווי מען האט אייך געפיטערט הבל.. און דער ויהבלו שפעטיגט נישט צו גרייכן איר ציל
חבל אויף אזא ווינקעלע וואס מיט איר איז געשעהן.
נשלח: דינסטאג יוני 20, 2017 4:50 pm
דורך איש את רעהו
diff האט געשריבן:למנ"מ, וואס וויל מען דא ארויסברענגען.
אז מען קען פארקויפן פון א.ג. הייליגע אז די פרייע אומגלויביגע באקומען אותות ומופתים פון הימל
אין צייט וואס גויאישע קעפ האבן פאראויסגעשאצט די גרויסארטיגע נסים..
דאס איז פארקויפט א תבנית שור וואס עסט גראז פאר תמימישע מענטשן.
Re: MAY 26 1967 זאגט די CIA פון פאראויס גרויסע נביאות .....
נשלח: דינסטאג יוני 20, 2017 4:58 pm
דורך קל וחומר
מ'בעט נישט צו רופן אנדערע ניקים מיט שאנד-נעמען, אפילו אויב מ'איז זייער עקסייטעד און מ'האלט דעם שפיזיגן ענטפער מיט א פעסטקייט.
יעצט לעניין, מיר האט מען אויסגעלערנט אז אלעס איז ניסים, על כל נשימה ונשימה תהלל קה זאגן חז"ל.
יעצט פארוואס זענען געוויסע אזוי אויסן צו זאגן אז ס'נישט געווען קיין ניסים? ווייל טאמער יא וועט חלילה אויסקומען אז די שיטה וועט חלילה אפגעשוועכט ווערן. גלייבט מיר אויפן ווארט, די שיטה איז שוין אדורך געגאנגן סך שווערערע ניסיונות און דאך האלט זיך עס אייזן פעסט. עכ"כ אז ס'קען זיין געוויסע וואס וועלן נישט האבן קיין פראבלעם זיך צו דרייען אויף אזא אויפגעקלערטן זייטל ווי ק"ש יומם ולילה, און דאדורך דעם עובר זיין אויף אלע רבני סיסטעמינו, און אן קיין בושה באשילדיגן א איד וואס שוויצט און טוט אויף פאר אידישקייט (אן קיין פראטעסטן), אלס א מתחבר לרשעים. (מיט אן אשכול מיוחד כמובן, אן אפילו ברויכן גרינדן אן אשכול אויף אנצופרעגן צו עס מעג געעפנט ווערן אן אשכול דערויף).
נשלח: דינסטאג יוני 20, 2017 5:08 pm
דורך איש את רעהו
קל וחומר האט געשריבן:
יעצט פארוואס זענען געוויסע אזוי אויסן צו זאגן אז ס'נישט געווען קיין ניסים?
הער די ניקי בית בעלזא ווי הייליג די נסים איז נאך עד היום, מען טאר ניטאמאל קלערן אז עס קען אנדערש זיין
איז וויכטיג צו וויסן אז דאס איז בסך הכל פארקויפטע לאקשן
Re: MAY 26 1967 זאגט די CIA פון פאראויס גרויסע נביאות .....
נשלח: דינסטאג יוני 20, 2017 5:12 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דיפפ האט ארויס געברענגט א פיינעם פאוינט. טאמער דער זעקס טאגיגע מלחמה איז געווען נסים, פעלט נישט אויס קיין מדינה. נסים דארפען נישט קיין מדינה.
נאר דער סאטמארער שיטה אז בדרך הטבע האט דער מדינה געברענגט א ישועה, דארף מען ערשט א מדינה.
אגב אורחא, איך הער א שמועה אין מקוה אז מ׳האט טעראריזירט דער CIA ארויסצוקומען מיט דער רעפארט.
#justsaying
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: דינסטאג יוני 20, 2017 5:16 pm
דורך סמבטיון
איש, עס זעט מיר אויס אז אייער בלוט דרוק איז ארויף מיט אפאר שטאפלען. אפשר פארשטיי איך טאקע נישט די סאטמערע ציגאנג צי די זאך, איך ווארט שוין לאנג איינער זאל מיר ערקלערן דע ציגאנג צו די מדינה, און דער שנאה צום ארץ אשר עיני אלוקיך בה.
Re: MAY 26 1967 זאגט די CIA פון פאראויס גרויסע נביאות .....
נשלח: דינסטאג יוני 20, 2017 5:28 pm
דורך קל וחומר
https://youtu.be/IjIsX47zGDkזוך אביסל ארום פאר נאך.
צענליגע חיילים חילונים האבן חוזר בתשובה געווען א דאנק די ניסים גלויים וואס זיי האבן געזען מיט זייערע אויגן, אפשר קענסטע זיי מסביר זיין פארוואס ס'נישט געווען קיין ניסים (ברענג זיי דעם נביאה פונעם CIA) וועלן זיי קענען צוריק ווערן ציונים.
ווי אויך קענסטע קוקן אינעם ספר הקדוש פון הגר"מ כשר ז"ל 'התקופה הגדולה', פאר נאך ניסים וואס חיילים האבן דערציילט.
נשלח: דינסטאג יוני 20, 2017 5:46 pm
דורך גאלד
איך פארשטיי באמת נישט אויב ע"פ דרך הטבע וואלטן די ציונים נישט געקענט געווינען וואלטן די הויפט גענאראלן און שפיאנען דאס פארשטאנען די בעסטע מער ווי די סתם המון, זיי האבן דאך גוט געוויסט וואס עס ערווארט זיי, ולפלא נישט משה דאיאן נישט יצחק ראבין נישט לוי אשכול קיינער אין גם אחד איז בייגעפאלן צו חוזר בתשובה זיין.
אלא מאי די גאנצע ניסים בעלאני איז געווען א קארדענירטע פעיק ניוס דראמא צו ווארפן זאמד אין די אויגן פארן עולם גולם,
נשלח: דינסטאג יוני 20, 2017 5:52 pm
דורך סמבטיון
אזויפיהל שטותים צאם צו רעדן אין אזא קורצע תגובה, קענסט פליז פאר א צירקע מענטיקעלע ארויסקריכן פון דיין ראדני באקס? דו ווייסט וויפיהל קעמפער און הויך ראנגיגע צה"לניקעס זענען געווארן בעלי תשובה א דאנק די מלחמה?
נשלח: דינסטאג יוני 20, 2017 5:54 pm
דורך גאלד
ניין איך ווייס נישט, דו ווייסט אפשר?
נשלח: דינסטאג יוני 20, 2017 5:59 pm
דורך גאלד
ס'אזוי אמת ווי רחל אמינו האט זיך באוויזן אין עזה, איינער געדענקט נאך דאס? די פאנטאזיעס וואס די ציונים פאנטאזירן איז ממש א געלעכטער
נשלח: דינסטאג יוני 20, 2017 6:07 pm
דורך סמבטיון
און אז איך וועל דיר זאגן נעמען וועסטו דען טוישן דיין מיינונג?
סעדא אן א שיעור דאקעמענטעריס וואס דו קענסט וואטשן אין זעהן ווי חיילים פארציילן ניסים גלייום ממש, אז דו ווילסט הערן א רשומה פון נעמען קענסטו פרעגן אביחי כהן, אויב האסטו שוין אמאל געהערט פון אים, ער אליינס איז געווען א הויכע מפקד אין צה"ל, ער האט אמאל געגעבן א שיינע דרשה וועגן יענע זמנים.