בלאט 2 פון 4

נשלח: פרייטאג יולי 07, 2017 12:15 pm
דורך [NAMELESS]
[[center]b]@ארי נוהם האט טענות צו ר' מלכיאל קוטלר ווי וואגט ער זיך צו זאגן אז ער ווייסט בידיעה גמורה אז אלע ראשי ישיבות ווייסען שוין היינט אז עס איז דא א גזירה, די לייב ברענגט נישט קיין מקור אפצוווענדן זיינע רייד נאר פשוט די לייב וויל זייער שטארקע אז עס זאל זיין אנדערש די מציאות, ממילא ווערט ר' מלכיאל א שקרן, ער לויבט נאך די ''פיקח הדור'' אז ער לאזט זיך נישט פון עם....
איי א שמועסט מיט ר' משה הלל הירש ברענגט קלאר ארויס אז די זאך איז אינגאנצן נישט מסודר אבער די לייב ברומט אז די פיקח הדור איז נישט מסכים צו ר' מלכיאל...[/b]

[b]לאמיר אריבער גיין און זעהן וואס זענען די ווערטער פון די פיקח ר' אהרן וואס ארי נוהם זעהט דערין א אמת,
וזה לשונו הזהב: עס איז ארום געגאנגען א בריוו צווישען די רבנים אין אר''י אז עס איז בכלל נישטא קיין פראבלעם פון גיוס אין לאנד, און ''אלע'' רבי'ס האבן אינטער געשריבן דערויף חוץ אדמור מגור וואס האט נישט געוואלט אינטער שרייבן, פירט די רבי אויס מיט א נצחון ''ר' עמרם ט''ב ווייסט אויך דערפון'' ר' עמרם זאגט: איך הייבט נישט אן צו וויסען דערפון... און דער פיקח שרייט ''דו ווייסט יא'' ר' עמרם: אנטשולדיגט איך האב קיינמאל געהערט דערפון... די רבנים פרעגען ר' אהרן אפשר זאגט איר א נאמען פון איין רבי וואס האט אינטער געשריבן די בריוו, ר' אהרן: ''יעדער''....
דערנאך זאגט ר' אהרן א לומדות פון וואנעט ער האט גענומען אז ר' עמרם ווייסט דערפון וועגען עפעס א צעטל וואס מען האט געשיקט אויף פאסט וואס ווער עס ווייסט דארף מען דארט מדייק זיין יעדע שורה.... (דאס איז די לשון פון ר' אהרן...) און דארט איז דא א שטיקל משמעות פון א ווארט אז עס איז געווען אזא מכתב...


איך דארף נאך עפעס מוסיף זיין?? ר' מלכיאל זאגט עפעס וואס דיר שמעקט נישט ווערט ער א שקרן ''ווייל יעדער ווייסט אנדערש''' ר' איד פרעג עם אפ מיט עפעס זאכליכע ראי' אויף פפארקערט נישט סתם וויל עס שאינו נישט מיט דיין אגענדע.
דערווייל איז די שמועסט פון ר' משה הילל א ראי' צו עם! משא''כ ר' אהרן וואס זאגט קלאר געבאקענע מעשיות מיט הויפענס טפשות דערין און עס ווערט תוכ''ד נתברר בבירור אז דאס איז געבאקען ''ער איז גאר א הירא'' איין ווארט קען איך דיר זאגן נעבעך...


מען דארף זיין בלינד נישט צו זעהן די נגיעות וואס די קרית יואלער וויל דא....

וואס דארף מען מער ווי די שאנדפולע קעפל 'וכסיל לא יבין'' ר' אלי' בער ר' חיים פלאר ר' אהרן שעכטער ר' דוד שוסטאל פארשעי רב זיי זענען נארנים און ר' אהרן טייטלבוים איז גאר די חכם....[/center]

נשלח: פרייטאג יולי 07, 2017 12:46 pm
דורך גאנצל
איש את רעהו האט געשריבן:
געוואלדיג האט געשריבן:למעשה קען איינער אנצייכענען וואו פונקטליך האט ר׳ אהרן געטוישט מיינונגען בנוגע גיוס?,


אנשטאט זיין יעצטיגע פלאן פון גיין בדרך מו"מ דורכשמועסן אין אר"י מיט די בעלזע /גערע וכו', פלעגט אמאל זיין מער דרשות אין א פארום פון א נעגעטיווע איבערפאל אויף די וואס זענען משתיק,
אנשטאטס, טוט מען איבערפאלן דעם גאון עולם ומקובל הרב שמואל שליט"א

ביסט גערעכט אז בנוגע די עצם דינען אין גיוס זאגט ער נאך אלץ דאס וואס ער האט די פארלאפענע 10-15 יאר געזאגט.


שקר גמור ער האט אלס געשריגען אויף ביידע און שרייט נאך אלס אויף ביידע ער האט אלס געשריגען איך נעם נישט קיין צד אין די פאליטיק און ער שרייט דאס ווייטער און ער האט ביי די אסיפה אויך דאס געשריגען

אוי פ"וו האב איך גענטפערט דער ליגנער וועט נאך דרייען מיט די צונג און זאגן אמת אבער א נטי' האט ער זיך געטוישט

נשלח: פרייטאג יולי 07, 2017 12:48 pm
דורך diff
א שמועסט מיט ר' משה הלל הירש ברענגט קלאר ארויס אז סדא וואס זענען נישט מסודר. דאס מאכט עסניש א גזירה
סמעגליך אז איך האב דעם בריוו און ע"ט נישט?

נשלח: פרייטאג יולי 07, 2017 12:50 pm
דורך גאנצל
עמעזאן האט געשריבן:
געוואלדיג האט געשריבן:למעשה קען איינער אנצייכענען וואו פונקטליך האט ר׳ רהרן געטוישט מיינונגען בנטגע גיוס?, איך בין נישט קיין אהרוני און נישט קיין סאטמארער בכלל אבער אין די נושא רעדט ר׳ אהרן זייער צו דער זאך, טאקע מיט זיין באוואוסטע איינגעהאלטענע שפראך אבער אמת.

קודם מיט א כלליות'דיגע בליק זייט ווען האט ער אן איינגעהאלטנקייט ווען עס קומט צו מערכות???
איך רעדט שוין נישט פון באוואשן די קרויס מיידל ביי של''ס ברבים, האט ער גערעדט צו יענע זייט שמוע בין אחיכם? בפרט מען רעדט פון א מח' ביי יחידים.

און בכלל אין סאטמאר בפרט און די קנאים בכלל האבן אלס געהאט די מהלך פון מוחה זיין אן קיין פארהאנדלונג מיט די אנדערע זייט.
און ווי ר' אלי' בער ר' מלכיאל זאגן אויך אז דאס איז די מהלך
ר' מלכיאל זאגט גאר אז זיין זיידע ר' אהרן קוטלר האט זיך אויך אזוי נוהג געווען.

איז זייער קאמיש אז ר' אהרן וואס פאררופט זיך אלס ממלא מקום פון סאטמר רב זצ''ל זאל אננעמען א פאסיווע מהלך...
בפרט זיין היסטוריה לייגט עם בכלל נישט אראפ אלס א אדורכגעטראכטע איד וואס טוט אדורך יעדע מערכה מיט די אנדערע זייט ביפאר...

איז ער ווי זיין שוואגער בעלזא רב וואס האלט מען דארף משנה זיין די מהלך? פיין זאג אזוי.


פארוואס זאגסטו נישט אז דו ווייסט נישט וואס ר' אהרן האט פארגעשטעלט ביי די אסיפה

ר' אהרן האט געזאגט אז מ'דארף אויפרודערן די א"י רבנים ווייל פונקט ווי ביי יעדע מערכה' קעגן גזירות האבן אלע מיטגעארבעט דארף מען יעצט אויך האבן זייער מיטארבעט און מאכן א מערכה און אויסשרייען אז גיין אין מיליטער איז יהרג ואל יעבור

איך האב עס נאר געוואלט אויסקלארן אבער דו געב נישט אויף דו שריי ווייטער בעלזא ווייל עפעס אנדערש האסטו דאך נישט צו שרייען

נשלח: פרייטאג יולי 07, 2017 12:54 pm
דורך גאנצל
עמעזאן האט געשריבן:[[center]b]@ארי נוהם האט טענות צו ר' מלכיאל קוטלר ווי וואגט ער זיך צו זאגן אז ער ווייסט בידיעה גמורה אז אלע ראשי ישיבות ווייסען שוין היינט אז עס איז דא א גזירה, די לייב ברענגט נישט קיין מקור אפצוווענדן זיינע רייד נאר פשוט די לייב וויל זייער שטארקע אז עס זאל זיין אנדערש די מציאות, ממילא ווערט ר' מלכיאל א שקרן, ער לויבט נאך די ''פיקח הדור'' אז ער לאזט זיך נישט פון עם....
איי א שמועסט מיט ר' משה הלל הירש ברענגט קלאר ארויס אז די זאך איז אינגאנצן נישט מסודר אבער די לייב ברומט אז די פיקח הדור איז נישט מסכים צו ר' מלכיאל...[/b]

[b]לאמיר אריבער גיין און זעהן וואס זענען די ווערטער פון די פיקח ר' אהרן וואס ארי נוהם זעהט דערין א אמת,
וזה לשונו הזהב: עס איז ארום געגאנגען א בריוו צווישען די רבנים אין אר''י אז עס איז בכלל נישטא קיין פראבלעם פון גיוס אין לאנד, און ''אלע'' רבי'ס האבן אינטער געשריבן דערויף חוץ אדמור מגור וואס האט נישט געוואלט אינטער שרייבן, פירט די רבי אויס מיט א נצחון ''ר' עמרם ט''ב ווייסט אויך דערפון'' ר' עמרם זאגט: איך הייבט נישט אן צו וויסען דערפון... און דער פיקח שרייט ''דו ווייסט יא'' ר' עמרם: אנטשולדיגט איך האב קיינמאל געהערט דערפון... די רבנים פרעגען ר' אהרן אפשר זאגט איר א נאמען פון איין רבי וואס האט אינטער געשריבן די בריוו, ר' אהרן: ''יעדער''....
דערנאך זאגט ר' אהרן א לומדות פון וואנעט ער האט גענומען אז ר' עמרם ווייסט דערפון וועגען עפעס א צעטל וואס מען האט געשיקט אויף פאסט וואס ווער עס ווייסט דארף מען דארט מדייק זיין יעדע שורה.... (דאס איז די לשון פון ר' אהרן...) און דארט איז דא א שטיקל משמעות פון א ווארט אז עס איז געווען אזא מכתב...


איך דארף נאך עפעס מוסיף זיין?? ר' מלכיאל זאגט עפעס וואס דיר שמעקט נישט ווערט ער א שקרן ''ווייל יעדער ווייסט אנדערש''' ר' איד פרעג עם אפ מיט עפעס זאכליכע ראי' אויף פפארקערט נישט סתם וויל עס שאינו נישט מיט דיין אגענדע.
דערווייל איז די שמועסט פון ר' משה הילל א ראי' צו עם! משא''כ ר' אהרן וואס זאגט קלאר געבאקענע מעשיות מיט הויפענס טפשות דערין און עס ווערט תוכ''ד נתברר בבירור אז דאס איז געבאקען ''ער איז גאר א הירא'' איין ווארט קען איך דיר זאגן נעבעך...


מען דארף זיין בלינד נישט צו זעהן די נגיעות וואס די קרית יואלער וויל דא....

וואס דארף מען מער ווי די שאנדפולע קעפל 'וכסיל לא יבין'' ר' אלי' בער ר' חיים פלאר ר' אהרן שעכטער ר' דוד שוסטאל פארשעי רב זיי זענען נארנים און ר' אהרן טייטלבוים איז גאר די חכם....[/center]


ווייל דער בריוו איז דא און אלע רבנים אין א"י כולל די ר"י שרייען טאקע אז עס איז נישטא קיין גזירה

ווי האט ר' אהרן געפרעגט פון פארשעי רבי איר האט גערעדט צום גערן רבי'ן
איר האט גערעדט צו וויזניץ רבי

און אויף אלע איז געקומען דער ענטפער ניין

פ"וו זאל מען גלייבן ר' מלכיאל ווען ער רעדט פון בידיעה און זאגט נישט קיין נעמען מער ווי עמרם ט"ב ר' מלכיאל קען נישט האבן קיין נגיעה נאר ר' אהרן ט"ב ????

דו האסט געהערט פון איינעם פון א"י אויסער ראבי און אויערבאך פאליטיקאנטן אז דא אי דא א גזירה אלע שרייען אז ס'איז גרינגער ווי אמאל

נשלח: פרייטאג יולי 07, 2017 1:24 pm
דורך [NAMELESS]
תמים האט געשריבן:ארי נוהם, שווייג! שווייג! איך גלייב דיר נישט קיין איין ווארט!!

דאס איז בעסיקלי געווען די ענטפער פון די קרית יואלער פיקח צו העסקן ר' עמרם ''דו ביסט א סיקריק! איך גלייב דיר נישט קיין איין ווארט''
פשיהא! א פקחות פון א טיפש האסט נישט וואס צו ענטפערן בלייבן שטיל,

בכלל די פרעכקייט פון די קרית יואלער לאזט נישט קיינעם צו קומען צום ווארט שטיפט אוועק מיט די הענד ר' אהרן שעכטער כאילו ער איז א חדר יונגל, פעך... עס האט גענומען א וויילע עם צו שטיל מאכן פון קוויטשענען אז ר' אלי' בער זאל קענען קומען צום ווארט.

נשלח: פרייטאג יולי 07, 2017 1:26 pm
דורך ארי נוהם
קפה נמס האט געשריבן:זייער שיין @ארי, כאטש כ'בין נישט מיט אלעם מסכים.

איינעם פארשטיי איך נישט פארוואס דו און @ליטוואק רייסן אראפ, ה"ה הגר"ד שוסטאל וועלכער האט לדעתי גערעדט די מערסטע צום זאך אז יעדער פאר זיך דארף מתפלל זיין קעגן די יצר הרע הבוער בקרבנו תמיד וואס ער איז שולדיג אין אלע צרות, ומי מעכב שאור שבעיסה..

דאס זענען די איינציגסטע זאכליכע רעלעוואנטע רייד, צווישן א מבול פון שטותים פון הסברות און קאמיטעען וכו' וכו'

גראדע האלט איך פערזענליך אז ער האט זיך אויפגעפירט די מערסטע נארמאל צווישן אלע אנדערע.
אויב ס'איז ארויסגעקומען שארף, איז עס געווען מצד די אנטריסטונג אז מ'מאכט אן אסיפה, און זיין גאנצע זאך צוצולייגן דערצו איז אז ס'איז אן עצת היצר וואס ברויך תפילה. איי מיען, קאממאן, מיט אזא צוגאנג וואס זוכסטו בכלל ביים אסיפה? מצד שני, אפשר טאקע האט ער געוואלט בארואיגן די מצב דארט, און עטוואס אראפשפילן די עצות טובות פון די קנאים.
כ'וויל אבער נישט מזלזל זיין בכבודו ח"ו, ותהא תגובתי כחזרה על דבריי וואס זעט אויס פערזענליך אראפגעריסן.

ככללא דמילתא, איך קען אויך האלטן פון הרב שעכטער אויף א פערזענליכן לעוועל, ליב האבן דעם פארשעי'ער אויף א פערזענליכן לעוועל, און אפילו מכבד זיין ר' מלכיאל אויף א פערזענליכע לעוועל. באופן כללי בין איך זיי מכבד און מעגליך אפילו מעריץ, און כ'בין נישט פון די וואס זוכן מזלזל צו זיין אין רבנים וגדו"י. דא אבער איז געווען אן אסיפה וואס יעדער האט געשריגן עפעס אנדערש, והצד השווה שבהם אז קיינער האט נישט גערעדט צום זאך, לענ"ד ודעת הכלל כולו וואס געהערט נישט צו קיין ספעציפישע לאגער, וע"ז יצא הקצף. אצינד בין איך ווייטער מכבד הרהגה"צ ראשי גולת אריאל כמדורת אש וכו', ווי בעפאר די אסיפה.


תמים, עמעזאן, און נאך, וועל איך נישט ענטפערן צוליב איין פשוט'ע סיבה. זיי זענען אלע זאלוינים וואס ענטפערן געטריבן פון אן אגענדע. נישט זיך מתייחס זיין צו די ווערטער, נאר צום געדאנק ראשי וואס זיי קלערן אויפן קרית יואל'ער רבי, איז טאקע אויך נישט ווערד א געגן התייחסות. והיינו טעמא דשמערל, וואס ס'קיין ספק אז געבוירן אין א נישט סאטמארע שטוב, וואלט ער געזען דעם ארטיקל מיט אן אנדערן בליק.

אגב, געוואלדיג און גאנצל פארענטפערן ענקערע א.ג. קשיות, אבער ס'מיר נישט קיין ספר אז ענק וועלן ניטאמאל פרובירן צו פארשטיין וואס זיי זאגן, ענק זוכן דעם אמת פונקט ווי ענקער רבי דאגה'ט פאר תושבי ארץ ישראל.


ליטוואק איז גערעכט, דער קרית יואל'ער איז דער זעלבער פארשוין ווי אמאל, און פערזענליך האב איך נישט קיין סאך גוטס צו זאגן אויף אים. פארט אבער צווישן די משתתפי האסיפה האט זיין מהלך ארויסגעשיינט די מערסטע נארמאל, הגם זיין שפראך איז די זעלבע אומציוויליזירט.


שמעקעדיג, דו פרעגסט גוט: וואס האט בראקעליס מיט פאטעיטעס.
איך פרעג דאס זעלביגע: וואס האבן די פאטעיטע קעפ מיט בארקלעיס?

נשלח: פרייטאג יולי 07, 2017 1:30 pm
דורך [NAMELESS]
איך זעה אז קיינער פארענטפערט נישט די ליגיונות פון די קרית יואלער וועגען די בריוו פון די רבי'ס...
@ארי נוהם איך זעה אז די לייב וואס ברומט איז דא קום אריין קלאר שטעלן וועגען די קריות יואלער לגיונות וואס דו גלייבט

ר' מלכיאל זאגט קלאר אז ער רעדט פון די 2 ראשי ישיבות וואס האבן געשריבן די בריוו, אז ער ווייסט בידיעה גמורה אז כהיום ווייסען זיי שוין פון די גזירה און ר' משה הילל'ס בריוו איז א שטיקל ראי' דערצו.

ר' אהרן איז א פאלנער שקרן אויפגעבאקן א גאנצע באבע מעשה אלס מיט אגענדע

נשלח: פרייטאג יולי 07, 2017 1:33 pm
דורך diff
diff האט געשריבן:א שמועסט מיט ר' משה הלל הירש ברענגט קלאר ארויס אז סדא וואס זענען נישט מסודר. דאס מאכט עסניש א גזירה
סמעגליך אז איך האב דעם בריוו און ע"ט נישט?

מגייט דאך יעצט מברר זיין ביי די ר"י

נשלח: פרייטאג יולי 07, 2017 1:33 pm
דורך [NAMELESS]
@ארי נוהם און דו האסט נישט קיין שום נגיעה, אמת? נאר שמערל האט...

וואט א דשאוק דיין גאנצע מגילה איז איין שטיק האס געבויעט אויף הנחת קדומות

#שאנדפול!

נשלח: פרייטאג יולי 07, 2017 1:35 pm
דורך [NAMELESS]
diff האט געשריבן:
diff האט געשריבן:א שמועסט מיט ר' משה הלל הירש ברענגט קלאר ארויס אז סדא וואס זענען נישט מסודר. דאס מאכט עסניש א גזירה
סמעגליך אז איך האב דעם בריוו און ע"ט נישט?

איך הער דיין מיינונג אנדערע טייטשען דאס אפ אלס גזירה.
די מציאות איז יעדער מודה, די שאלה איז נאר ווי צו רופען דאס קינד ביים נאמען...

נשלח: פרייטאג יולי 07, 2017 1:38 pm
דורך גאנצל
עמעזאן האט געשריבן:
תמים האט געשריבן:ארי נוהם, שווייג! שווייג! איך גלייב דיר נישט קיין איין ווארט!!

דאס איז בעסיקלי געווען די ענטפער פון די קרית יואלער פיקח צו העסקן ר' עמרם ''דו ביסט א סיקריק! איך גלייב דיר נישט קיין איין ווארט''
פשיהא! א פקחות פון א טיפש האסט נישט וואס צו ענטפערן בלייבן שטיל,

בכלל די פרעכקייט פון די קרית יואלער לאזט נישט קיינעם צו קומען צום ווארט שטיפט אוועק מיט די הענד ר' אהרן שעכטער כאילו ער איז א חדר יונגל, פעך... עס האט גענומען א וויילע עם צו שטיל מאכן פון קוויטשענען אז ר' אלי' בער זאל קענען קומען צום ווארט.


דו גייסט זייער כללויותדיג און פאר א סיבה

פ"וו זאלסטו עס שיין צו נעמען אזוי ווי ארי נוהם ?

און גיין מיט יעדע ווארט און נישט אפיר זוכן ווערטער וואס דיר געפעלט און אזוי פארטושן די מוחות

נשלח: פרייטאג יולי 07, 2017 1:39 pm
דורך גאנצל
עמעזאן האט געשריבן:איך זעה אז קיינער פארענטפערט נישט די ליגיונות פון די קרית יואלער וועגען די בריוו פון די רבי'ס...
@ארי נוהם איך זעה אז די לייב וואס ברומט איז דא קום אריין קלאר שטעלן וועגען די קריות יואלער לגיונות וואס דו גלייבט

ר' מלכיאל זאגט קלאר אז ער רעדט פון די 2 ראשי ישיבות וואס האבן געשריבן די בריוו, אז ער ווייסט בידיעה גמורה אז כהיום ווייסען זיי שוין פון די גזירה און ר' משה הילל'ס בריוו איז א שטיקל ראי' דערצו.

ר' אהרן איז א פאלנער שקרן אויפגעבאקן א גאנצע באבע מעשה אלס מיט אגענדע


און אפשר איז ר' מלכיאל א ליגנער

ר' אהרן זאגט דאך אויך קלאר אז ס'איז דא א בריוו פון צוויי ראשי ישיבות

נשלח: פרייטאג יולי 07, 2017 1:45 pm
דורך diff
מגייט דאך יעצט מברר זיין ביי די ר"י
כזע דאס איז ביי דיר זיכער ע"ט זאגט אמת

נשלח: פרייטאג יולי 07, 2017 1:50 pm
דורך diff
diff האט געשריבן:מסתמא מיינט מען דאס
http://www.charedim.org/showthread.php?t=8433

Pdf

נשלח: פרייטאג יולי 07, 2017 1:52 pm
דורך diff
עמעזאן האט געשריבן:
diff האט געשריבן:
diff האט געשריבן:א שמועסט מיט ר' משה הלל הירש ברענגט קלאר ארויס אז סדא וואס זענען נישט מסודר. דאס מאכט עסניש א גזירה
סמעגליך אז איך האב דעם בריוו און ע"ט נישט?

איך הער דיין מיינונג אנדערע טייטשען דאס אפ אלס גזירה.
די מציאות איז יעדער מודה, די שאלה איז נאר ווי צו רופען דאס קינד ביים נאמען...

און אנדערע ווערטער,וויזו מען זאל צוגיין דערצו

Re: "וכסיל לא יבין" - דברים חוצבים להבת אש מכסילי דורינו שלי

נשלח: פרייטאג יולי 07, 2017 2:35 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ס׳איז שוין דא אן אשכול אויף דער ווארט ׳גזירה׳, אבער לויט די צעטליך מיט די שרעקעדיגע רויט בלוטיגע אותיות אז 12000 האבען זיך פארמאכט די גמרות צו גייען אין מיליטער. שפעטער האבען די אויפריכטיגע אמת זאגערס געזאגט אז ס׳איז 12000 אויגען, נישט מענטשען. און דאס ווארט חרדי מיינט שוין כולל די פון מרכז הרב און הר המור, וואס גייען לכתחילה אין מיליטער.
דערנאך איז עס געווארען אז מענטשען גייען זוכען ארבעט דארט, ווייל מיליטער מיינט שוין נישט דינסט מיט א ביקס. דערנאך איז עס אז זיי גייען ברצון, וואס פאסט שוין נישט די ווארט ׳גזירה׳. און ווייטער הערט מען אז די ציפערען זענען גארנישט ניי, פערצענטווייז איז עס פונקט אזוי פיהל וויפאר צוואנציג און דרייסיג יאר צוריק. און ווייטער גייט עס אז פאר ישיבה לייט איז עס, אין אסאך פעלער, פיהל לייכטער געווארען.

הייסט׳ס מ׳מאכט א נייעם טייטש פון דער ווארט ׳גזירה׳, א נייעם טערמין פון ׳מיליטער׳, א נייעם פארשטאנד פון דאס ווארט ׳חרדים׳, נאך איבערטייטשונגען פון דער ווארט ׳גזירה׳ און פון אונטער דער בארג האט מען בדוחק ארויס געקוועטשט אן ענין אויף מוחה צו זיין.

אבער די ׳צוויי אידען׳ (קרעדיט: ארי נוהם בשם הראמ"ק) האבען חוזר געווען. ס׳איז קלאר.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: פרייטאג יולי 07, 2017 2:53 pm
דורך איש את רעהו
@ליטוואק
די סתירות צווישן אייערע גדעילים וואס זאגן אמאל ס'יא דא גרויסע צרות, א מינוט דערויף פארלייקענט מען אז עפעס זאל פארגיין, א מינוט שפעטער איז שוין היינט גאר גאר גוט, די סתירות האסטו שוין מיישב געווען?

נשלח: פרייטאג יולי 07, 2017 3:01 pm
דורך איש את רעהו
גאנצל האט געשריבן:
אלע שרייען אז ס'איז גרינגער ווי אמאל


אלע?
יעדער וואס שרייט יא אז ס'דא א גזירה ווערט דאך ממילא א סיקריק
איז דאך נישט פארבליבן נאר די עטליכע נארמאלע צדיקי גור ובעלזע ו'הגרס וואס זענען צוגעבינדען צו די כסאות אין כנסת וואס זיי פארלייקענען, און פאר זיי געט די קירוב משפחתיות א גושפנקא פון נאמנות, וזהו.

נשלח: פרייטאג יולי 07, 2017 3:16 pm
דורך I'm back
איש את רעהו האט געשריבן:
גאנצל האט געשריבן:
אלע שרייען אז ס'איז גרינגער ווי אמאל


אלע?
יעדער וואס שרייט יא אז ס'דא א גזירה ווערט דאך ממילא א סיקריק
איז דאך נישט פארבליבן נאר די עטליכע נארמאלע צדיקי גור ובעלזע ו'הגרס וואס זענען צוגעבינדען צו די כסאות אין כנסת וואס זיי פארלייקענען, און פאר זיי געט די קירוב משפחתיות א גושפנקא פון נאמנות, וזהו.


אמת אמת

נשלח: פרייטאג יולי 07, 2017 3:47 pm
דורך diff
בס"ד י"ג בסיון תשע ז"

אל מעלת כבוד האדמורים" שליט"א וראשי הישיבות
שליט א" ארה"ב
מאחר ובימים אלו נקראה אסיפה גדולה ומפגן מחאה
בארה"ב נגד רדיפת הדת בארץ הקודש, ולהזעיק שמים
וארץ על הסכנה הנוראה המרחפת על עולם התורה, וכל
זאת תוך הוספת תיאורים רבים והגזמות יתרות פורחות
באויר על, המצב ,באר"י שחלקם אינם נכונים וחלקם
אינם מדויקים .
הננו מבקשים להודיע, שלעת עתה בה" אין מרחפת שום
סכנה על כל אותם הנוהגים כהוראת מרנן ורבנן שליט א"
להתייצב בלשכות הגיוס. רק אותם שלא שמרו על
הכללים המתחייבים או אלו שאינם רוצים להתייצב
בלשכות הגיוס הם מושלכים לכלא .
אנו כמו"כ מבקשים להודיע על דעת מרנן ורבנן שליט , א"
שאסיפת מחאה זו יכולה להזיק לעולם התורה הפורח
בארץ הקודש .
מאחר שכאמור נמסרו לכבוד תורתו שליט א" הרבה
פרטים שאינם נכונים ואינם מדויקים אנו מבקשים שכבוד
האדמורים" שליט א" וראשי הישיבות שליט א" יבחרו
רבנים גדולי תורה ובעלי דעת ותבונה שיביאו בדברים
אתנו לברר כל הפרטים בענין .זה בכבוד ובהוקרה

נשלח: פרייטאג יולי 07, 2017 4:11 pm
דורך ארי נוהם
[justify]ווי געשריבן אין ערשטן תגובה, האב איך צוריקגעצויגן פון די אויסצוגן פונעם שמועס, וואס זענען נישט פונקטליך, עיי"ש.

איך האב נישט קיין כח איבערצושרייבן א לענגערע דין ודברים לאור די פונקטליכע טראנסקריפט פון 44 בלעטער, וואס איך האב אדורכגעליינט בעיון, דערפאר האב איך פארמעקט דאס אלטע. פארט וועל איך יעצט ארויפלייגן א באזונדערע קורצע חוות דעת אויף די מעמד, לאור די נייע פונקטליכע טראנסקריפט.




נאך אדורכליינען די גאנצע טראנסקריפט, 44 בלעטער, קומט מיר ארויס די פאלגענדע מסקנא. היבש פליאה'דיג, אבער פארט א פאקט פאר אלע וואס וועלן עס ליינען:


דער וואס האט גערעדט די מערסטע צום זאך, זיך געהאלטן די מערסטע צום פונקט, קיינמאל גערעדט חוצפה'דיג אדער ביליג, און האט למעשה באוויזן אז זיין מיינונג זאל בלייבן די אנגענומענע חוות דעת, איז גאר אדמו"ר מפאפא שליט"א. ער האט קלאר ארויסגעברענגט אז ס'איז תלוי בגדולי ישראל שבארץ ישראל, און ער האט געזאגט מיט וואונדער אז ס'קלעבט עפעס נישט אז מ'זאל אונז דארפן פון אמעריקע, צו קומען געבן דרשות אין ארץ ישראל (דער קרית יואלער האט נישט געכאפט פונקטליך זיין כוונה. און האט געמיינט אז פאפא רבי וויל טאקע דרש'נען אין ארץ ישראל).


די נעקסטע צוויי אויפן טאפ טשארט, זענען ר' דוד שוסטאל און דער קרית יואלער. ר' דוד זאגט מער קלאר ארויס זיין מיינונג, אז מ'טאר נישט גיין נגד הרבנים בארץ ישראל, און ווען דער קרית יואלער פירט אויס ביים סוף אסיפה אז מ'קען שיקן משלחת'ן כו' צו גדולי ישראל אין ארץ ישראל, זאגט ער "אט אזוי", כלומר, אטע דאס איז וואס איך וויל די גאנצע צייט. ער וויל דייקא נישט קיין עמטליכע מערכה. הגם ווערטער וועגן יצר הרע און מתפלל זיין זענען אביסל קינדעריש גערעדט, זעט טאקע אויס אז ער וויל נישט מאכן קיין מהפכה, און אט דאס ברענגט ער ארויס מיט די ווערטער.


דער קרית יואלער רבי איז אויך זייער קלאר אין זיינע ווערטער און מיינונג, גאנצל דארף זיך נישט פארענטפערן און עמעזאן מעג זיך באגראבן. ער ברענגט ארויס זיין דעה אזוי קלאר און אמת'דיג, אז מ'קען עס שניידן מיט א מעסער. ער זאגט איבער עטליכע מאל, אז הגם בשיטה איז ער פונקט אזוי שארף ווי די אנדערע קנאים, זעט ער בכלל נישט וויאזוי זיין חתימה, קו"ק, עצרת, וועט טוישן מיינונג ביים המון עם אין ארץ ישראל. עס פעלט זיך אויס די אגודאים זאלן חתמ'נען, און דאס וועט טוישן די מצב ביי די א.ג. מתפתים. הגם זיין שפראך איז גראב, זיינע אטאקעס אומפאסיג פאר א רבי, און מ'זעט אז ער כאפט נישט קלאר וואס גייט פאר, האט ער אבער א קלארע מיינונג וואס טוישט זיך נישט קיין טראפ, און ער רעדט די מערסטע שכל'דיג.



אויף די איבעריגע האב איך נישט קיין מעלות צו זאגן. דער קארסלבורגער האט פראבלעמען מיט שמירת עיניים, און זיין זון ר' משה רעדט וועגן סאברעס, און ס'איז בושות וחרפות ותו לא.


ר' אל'ה בער זוכט א מלחמה און שרייבן שארף אפילו קעגן די רבנים אין ארץ ישראל. סארי, אמעריקע באלאנגט נישט פאר בריסק.


די אחים לבית ראטנבערג זענען נאך ערגער, און דער פארשעי'ער קומט ארויס מיט א באהאלטענע אגענדע, זוכנדיג א מערכה און שמוץ אויף רבני ארץ ישראל אפילו ווען מ'ווייזט אים דעם אמת אין פנים. זיין בייעס איז פחדים, און כמעט אלץ וואס כ'האב געהאט געשריבן מעיקרא איז פארט וואליד.


ר' מלכיאל קען איך בכלל נישט פארענטפערן. רעדן אז אלע רבנים אין ארץ ישראל זענען מודה צו אים, איז א גראבע ליגנט (כאטש א ליגנט. ווידער א פארשעי'ע תמימישע מאסקע פון זאגן אז מ'האט באקומען בריוון פון ספרדים און אשכנזים אין ארץ ישראל, וואס ווייזט זיך ארויס צו זיין די צעטל פונעם עדה, איז ליגנט און טיפשות ביינאנזאם). ער זוכט אויך קלאר זיך אפצושאקלען פון גדולי ארץ ישראל, און דערפאר רוקט ער אריין דעם "זיידן" בעל משנת ר' אהרן (נישט געוואוסט אז דער ליטוואק רעדט שוין חסידישע סטיל "דער זיידע") וואס האט געהאט אייגענע דעות נגד דעת גדולי ישראל אין ארץ ישראל, זיך מאכנדיג אומוויסנדיג פון קרית יואלער רבי'ס ענטפער דערויף, און בעיקר פונעם פאקט אז ר' אהרן קאטלער איז געווען גדול הדור בשעתו - א זאך וואס ר' מלכיאל איז ניששששששט!


ר' אהרן שעכטער כבודו במקומו עומד, אבער כ'האב נאך אזא נערוועזע מענטש ניט געזען אין מיין לעבן. כ'מיין, יעדע מינוט נערוועז און מיט טענות אויף א צווייטן. ס'זעט אויס ווי ער איז געקומען מיט א לשם יחוד פארדעם מקיים צו זיין קנאות כדבעי, נישט לאזנדיג מענטשן קומען צום ווארט (סאך ערגער ווי קרית יואלע רבי), און מיט א החלטה אז מ'מוז ארויסקומען פון די עצרת בחרב ובחנית, א זאך וואס איז אים נישט געלונגען.


די ערגסטע זענען די צוויי "בעלי אמת" עסקנים וואס דער פארשעי'ער האט אהערגעשלעפט, וואס האבן געזאגט גראבע ליגנטס און פרעכע העלמות פאדרייענדיג פאקטן אז ס'זאל שטימען מיט זייער אגענדע.



די איבעריגע ציטוטים און הגדרות פון מיין ערשטע מהדורה, זענען אפטמאל נישט געווען אין פלאץ, ווען זיי האבן נישט געזאגט פונקט די ווערטער וואס זענען ציטירט געווארן, על כן יהיו נא בעיניכם כאילו לא הייתי פורטם, וחוזרני בי ומודה ועוזב ירוחם. (ווען מ'צאלט מיר, וואלט איך איבערגעמאכט א מהדורה שניה פון פונקטליכע ציטירונגען און מיין חוו"ד, אבער כ'האב מער נישט קיין צייט עס צו טון בחינם...)



איך אפעליר פארט אז יעדער זאל איבערליינען די גאנצע טראנסקריפט וואס דיףף ברענגט פריער, וואס דארט קען זיך יעדער איבערצייגן אין אלץ וואס כ'האב דא געשריבן, און ס'לאזט נישט איבער קיין פלאץ פאר ספיקות.[/justify]

נשלח: פרייטאג יולי 07, 2017 4:23 pm
דורך diff
נישט איך בין דער ר"י
viewtopic.php?f=3&t=11619&p=378269#p378269