שוין ווידער.. ארעסטס אין לעיקוואוד

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: שוין ווידער.. ארעסטס אין לעיקוואוד

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

יא, אין 2015 האט ער געווארענט, און אלע ארעסטס זענען פאר מעשים ביז 2014.
ס׳איז צו באשטוינען ווי מ׳קען ארייננער׳ן דער עולם מיט אמת׳ער נייעס, וואס איז פולקאם שקר. ומכאן יקיש צו אלע גיוס נייעס אין א"י וכדו׳. יא, ס׳איז אמת, אבער שקר נאכאלס.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ליטוואק פון בודאפעסט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

נישט אז פאר פראודסטערס פון 2014 קומט זיך נישט קיין שטראף. אבער טאמער מען האט איינעם געווארענט און ער האט ממשיך געווען צו גנבנען זאל ער שיינערהייט זיצן און זיך נישט מאכן פאר א רחמנות.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: שוין ווידער.. ארעסטס אין לעיקוואוד

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך אויך האט געשריבן:נישט אז פאר פראודסטערס פון 2014 קומט זיך נישט קיין שטראף. אבער טאמער מען האט איינעם געווארענט און ער האט ממשיך געווען צו גנבנען זאל ער שיינערהייט זיצן און זיך נישט מאכן פאר א רחמנות.

דו האסט א פראבלעם מיט ליינען? ווער האט געטוהן נאכ׳ן ווארענען?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

איך אויך האט געשריבן:כ'האב געזעהן ברענגן אז די גאווערמענט האט עטליכע יאר צוריק עמטליך געווארנט (וואס איז אנדערש ווי געווענליך ווי די רעגירונג זוכט דווקא איינצומיירן כידוע) די קאמיויטי לידערס אז מען זאל אנזאגן דעם עולם זאל סטאפן די פראודס. אויב דאס איז אמת זאלן די חברה פיין זיצן.

אה''נ אז די שווארצע און מעקסיקאנער דארפן אויך זיצן אבער דאס זאלן זיי דיסקאסירן אין זייערע ק''ש, דא רעדט מען בנוגע היימישע אידן גנבים.

איך אויך: ווען א איד מיט א גרויסע משפחה שרייבט אריין א ביסל ווייניגער ווי ער פארדינט, כדי צו באקומען שטאטישע הילף, הייסט ער נאכנישט קיין גנב. ווייל זייערע סעטנדערדס זענען זייער שטארק אומרעאליסטיש. אבער דאמאלס דארף מען לעבן באשיידן. און ווען דער זעלבער מענטש לעבט א לוקסוס'דיגן לעבן מיט אלע תענוגי והבלי עוה"ז. און מ'שטופט אדורך גרעסערע סכומים אויף סיי וואספארא אופן, און זיי כאפן. איז מען זיך אליינס שולדיג. די שיקריות'דיגע און רשעות'דיגע מידיא טענה'ן אז איינער פון די מענטשן וועם מ'האט ארעסטירט האט געוואשן גרויסע סכומים דורך א סטאר... און אזוי ארום האבן זיי איהם געכאפט. איך גלייב עס אבער נישט. דער עיקר איז, אז מ'דארף מתפלל זיין אז מ'זאלל נישט דארפן אנקומען צו די שטאטישע און רעגירונגס הילף. ווייל ס'איז כמעט יצא שכרו בהפסידו...!
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך diff »

סאיז לכאורה למען ישמעו וייראו. מען שטראפט נישט שטארק פאר שנארן
וואס גייט מען זיי טון דערפאר. ווייטער אויסהאלטן
די קעניג פין אמעריקע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 567
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 15, 2014 8:37 pm
האט שוין געלייקט: 260 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 248 מאל

שליחה דורך די קעניג פין אמעריקע »

תורה ומדע האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:תורה ומדע: ס'איז דא ווייניג דיטעילס איבער די פרשה פון דעם ארעסט פון הרב סאראצקין ומשפחתו. אבער לויט ווי די נייעס קוועלער געבן איבער האט דער חשוב'ער רב שליט"א געוואשן געלטער ביי א געוויסן סטאר. אזוי ארום (אזוי טענה'ן זיי) האבן זיי איהם געקענט כאפן...! לאמיר ווארטן ביז ס'וועט ארויסקומען מער פרטים איבער די פרשה. ווען דער געוועזענער יו.עס. אטוירני פריעט בהארארא זכותו יגון עלינו איז געווען אין אמט האט מען געקענט זאגן אז ער זוכט סענזאציאנאלע נייעס צו קענען מאכן גרויסע העדליינס. אבער דער איצטיגער באאמטער איז נישט באוואוסט צו זיין א פובליסיטי-הונגעריגער מענטש...!

איך ווייס נישט גענוי וואס טוט זיך און עס איטרעסירט מיר ניט צופיעל. האועבער, איך בין מתפלל אז מיר זאללען שוין קענען מחזיר זיין עטרה ליושנה, און אונזערע מוסדות זאללען ארויסגעבען אינגעלייט ערליכע וואס קענען זיך מפרנס זיין בהיתר ובכבוד. זאלל עס זיין וויאזוי נאר, צו מיט קאללעדזש דעגריס, בירט קאנטראלל, וואקעישענעל סקולס, וכדו׳.
פארפאללען, מען קען קען נישט זיין אן ערליכער איד און נישט גורס זיין דעם ״לא תגנוב״ פונעם אמעריקאנער שטייער באצאהלער. נשאת ונתת באמונה איז דער ערשטער שאלה אין בי״ד של מעלה. דוכטצאך אז דאס איז פאר מען פרעגט צו ״ביזט גאגאנגען שטימען אין די ישראל׳ישע וואהלן אדער געגאנגען אין צה״ל״.

קאלעדג דעגרי איז נישט קיין גרויסע סאלושן. איך קען א איד מיט א דעגרי וואס איז א פשוטע עלעקטריקער. ער זאגט אז עלעקטריקערס מאכן מער געלט. נו וועלכע היימישער וואס האלט ביים ארבעטען קען נישט באקומען א גוט באצאלטע פאסטן אין איינע פון די היימישע עלעקטריק קאנטראקטערס? ווי ס׳באקאנט איז א גרויסע חלק פון אלעקטריק קאנסטראקטיען אנגעפירט דורך היימישע קאמפעניס. און זיי זיכן ארבייטער און היימישע ארבייטער מיט לעכט. איז ווער ברויך א קאלידש דעגרי.
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך diff »

דו פארענטפערסט אונזער מוסדות?

תורה ומדע. אבער וועלכער רבי האסטו צוגעשטעלט פלייש. גייט מען יא פרעגען
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

מ'וואלט יא געקענט מחנך זיין אז געלט קומט מיט א חשבון. מיר פיהרען זיך אויף כאילו געלט איז אייביג דא, מ'זאגט נישט פאר די קינדער אז מ'האט נישט קיין געלט, און מ'גיבט זיי וואס זיי בעטען, אחוץ ווען מ'קען זיי זאגען אז זיי דארפען עס נישט אדער ס'איז נישט גוט דאס צו האבען. פאר דעם דארף מען נישט קיין קאלעדזש און נישט קיין ענגליש. נעקסטע מאל דיין טאכטער וויל עפעס א נייע צירונג וואס איהר חברט'עס האבען אלע, לערן איהר אויס וויאזוי צו מאכען א בודזשעט, אויף וואס זי דארף מוותר זיין פאר'ן נייעם ציהרונג. זאל זי ארבעטען אביסל און מאכען קלאר די חשבון וויפיהל זאכען קאסטען. און ביי די אינגלעך אל אויך אזוי זיין. זיי ווילען ד' מינים סוכות? מאכט'ס א חשבון מיט זיי וויאזוי זיי וועלען עס אויסצאלען. זיי ווילען קויפען א נייעם שפילצייג? לערן זיי אויס וואס ס'קאסט.

באשולדיגט'ס נישט די מוסדות, דאס קען מען טוהן אין שטוב
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך diff »

און וועלכע מוסדות לערנט מען דאס וואס שרייבסט
און פ"וו לערנט עטץ שנאה צו וויי יו און קול'ג. ווי אלע יודן פלעגן גיין
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום diff, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1358
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל

שליחה דורך סמבטיון »

האבן די אלע ארעסטירטע א שייכות איינער צום צווייטן אדער יעדער האט זיין עבירה?
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

מען שמועסט אז די שייכות איז אז זיי האבן געקלאגט א אינשורענס קאמפאני, כ'ווייס נישט פונקטליך, און מען דעם איז עס אנגעקומען צו א אינוועסטיגעישאן.

דער ווארט דא איז אז אלע האבען בערל געטוהן די זעלבע זאך, און די אינוועסטיגעישאן האט געהאט א דאמינא עפעקט.

קען זיין אז מען זאגט עס בלויז צו בארואיגן די געמיטער, כדי עס זאל נישט יעדער מורא האבן צו גנב'נען ווייטער.

דער מוסר השכל פין דעם איז (פארשטייט זיך לא תגנוב, אבער פאר די וואס האלטען אז מען מעג וכו') אז הגם דער שכל זאגט אז מען קען עפעס דרייען ווייל יעדער טוט עס, איז בעסער צו זיין קריעטיוו און טרעפען א אייגענע מהלך צו גנב'נען, אז נישט קענען זיי לייגען א צוים ארום אלע אידישע געגענטער און כאפען איינער נאכען אנדערער ווי די פליגן.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1358
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל

שליחה דורך סמבטיון »

וואס זענען די קלאגעס אקעגן זיי?
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: שוין ווידער.. ארעסטס אין לעיקוואוד

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איינער פון די ארעסטאנטען שטייט און טענה׳ט אז ער האט גאר געפרעגט פאראויס צו ער מעג דאס טוהן, און זיי האבען געזאגט יא.

זיי זענען געזונטע רשעים, דאס האט נישט מיט גייען אין קאלעדזש.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 923
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 483 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 667 מאל

שליחה דורך תורה ומדע »

ער דארף דאס האבען בכתב.
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

די קעניג פון אמעריקע: איך וויל נאר מעיר זיין אויף דיין תגובה וואו דו זאגסט אז די היימישע יונגעלייט קענען גיין זוכן און באקומען ארבעט ביי עלעקטרישנ'ס און פלאמבערס. דארף מען אבער געדענקען אז די מיני ארבעטן קענמען נישט טון מיט א ישיבה כאלאט און א ווייסע העמעד. אויך דארף מען זיך קענען שמוציג מאכן די הענט. ס'איז ענדערש גלייך צו פשוט נבילתא בשוק, ווי כהנא וגברא רבה אנא...! איינמאל מ'לערנט זיך אויס די פאך. (נישט אין 2 חדשים. אפילו נישט אין 6.) קענמען בעז"ה שיין פארדינען. ווייל קאנסטראקשן איז אייביג דא. אויך עלעקטריק און פלאמבינג סערוויס צו פאררעכטן אין הייזער און אין ביזנעסער...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

איינער א איד וועלכער איז מיט א 30-35 יאר צוריק געווען איינער פון די הויפט מאווערס און שעיקערס (תרתי משמע) פון נעמען רעגירונגס פראגראמען. ער און זיינע חברים/שותפים האבן גענומען מיליאנען דאללער פאר כל מיני פעדעראל פראגראמען בשם כל ישראל. פון וואס דער עולם האט נישט געזעהן קיין פרוטה. ער האט אנגערופן די אלע פראגראמען בלשון ..."פאגראמען"...!

אבער ער אליינס איז נעבעך געבליבן אן אפגעשמיסענער נאר. ווייל ס'איז צום סוף געווארן נתפרדה החבילה. די עף.בי.איי. האטציך אין א שיינעם פרימארגן אנגערוקט און אוועקגעפיהרט אלע זייערע (פאלשע) פיילס כדי לעבור בדיקה. היינט צו טאג איז ער נעבעך אן אפגעשמיסענער ---. ס'איז איהם נישט געבליבן קיין איין פרוטה פון די אלע געגנב'טע געלטער. ס'רוב האט ער פארלוירן ביי אן אנדערן גנב אין ריעל עסטעיט אינוועסטמענטס. און א טייל איז געגאנגען ארויסצובעילן זיינע בני משפחה פון די פעקלעך וואס זיי האבן זיך אנגעמאכט מיט די פעדעראלע רעגירונג.

מדי דברי. אז מ'רעדט שוין. ס'איז דא א פאוני ארגאניזאציע וועלכע געבן זיך אן אז זיי טוען איינס פון די מצוות וועלכע זענען אויסגערעכנט אין סידור'ל ביי ברכת התורה. זיי גייען ארום שנארן אין בתי מדרשים. ספעציעל אין שומרי שבת. איז גוט צו וויסן. איך פאר אריבער א יעדן טאג זייער ..."העדקווארטערס".. עטליכע מאל אין טאג. איך האב נאך קיינמאל נישט געזעהן קיין יוצא ונכנס דארט. אויסער, פארשטייצעך די "באסעס" וועלכע קומען מיט זייערע לעיט מאדל לעקסוס/לוקסוס קארס. מעגליך אז זיי האבן אמאל יא עפעס אויפגעטון. אבער אין די לעצטע פאר יאר טוען זיי אויף די זעלבע וואס חסד לאברהם...!

נכתב בצדו: זיי האבן לעצטנס געטוישט די אונינג/קענאפי פארנט פון זייער ..."העדקווארטערס"... פון א שמאלע רויטע צו א שיינע, ברייטע בלויע וואס פארנעמט כמעט דעם גאנצן רוחב הבנין. ס'זעהט אויס ס'איז שוין אריינגעקומען גענוג געשנארטע געלטער אז נאכ'ן מעשר'ן די געלטר דורך די בעלי בתים איז נאך געבליבן עפעס געלט פאר קלייניקייטן...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1358
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל

שליחה דורך סמבטיון »

אפשר איז שוין צייט אז דינא זאל אנהייבן געבן וועכענטליכע שיעורים פארן בריטן ציבור וואס מען מעג יא אן וואס מען מעג נישט, איך הער אז א חלק פון די ארעסטירטע זענען טאקע ארימע מענטשן,
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

איך קען א איד וואס ער האט אן אפארטמענט (קאנדא) סיי אין וויליאמסבורג און סיי אין בארא פארק. ער האט געוואלט דאפלט פארדינען. האט ער איינגעגעבן צו די ממשלה אויפ'ן כפול שמונה פראגראם אז ער איז גע'גט פון זיין ווייב. און איינער וואוינט דאהי. און די אנדערע אין ווילי-טאון. זיי האבן טאקע אריינגעשיקט 2 טשעקס...א מחי'. אבער אין א שיינעם טאג ארום 5 אזייגער פארטאגס האט מען אויפגעפיקט די קאפל אין זייער אמת'ע דירה. און אוועקגעפיהרט מיט קייטעלעך...ער האטציך ב"ה ארויסגעדרייט. (איך זאג נישט ב"ה אויף די גניבה). אבער די זיסע חלומות זענען צורינען...חלום באספמיא...! פארשטייצעך אז ער האט געמוזט צוריקגעבן די גאנצע געלט פאר די ממשלה עד פ"א...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: שוין ווידער.. ארעסטס אין לעיקוואוד

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

תורה ומדע האט געשריבן:ער דארף דאס האבען בכתב.

ייש"כ. האסט נאך וויכטיגע אינפארמאציע?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

הער איך היינט אז איינער פון די ארעסטירטע האט גאר אנגעפירט א גאנצע אפיס פאר די גניבות מיט כל מיני פראגראמען.

ליטוויקל, דיין קרעדיביליטי אין דעם אשכול איז נעקסט טו זירא, אשאד דיין טירחה.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: שוין ווידער.. ארעסטס אין לעיקוואוד

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

diff האט געשריבן:און וועלכע מוסדות לערנט מען דאס וואס שרייבסט
און פ"וו לערנט עטץ שנאה צו וויי יו און קול'ג. ווי אלע יודן פלעגן גיין

דאס איז נישט קיין נושא פאר מוסדות, דאס באלאנגט אין שטוב, ופשוט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איינער פון די ארעסטאנטען שטייט און טענה׳ט אז ער האט גאר געפרעגט פאראויס צו ער מעג דאס טוהן, און זיי האבען געזאגט יא.

זיי זענען געזונטע רשעים, דאס האט נישט מיט גייען אין קאלעדזש.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

דאהי אין ניו יארק איז געווען ביי די פ.ס. אפיס א גוי וואס ווען (א איד) איז געקומען ריסוירטיפייען האט ער איהם צוגערעדט צו קויפן סטאקס. נאר ער, דער טיפש ורשע האט נישט געכאפט אז ערשטנס איז די ידיעה ארומגעגאנגען ביים היימישן עולם. און מ'האט געוואוסט צו זיין געווארנט ווען מ'קומט אן צו איהם. והשנית. א יעדער נארמאלער מענטש און בר שכל פארשטייט אז ווען ער לאזט זיך צו רעדן און ..."קויפט" סטאקס וועט זיך די רעגירונג ארויפכאפן אויף איהם....דא ביסטו אן ארימאן און דו האסט נישט קיין געלט צו קויפן עסן. און דא קויפסטו גאר סטאקס. וואס איז א לוקסוס. פון וועלכע געלט קענסטו זיך ערלויבן צו קויפן סטאקס...! איך מיין אז דער גוי דער רשע וטיפש האט נישט געכאפט קיין איין איד...!
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך diff »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
diff האט געשריבן:און וועלכע מוסדות לערנט מען דאס וואס שרייבסט
און פ"וו לערנט עטץ שנאה צו וויי יו און קול'ג. ווי אלע יודן פלעגן גיין

דאס איז נישט קיין נושא פאר מוסדות, דאס באלאנגט אין שטוב, ופשוט.


און וועלכע מוסדות לערנט מען אונז דאס וואס שרייבסט
וא"ל, לוינט זיך די מוסדות עקספענס יא
פארשפארט