א בחור דארף וויסן זיין

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
קול הלשון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 120
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 05, 2015 9:32 pm
האט שוין געלייקט: 21 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל

Re: א בחור דארף וויסן זיין

שליחה דורך קול הלשון »

די פראבלעם איז נאך טיפער אז רוב בחורים העכער 20 יאר זיצן אין ישיבה אין זיי גייען ליידיג אין זיי ווערן משיגע מיט די צייט וועגן דעם גייט עס א שטאפל ווייטער אז זיי קויפן א סמארטפאון און אזוי ווי א בחור טאר דאך חס ושלום נישט האבן א סמארטפאון ווייל א בחור מיינט פון 5 ביז 15 יאר תפיסה האט מען עס באהאלטן אין אז קיינער ווייסט נישט האט מען נישט קיין פילטער אין ער קיקט כל מה שלבו חפץ אין זאכן שאין רוח חכמים נוחה הימנו. אין יעצט לאז מיר גיין פארקערט ווען וועלט וואלט געווען וועלט וואלט יעדע 20 יעריגע בחור געגאנגען ארבעטן אין מען וואלט געווארן נארמאל אין מען וואלט נישט געדארפט א סמארטפאון צו שטיפן די צייט ווייל מען וואלט געפילט אז מען טוט עפעס אויף מיט די טאג אין מען איז פארנימען אין אפילו ער וואלט יא געהאט א סמארטפאון וואלט ער נישט געווען אריינגעטיען אין דעם א גאנצע טאג אין אז ער האט עס אין פאבליק וואלט ער ענדערש געהאט א פילטער
פארשפארט