בלאט 2 פון 12

נשלח: מיטוואך יולי 05, 2017 7:52 pm
דורך איסר האטלקי
פארוואס מען האט געדארפט רופן מהר"א איבערבעטן? פארן אים צונאר לייגן לעיני כל.

די ראשי ישיבות שרייען טאקע אז אלעס איז בסדר! קוק אויף זייערע בריוון וואס מען האט געשיקט פאר די רבנים.

נשלח: מיטוואך יולי 05, 2017 7:54 pm
דורך signout
איסר האטלקי האט געשריבן:פארוואס מען האט געדארפט רופן מהר"א איבערבעטן? פארן אים צונאר לייגן לעיני כל.

די ראשי ישיבות שרייען טאקע אז אלעס איז בסדר! קוק אויף זייערע בריוון וואס מען האט געשיקט פאר די רבנים.

אז ר''ש אויבערבאך רופט מהרז''ל צו אן אסיפת הרבנים אין ער שטעלט אויף צימערמאן אדער י' בראך רעדן האט ער געמאכט ליצנות פין אים? עמרם ט''ב איז אסאך ערגער ווי צימערמאן, ר' מלכיאל האט קלאר געזאגט פאר מהר''א אז ער האט נישט געוויסט זיין היסטארי

נשלח: מיטוואך יולי 05, 2017 7:59 pm
דורך איסר האטלקי
אזוי האט ווער באשלאסן? ווייל ער האלט פונקט ווי רוב רבנים ביים אסיפה?

ווייל ער ווייסט נישט פון קיין בריוו וואס אלע רבנים האבן אונטערגעשריבן חוץ גור, וואס מהר"א האט אויסגעטראכט?

פארוואס איז יעדער ביים אסיפה געווען אויף עמרם'ס צד? שעכטער, קאטלער, פארשעי, קאסאן, ראטה, וואכטפויגל וכו'. בלויז פאפא רב האט געזאגט עפעס ווערטער וואס מהר"א האט אפיציעל פארשטאנען....

נשלח: מיטוואך יולי 05, 2017 7:59 pm
דורך איך אויך
אויבערלענדער חכם האט געשריבן:"
ממש עולם הפוך ראיתי. רבי אברהם יהושע סולוביציק און רבי אהרן טייטלבוים שרייען עס איז נישט דא קיין גזירה און רבי מלכיאל און רבי אהרן שכטר שרייען קנאות.

ציטאט פונעם טאג.

נשלח: מיטוואך יולי 05, 2017 8:11 pm
דורך שמעון וואלף
מהר"א זאגט אז ס'איז דא א בריוו וואס אלע רבי'ס האבן אינטערגעשריבן.
עמרם: איך ווייס נישט דערפון
מר"א: די ווייסט יא
עמרם: וועלכע רבי האט אינטערגעשריבן?
מר"א: אלע
עמרם: ווער? זאג מיר איינער
מר"א: אלע, אלע, אז איך זאג ווייס איך וואס איך רעד

נשלח: מיטוואך יולי 05, 2017 8:20 pm
דורך שמעון וואלף
מר"א: אז ס'פעלט זיך אויס צו רעדן צו די א"י רבי'ס קען איך צוהעלפן. איך האב דארט א קירבת מישפחתית

נשלח: מיטוואך יולי 05, 2017 8:31 pm
דורך אישתישבי
דאס האט פאפא רבי געזאגט מיין איך

נשלח: מיטוואך יולי 05, 2017 8:33 pm
דורך התם ומתמם עם תמימים
עס איז א שטיק בלאף בלא בלא בלא

נשלח: מיטוואך יולי 05, 2017 8:40 pm
דורך כלבאשבוע
שמעון וואלף האט געשריבן:מהר"א זאגט אז ס'איז דא א בריוו וואס אלע רבי'ס האבן אינטערגעשריבן.
עמרם: איך ווייס נישט דערפון
מר"א: די ווייסט יא
עמרם: וועלכע רבי האט אינטערגעשריבן?
מר"א: אלע
עמרם: ווער? זאג מיר איינער
מר"א: אלע, אלע, אז איך זאג ווייס איך וואס איך רעד

דער בריוו ליגט ביי וויענער רב אין לעדל

נשלח: מיטוואך יולי 05, 2017 8:55 pm
דורך diff
מסתמא מיינט מען דאס
http://www.charedim.org/showthread.php?t=8433

Pdf

נשלח: מיטוואך יולי 05, 2017 9:11 pm
דורך איש את רעהו
מהרא האט דאך פארלאנגט אן אסיפה פון אלעמען
הייסט נאר בעלז גיר וויזניץ מעג זיין
און עמרם ט"ב טאר נישט זאגן גארנישט ?

עניוועי, מהרי"י האט פארדינט אזויפיל דאס אז די מציאות איז אנטפלעקט געווארן אז ווען מען מאכט ווען יא פאר בארקליעס א כינוס הרבנים מיט מהרא וואלט די גאנצע מעשה זיך אויסגעלאזט מיט א בוידעם

נשלח: מיטוואך יולי 05, 2017 9:18 pm
דורך diff
ווי בוסטי טאקע געווען. רהאט דאך דיך געמיינט
איז דער כינוס א מטרא פאר זיך

נשלח: מיטוואך יולי 05, 2017 9:26 pm
דורך berlbalaguleh
אויבערלענדער חכם האט געשריבן:"א ראש-ישיבה - מען דארף גארנישט טון, מען דארף מתפלל זיין, דאווענען..." דער ראש ישיבה איז הרב דוד שוסטל שליט"א

לדעתי האט רבי אהרן באזיגט אלע די פלג-סקריקין. ער האט די זעלבע משיכה ווי פרעזידענט טראמפ. ער רעדט באופן פשוט מאד און זייער ארויסגעזאגט. איך בין ווייט פון זיין א חסיד זיינער, אבער קבל האמת ממי שאמרו.

ממש עולם הפוך ראיתי. רבי אברהם יהושע סולוביציק און רבי אהרן טייטלבוים שרייען עס איז נישט דא קיין גזירה און רבי מלכיאל און רבי אהרן שכטר שרייען קנאות.

הכי קשה איז די דורוכזיכטיקייט פון יעדעם'ס נגיעות.
1. רבי אברהם יהושע כאטש אז ער איז 100% גערעכט, איז ליידער נגוע מיט א פרעזענליכע שנאה קעגען אנשי הרב שך (ר' שמואל אויערבאך וכו') ווער האבן חרוב געמאכט זיין טאטע.
2. רבי אהרן איז כמובן נגוע מיט שנאת אחים.
3. רבי מלכיאל איז נאמן צו אנשי הרב שך שעמדו לימינו בעת צרת ביתו.
4. איך ווייס נישט פארוואס רבי אהרן שכטר און רבי אליהו בער האבען זיך געשטעלט ליד פלג.

אויבערלענדער חכם: איך האב דיר כמעט געוואלט געבן א לייק. ווייל אין די ערשטע פאר שורות זאגסטו זייער שכל'דיגע זאכן. אבער ווען דו זאגסט אז ר' אהרן האט געהאנדלט וויאזוי ער האט געהאנדלט. וועגן שנאת אחים. איז מיין גאנצער לייק פאר דיר פארשוואונדן געווארן...! איי ר' מלכיאל קאטלער עקשנ'ט זיך אז ס'איז יא ד'א א גזירת גיוס. און ער איז אויף איין דיעה מיט הרב שמואל אויערבאך. ער איז דער שטערקסטער מענטש וואס איז נגוע. ער וועט קיינמאל נישט ארויסגיין פון באקס. אין די ליטווישע הרב שך מאלד וואס מ'האט איהם איינגעשטעלט וועט ער אייביג פארבלייבן...!

Re: די פאנטש פוינטס פון דער אלף בלק אסיפה

נשלח: מיטוואך יולי 05, 2017 9:30 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ס׳פעלט דער אינפארמאציא צו וואס אויבערלענדער חכם האט מרמז געווען. ר׳ מלכיאל איז נישט קיין פאנאוויעזער, און הרב שך וואלט זיך קיינמאל נישט אויפגעפיהרט ווי הרש"א. דאס איז בכלל נישט די נושא דא.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: מיטוואך יולי 05, 2017 10:04 pm
דורך קורקלענד
איש את רעהו האט געשריבן:עניוועי, מהרי"י האט פארדינט אזויפיל דאס אז די מציאות איז אנטפלעקט געווארן אז ווען מען מאכט ווען יא פאר בארקליעס א כינוס הרבנים מיט מהרא וואלט די גאנצע מעשה זיך אויסגעלאזט מיט א בוידעם

ב''ה טאקע אז מעשה שטן לא הצליח און די בארקלעיס צערעמאניע איז יא צושטאנד געקומען. און דער אויבערשטער האט טאקע מיט סיעתא דשמיא צוגעפירט אז דאנעלד טראמפ זאל שטארק איבערגענומען ווערן אויף אזוי שטארק אז ער זאל רופן די פרעמיער................

באמת גערעדט וואס האט די געוואלדיגע כינוס למעשה געטוישט אין די מציאות? וואס האט מען אויפגעטוהן? פארוואס איז אזא מזל אז ס'האט יא פאסירט?

נשלח: מיטוואך יולי 05, 2017 10:37 pm
דורך אישתישבי
און עס זיצען רבנים און ראש ישיבות אין אמעריקא און זענען דן יא גיוס נישט גיוס, און קיינער גיבט נישט קיין דלת וואס זיי האלטען, נישט די ציונים און נישט די רבנים אין ארץ ישראל און נישט די בחורים וואס דארפען זיך שטעלען. סתם א ביטול זמן צו דער ביליגער ביבי פרעמיער וואלט געזאגט פאר טראמפ אז די ישיבות זענען פיל, צו ער וואלט געזאגט אז די ישיבות זענען ליידיג, צו ער וואלט געזאגט אז קושנער קען קומען ווערען ראש ישיבה פין אלע בחורים אין ישראל.

נשלח: מיטוואך יולי 05, 2017 10:41 pm
דורך [NAMELESS]
קורקלענד האט געשריבן:
איש את רעהו האט געשריבן:עניוועי, מהרי"י האט פארדינט אזויפיל דאס אז די מציאות איז אנטפלעקט געווארן אז ווען מען מאכט ווען יא פאר בארקליעס א כינוס הרבנים מיט מהרא וואלט די גאנצע מעשה זיך אויסגעלאזט מיט א בוידעם

ב''ה טאקע אז מעשה שטן לא הצליח און די בארקלעיס צערעמאניע איז יא צושטאנד געקומען. און דער אויבערשטער האט טאקע מיט סיעתא דשמיא צוגעפירט אז דאנעלד טראמפ זאל שטארק איבערגענומען ווערן אויף אזוי שטארק אז ער זאל רופן די פרעמיער................

באמת גערעדט וואס האט די געוואלדיגע כינוס למעשה געטוישט אין די מציאות? וואס האט מען אויפגעטוהן? פארוואס איז אזא מזל אז ס'האט יא פאסירט?

וואס הייסט וואס? אז 15,000 אידען הערן זיך צו צי ר' זלמן לייב טייטלבוים אפילו ער איז איינער אליין קעגן אלע רבנים, א קלייניגקייט?
דו ווייסט ווי קאנפידענט זלמן לייב איז געווארן זייט די כינוס? ער האט יעדעם אין בוידעם ער דארף זיך נישט ביקען פאר קיינעם.

דו ווייסט אז ר' מלכיאל קוטלר האט גערופען אלע רבנים צו די זונטאג'דיגע אסיפה נאר צו ר' זלמן לייב האט ער געשיקט ר' אהרן שעכטער זאל עם רופען... ער שעמט זיך פון עם, וואסערע פורים ער איז אז ער האט נישט געקענט טון וואס ער וויל טון זיך משתתף זיין ביים כינוס, און ר' זלמן לייב לאכט טאקע פון עם, און צום היסטארישע מעמד אין צרפת-פאריז האט ער עם ניטאמאל געלאדענט...

נשלח: מיטוואך יולי 05, 2017 11:14 pm
דורך איסר האטלקי
א קליינע הערה, ר' מלכיאל האט נישט גערופן אלע רבנים, האדמו"ר מפארשעי האט גערופן.

נשלח: מיטוואך יולי 05, 2017 11:17 pm
דורך איסר האטלקי
קורקלענד האט געשריבן:באמת גערעדט וואס האט די געוואלדיגע כינוס למעשה געטוישט אין די מציאות? וואס האט מען אויפגעטוהן? פארוואס איז אזא מזל אז ס'האט יא פאסירט?

די אסיפה דעם זונטאג איז אדאנק דעם בארקלעיס, יעדע פעולה וואס ווערט געטון נגד גיוס איז בלויז צו פארדאנקן דאס וואס מען האט אויפגעשטורמט דעם עולם א' שלח אין בארקלעיס. זיי זענען געווען די ערשטע ארויסצוקומען בריש גלי און מודיע זיין קבל עולם ומלואו אז יש גזירה בישראל.

נשלח: מיטוואך יולי 05, 2017 11:25 pm
דורך קורקלענד
איסר האטלקי האט געשריבן:די אסיפה דעם זונטאג איז אדאנק דעם בארקלעיס, יעדע פעולה וואס ווערט געטון נגד גיוס איז בלויז צו פארדאנקן דאס וואס מען האט אויפגעשטורמט דעם עולם א' שלח אין בארקלעיס. זיי זענען געווען די ערשטע ארויסצוקומען בריש גלי און מודיע זיין קבל עולם ומלואו אז יש גזירה בישראל.

איך פרעג די זעלבע קשיא אויף די פעולה שיצא מפעולות בארקלעיס. ס'האט טאקע גארנישט אויפגעטאן.

ד''ה אז לעת עתה האט די בארקלעיס צערעמאניע נישט געטוישט גארנישט. וויפיל אסיפות און פעולות ס'זאל נאר ברענגן ווי גרויס זיי זאלן נאר זיין מאכט עס אזויפיל אויס ווי דער היציגע קיפקע פאר שחרית אין מקוה וואס איז דן צו טראמפ זאל יא אבער נישט באמבערדירן צפון קארעע.

נשלח: מיטוואך יולי 05, 2017 11:28 pm

די מערכות וואס סאטמר רב זצ''ל האט געפירט האט דען יא נושא פירות געווען??
די מהלך האט די רבי זצ''ל אוועק געשטעלט אן ענין פון מוחה זיין אויסצושרייען די ווייסט געשריי אפגעזעהן צו מען טוט אויף

Re: די פאנטש פוינטס פון דער אלף בלק אסיפה

נשלח: מיטוואך יולי 05, 2017 11:33 pm
דורך גר ותושב
עמעזאן האט געשריבן:די מערכות וואס סאטמר רב זצ''ל האט געפירט האט דען יא נושא פירות געווען??
די מהלך האט די רבי זצ''ל אוועק געשטעלט אן ענין פון מוחה זיין אויסצושרייען די ווייסט געשריי אפגעזעהן צו מען טוט אויף

איז אפשר איז טאקע צייט צו טוהן פעולות וואס העלפן יא און אויפהערן מיט די אנגערישע וויי געשריי וואס העלפט נישט?

נשלח: מיטוואך יולי 05, 2017 11:33 pm
דורך קורקלענד
עמעזאן האט געשריבן:די מערכות וואס סאטמר רב זצ''ל האט געפירט האט דען יא נושא פירות געווען??
די מהלך האט די רבי זצ''ל אוועק געשטעלט אן ענין פון מוחה זיין אויסצושרייען די ווייסט געשריי אפגעזעהן צו מען טוט אויף

איז דארף איך אנעמען אז אזא מהלך איז ריכטיג ווייל יענע רבי האט אזוי געזאגט? אדער ווייל ער איז געווען א גרויסע צדיק? ווייל ער האט געהאט א סיבה?

דיין תירוץ איז נישט פארשטענדליך. אויב קענסטו קלארער אריינקומען וועל איך אפשר בעסער פארשטיין.