בלאט 2 פון 2

Re: על הא ועל דא (א')

נשלח: מאנטאג יולי 10, 2017 8:47 am
דורך מפוזרי
בן אדם האט געשריבן:לאוו כל מוחא סביל דא

איך האב נישט עספיעט צו זען וואס דא איז געשטאנען, אבער לויט דער המשך זעט מיר אויס אז מ'רעדט פון רבי ר' זושא.

Re: על הא ועל דא (א')

נשלח: מאנטאג יולי 10, 2017 9:05 am
דורך מפוזרי
עכ"פ דער מעשה איז נישט סתם עפעס א לעגענדע פון עפעס א מעשה ביכל, און ס'איז באקאנט בחצרות סלאנים וקארלין מדורות ומובא בכל ספריהם בשם רבותיהם.

דער חידוש פונעם קאמארנער מקןר איז נישט אז ס'איז מער קראנט, נאר בשים לב להמרחק מכמה אנפין פון קאמארנע ביז סלאנים ולשינוי פרטי הסיפור, איז קלאר אז ס'איז א מקור עצמאי וואס האט נישט גענאשט איינער פון צווייטן, און ווייזט ווי אלט דער מעשה איז שוין.

ומי שאינו רוצה אינו חייב להאמין כמובן, אבער די מעשה איז פון די מערסע אנגענומענע מקורות'דיגע חסידישע מעשיות.

ואגב, האימרה הידוע (ליודעים) של רמ"מ: "זאלסט פלאצן און גלייבן", נאמרה על סיפור זו.