בלאט 2 פון 16
נשלח: זונטאג יולי 09, 2017 7:52 am
דורך [NAMELESS]
מ'ווערט דארפן ווארטן פאר די רעאקציע פון לב טהור צו זען צו ס'איז אמת. ס'קען אבער נעמען אפאר וואכן לכה"פ אויב זיי פארן קיין איראן, און דעמאלטס וועט מען שוין וויסן צו ער לעבט נאך. און אויב ס'גייט קומען הספדים מיט הכתרות אויף ק"ש וועט מען וויסן אז ס'איז אמת.
Re: ברעיקינג; הרב שלמה העלבראנץ אומגעקומען
נשלח: זונטאג יולי 09, 2017 7:56 am
דורך יהודי פשוט
נשלח: זונטאג יולי 09, 2017 8:26 am
דורך diff
מסתם ווילר ברענגען א מעסג' פון הימל
נשלח: זונטאג יולי 09, 2017 9:01 am
דורך יהושפט קליין
מומחים אויף לב טהור טענה'ן אז זיי זענען עלול אויף אזא שפיל.... ס'זייער שווער דערווייל צו וויסען צו ס'אמת,
נשלח: זונטאג יולי 09, 2017 9:18 am
דורך [NAMELESS]
כ'האף אז די מדינת ישראל חברה האבן די קאפ אויפן פלאץ, ווייל זיי קענען שוין זיין יעצט אויפ'ן וועג קיין איראן...
נשלח: זונטאג יולי 09, 2017 10:25 am
דורך Chasidishmashpia
יש אומרים אז ער איז חי וקיים נאר יעצט איז ער באיתכסיא...
נשלח: זונטאג יולי 09, 2017 10:57 am
דורך יהודי פשוט
[center]'לב טהור': ממתינים לגופה[/center]
חסידי הרב הלברנץ מאמינים כי רבם לא טבע אלא הועלם כדי להרחיק את הרדיפות נגדו. "כל עוד הגופה לא זוהתה אנחנו מאמינים שהוא חי"
סיפור טביעת הרב הלברנץ, מנהיג 'לב טהור', מכה גלים בציבור החרדי, אך בקרב מאמיניו סבורים רבים כי רבם לא טבע אלא הועלם וכדי להרחיק את הרדיפות נגדו.
לדבריהם, למרות שחסידים ראו כיצד הוא טובע בנהר, יש להם סיבה לאופטימיות. "כל עוד הגופה לא זוהתה אנחנו מאמינים שהוא חי וכי מדובר במבצע להעלים את הרב על ידי השלטונות או משתפי פעולה אחרים", צוטטו כמה מהחסידים במהלך היממה האחרונה.
אמש דווח כי הרב שלמה הלברנץ, מנהיג כת 'לב טהור', טבע למוות בנהר במדינת צ'יאפס במקסיקו בעת שטבל בו לקראת השבת האחרונה.
על פי דיווח באתר diariodechiapas.com המקומי, הוא טבע לעיני חסידיו לאחר שירד לטבול ונסחף בזרם הנהר. על פי הדיווח, גופתו נמשתה מהמים לאחר סיוע כוחות ההצלה המקומיים.
נשלח: זונטאג יולי 09, 2017 11:59 am
דורך קנאק-יענקל
פון אנדערן אשכול.
ערגעץ אין די תש"ן'ס איז געווען א מערכה צווישן קאשוי רב'ס (ברכת שמים) אייניקלעך, קעגן הרב העלבראנץ.
דאכט זיך אז ס'האט געהאט צוטוהן וועגן א 'היתר מאה רבנים' פון איינעם טעללער.
און ס'איז דאן געווען א גאנצע זייט אין איד "אפ עד" קעגן אים.
מענטשן האבן זיך געהויבן די ברעמען, וואס גייט דא פאר?
ביז מ'איז אנגעקומען אונטן פונעם מודעה, איז געשטאנען "באצאלטער אנאנס".
איינער ווייס פון וואס איך רעד???
אדער איינער קען ברענגען א קאפי??
נשלח: זונטאג יולי 09, 2017 12:12 pm
דורך אויבערלענדער חכם
קנאק-יענקל האט געשריבן:פון אנדערן אשכול.
ערגעץ אין די תש"ן'ס איז געווען א מערכה צווישן קאשוי רב'ס (ברכת שמים) אייניקלעך, קעגן הרב העלבראנץ.
דאכט זיך אז ס'האט געהאט צוטוהן וועגן א 'היתר מאה רבנים' פון איינעם טעללער.
און ס'איז דאן געווען א גאנצע זייט אין איד "אפ עד" קעגן אים.
מענטשן האבן זיך געהויבן די ברעמען, וואס גייט דא פאר?
ביז מ'איז אנגעקומען אונטן פונעם מודעה, איז געשטאנען "באצאלטער אנאנס".
איינער ווייס פון וואס איך רעד???
אדער איינער קען ברענגען א קאפי??
טעללער איז געווען אן איידעם ביים קאשוער און געגאנגען מיט העלבראנץ. אפגעלאזט זיין פרוי און חתונה געהאט מיט העלבראנץ טאכטער (דאכט זיך א קליין מיידעלע)
נשלח: זונטאג יולי 09, 2017 1:01 pm
דורך אישתישבי
שוין, האט ער א זוהן נחמן וואס איז ערגער פין אים.
עס איז דא א באקאנטע משל פין דובנער מגיד, עס איז געוועהן א שטאט וואס איז געוועהן ביים גרעניץ, די בית החיים איז געוועהן אין די אנדערע מדינה, אויף די אנדערע זייט גרעניץ.
ווען איינער איז געשטארבן, איז מען אדורך די גרעניץ און קובר געוועהן די נפטר.
איז איינער אויפגעקומען מיט א איינפאל, ער וועט נעמען א ארון אנפילן מיט סחורה, און אדורך שמוגלען די גרעניץ, און פאר די באאמטע וועט מען ווייזען א קאסטען כאילו מען גייט קובר זיין א מת.
זענען זיי געקומען צו דער גרעניץ, און צו זייער שטוינונג האט דער באאמטער דוקא זיך געשטעלט מען זאל עפענען דער ארון און ווייזען דער נפטר, כאטש די באאמטער האט קיינמאל דאס נישט פארלאנגט.
שוין, נאכען איינזעצן האבען זיי געפרעגט די באאמטער פין ווי האט ער געשמעקט אז דא איז א פאלשע לוויה? זיין תשובה איז געווען פשוט, מענשטען טראגען א ארון מיט א מת און מען לאכט? מען מאכט וויצען? האב איך געהייסן עפענען.
אונזער נמשל דא איז, יעדער קען זיך פארשטעלן אליין אויב העלבראנץ שטארבט ווי פארלוירן די חברה וואלטען באמת געוועהן, און די בכיות וואלטען געגאנגען עד לב השמים.
מען וואלט געזעהן בילדער, מיט דער גוף און טויזענט לעכט ארום, מיט אלע זיינע כתבים לעבען אים, און מענער און פרויען וואלטען געוויינט ווי בעיביס.
דערווייל, הערט מען א שמועה רחוקה אז ער איז געשטארבן, און מער זעהט מען גארנישט, איך בין דער באאמטער וואס זאגט, מאך אויף דער ארון, לאמיר זעהן זיין גוף טויט. ביז אהין איז עס א פאלשער לויה.
באבוד רשעים רנה.
נשלח: זונטאג יולי 09, 2017 1:44 pm
דורך איך אויך
אויב אמת איז דאס געוואלדיגע גינסטיגע נייעס אז דער קאלט פירער רעיפיסט ארכי-מנוול און עביוזער ארז ימש''ו האט זיך אפגעפגרט. מען קען אפילו נישט זאג תהי פגירתו כפרתו ווייל לכאורה גייען די מעשים תעתועים רח''ל ממשיך זיין.
נשלח: זונטאג יולי 09, 2017 3:48 pm
דורך יהודי פשוט
[center]פרטים חדשים על טביעת הלברנץ במקסיקו[/center]
יום אחר הדיווח שהכה בתדהמה ולפיו מנהיג כת 'לב טהור' הקיצונית בן ה-54, ששהה עם אנשיו במקסיקו, טבע בנהר מקומי - מתפרסמים פרטים חדשים • יוסף, תושב הקהילה החרדית במקסיקו ל'בחדרי': "הם גרים ב'סוף העולם', אין מי שילחם בשבילם"
פרטים נוספים על טביעתו של מנהיג כת 'לב טהור' בנהר. בדיווחים המקומיים צויין כי טביעתו של שלמה ארז הלברנץ בן ה-54 אירעה אחר שהחליק, נפל אל הנהר ונסחף בזרם חזק. לא מצוין כי הגיע למקום כדי לטבול לפני שבת, אך אנשיו לא שיתפו פעולה עם הרשויות, ועל כן אפשר והפרטים המלאים חסרים או אינם מדויקים.
המקרה אירע ביום שישי בסביבות השעה 4 אחר הצהריים בשעון המקומי. גופתו נסחפה עם זרמי המים ובין הסלעים מאות מטרים, ונמשתה רק אחר יותר מקילומטר על ידי צוות חילוץ והצלה מקומי.
"האנשים שהיו שם סרבו לדבר איתנו, הם כל יום היו מגיעים לטבול בנהר, ולאחר מכן להתפלל על שלום העולם" כך תיאר הכתב המקסיקני באתר שבו פרסם את המקרה.
מיקום הטביעה בנהר שוג'ובל באוניון ג'ואראז בעיר גבול, בה נמצאים מהגרים רבים, ועל כן בתקשורת המקומית מתייחסים לאנשי הקהילה ולרב הטובע כמהגר - שכן, כזכור כפי שדווח אמש ב'בחדרי' לפני 4 שבועות, הלברנץ הרים עוגן מגואטמלה וערק למקסיקו, אחר שגם הרשויות בגואטמלה הצרו צעדי הקהילה, לטענתם בעיקר בעקבות פניות מגורמים רמי דרג מישראל.
החקירה מתנהלת בדרג מעט גבוה יותר מקציני משטרה מקומיים, והגופה נשלחה לנתיחה.
חשדות הרשויות המקומיות גברו אחר שאנשי קהילתו ובני משפחתו של הלברנץ, סירבו לשתף פעולה ולספק מידע ונתונים לרשויות - כך על פי הדיווחים המקומיים.
הם הודיעו להם כי הגופה נלקחת לטיפול השירות הרפואי-משפטי. על פי הדיווח, רשויות החוק ינתחו את הגופה, ורק לאחר מכן יאשרו למשפחתו לזהות את הגופה.
יצויין כי מספר ישראלים שקרובי משפחותיהם נמצאים בידי 'לב טהור' מנהלים בשנים האחרונות קרב עיקש, תקשורתי משפטי וציבורי, בנוגע לכך שעל הרשויות בישראל לדאוג לאזרחים ישראלים שחברים בקהילה, כיוון שלטענתם מדובר בכת.
מקום הטביעה במדינת צ'יאפס, וככל הנראה המקום החדש בו השתכנה הקהילה הנודדת, נמצא במקום מבודד מכל קהילה יהודית. המרחק ממקסיקו סיטי שם ישנו ריכוז גדול של יהודים, הוא 12 שעות נסיעה ממקום מושבם.
בשיחה ל'בחדרי חרדים' מספר יוסף, חרדי מהקהילה במקסיקו סיטי "אצלינו לא היו נותנים לנתח את הגופה, כאן יש קשרים עם הרשויות. שם זה סוף העולם, אין מי שילחם בשבילם. העיתונים הגדולים בכלל לא דיווחו על זה, כי יש פה במדינה הרבה מקרי טביעה, רק העיתונים המקומיים והאתרים המקומיים".
נשלח: זונטאג יולי 09, 2017 3:50 pm
דורך קאווע טרינקער
אז מ'שניידט וועט מען טרעפן א צלם.
Re: ברעיקינג; הרב שלמה העלבראנץ אומגעקומען
נשלח: זונטאג יולי 09, 2017 3:57 pm
דורך קאלטגעבראטן
חיים שאולזאן האט אנגעמערקט די פארגאנגענע וואך אז אין די לעצטיגע אינטערוויא מיט א מעקסיקאנער נייעס האט אנדערשט ווי געווענטליך דער דובר הכת גאלדמאן גארנישט דערמאנט זיין רבי שלמה העלבראנס
Sent from my STV100-1 using Tapatalk
נשלח: זונטאג יולי 09, 2017 4:11 pm
דורך [NAMELESS]
למעשה איז ער נסתלק געווארן אויף א פרייטאג בשעת'ן זיך טובל'ען, איז דאס נישט קיין הייליגע מיתה?
Re: ברעיקינג; הרב שלמה העלבראנץ אומגעקומען
נשלח: זונטאג יולי 09, 2017 4:34 pm
דורך יהודי פשוט
קאווע טרינקער האט געשריבן:אז מ'שניידט וועט מען טרעפן א צלם.
ער איז געוועהן א ליטפאק ???
נשלח: זונטאג יולי 09, 2017 4:38 pm
דורך איש את רעהו
בן אדם האט געשריבן:למעשה איז ער נסתלק געווארן אויף א פרייטאג בשעת'ן זיך טובל'ען, איז דאס נישט קיין הייליגע מיתה?
ווען א סקווירא/גורע/פאפאנע/בעלזע חסיד באשרייבט זיין רבי ז"ל אין די מיתה איז געווען בעת טהרה ערב שב"ק בנהר וואלט עס געהאט בלעטער פון מקורות אויף די קדושת האדמו"ר וכו'.
Re: ברעיקינג; הרב שלמה העלבראנץ אומגעקומען
נשלח: זונטאג יולי 09, 2017 5:45 pm
דורך יהודי פשוט
אמו של הלברנץ: "הוא היה קשור בחבל לעץ. הקשר ניתק והוא נסחף. הוא בן יחיד. אנחנו מזועזעים. הכל עלילות"
נשלח: זונטאג יולי 09, 2017 6:15 pm
דורך בן ישי
לוי ווי איך הער ארבעטן זיי יעצט עם אריבער צופירן צוריק קיין גוטאמאלא.
נשלח: זונטאג יולי 09, 2017 7:02 pm
דורך אישתישבי
בן אדם האט געשריבן:למעשה איז ער נסתלק געווארן אויף א פרייטאג בשעת'ן זיך טובל'ען, איז דאס נישט קיין הייליגע מיתה?
עס איז גאר א הייליגע מיתה, אבער פארט א מיתה משונה.
Re: ברעיקינג; הרב שלמה העלבראנץ אומגעקומען
נשלח: זונטאג יולי 09, 2017 8:22 pm
דורך טרויבן88
איך האב געזען די ווידעא אינדערפרי... זייער גוט אראפגעלייגט, און די זאכן טויגן די איזראעליס בעסער ווי די אמעריקאנע פרעסע
נשלח: זונטאג יולי 09, 2017 9:35 pm
דורך אויבערלענדער חכם
אישתישבי האט געשריבן:בן אדם האט געשריבן:למעשה איז ער נסתלק געווארן אויף א פרייטאג בשעת'ן זיך טובל'ען, איז דאס נישט קיין הייליגע מיתה?
עס איז גאר א הייליגע מיתה, אבער פארט א מיתה משונה.
די גמרא זאגט אז "טובע בנהר" איז א קיום פון מיתת חנק. איך קום נישט חושש זיין אז ער איז געווען חייב חנק אדער כרת אבער מען זאל נישט פאדרייען א קאפ מיט א הייליגע מיתה....
נשלח: זונטאג יולי 09, 2017 10:04 pm
דורך שבת אחים
קאווע טרינקער האט געשריבן:ברוך דיין האמת!! Literally
רוב אמעריקאנע פוטבאלל און בעסקיטבאלל שפילערס זענען קריסטן. בעפאר יעדע גרויסע געים דאווענען זיי צו יוזל אז זיי זאלן געווינען. דער באוואוסטער כופר, דער רבי פון סטענד אפ קאמעדי "דזשארזש קארלין" פלעגט זאגן:
זיי דאוונען צו יאשקע, און ווען זיי געווינען דאנקען זיי גאט פאר'ן זיין אויף זייער זייט און זיי העלפן געווינען, אבער ווען זיי פארלירן האב איך נאך קיינמאל נישט געהערט ווי איינער זאל זיך אויפשטעלן און זאגן FU פאר יוזל! איך האב געדאווענט צוויי שעה פאר די געים און דעס טוסטו?...!
קענסט נישט נוצן די חשבונות אז גאט באשטראפט די באשולדיגטע אויף א וועג וויאזוי אונז קליינע מענטשן פארשטייען. און ווען ס'קומט אזא טראגעדיע ווי האלצבערג וואס האט זיך מוסר נפש געוועהן פארן אייבערשטן און געגעאנגען וואוינען אין אינדיע א דריטע וועלט לאנד צו פארשפרייטן אידישקייט, און ווען א דארטיגע צייטונג האט אים געפרעגט אין א אינטערוויו צי ער האט נישט קיין מורא פון קיין "טעראריזם" האט ער געזאגט "דער אייבישטער היט אויף זיינע שליחים", און ליידער איז ער אזוי קאלטבלוטיג אומגעקומען מיט א מיתה משונה און איבערגעלאזט א קיילעכיגע יתום, וואס ער איז זיכער גארנישט געוועהן שולדיג לכל הדעות.
אונז אלע האבן געזעהן די טעראר אטאקע אין הר נוף-ירושלים, ווי אידן איינגעוויקלט אין טלית און תפילין זענען ליידער דערמארדעט געווארן אינמיטן דאוונען צום אייבערשטן מיט זייערע תפילין אינאיינעם...
דעמאלטס קענסטו אויך זאגן ברוך דיין האמת ליטערלי???
וואס איז געוועהן זיבעציג יאהר צוריק ווען צוויי מיליאן צאן קדשים, קליינע פיצעלע קינדער זענען אריין אין די אויווענס??? ווען "גרויסע רבי'ס", קדושים וטהורים, וואס האבן אוועקגעגעבן זייער גאנץ לעבן פאר'ן אייבערשטן און פאר אידישקייט זענען נעבעך קאלטבלוטיג אומגעברענגט געווארן אויף די ערגסטע אופנים וואס מ'ווייסט נאר זייט די וועלט שטייט...! צוגענומען פון מאמעס זייערע פיצלעך קינדער און זיי קאלטבלוטיג דערמארדעט פארענט פון די עלטערן...!
דו דערמאנסט מיך פון מיין חבר, וואס האט אייביג גע'טענה'ט אז ער האט א וועג צו געווינען אין די קאסינא און אויסשפילן די סיסטעם, ער האט געהאלטן אין איין פארלירן... אבער ווען ער האט איין שאט פונקט געמאכט און ס'איז אים געלונגען האט ער הויך אויסגעשריגן פאר יעדעם איינעם "זעהסט כ'האב דיר געזאגט אז איך גיי עס מאכן"!!!
יא יא, צום סוף האט ער געדארפט גייען צו פראפעישאנעל הילף ארויסקלאפן די משוגעת פון קאפ אז "פונקט ער" קען אויסשפילן די קאסינא, ווייל די וויץ האט אים במשך פון די יאהרן אפגעקאסט אין די הונדערטער טויזנטער דאללארן...
איך וואלט אויך אזוי געזאגט:
"נסתרים דרכי השם".
ווייל אז נישט זיי מסביר וואס האט פאסירט ביי האלצבערג...