בלאט 2 פון 3

נשלח: מאנטאג יולי 23, 2012 6:12 am
דורך שמואל הלוי
יעצט נאכגעקוקט אויך אין נטעי גבריאל [נישט אין נטעי ההרים ;) ], און ער איז אויך מתיר תספורת און כיבוס, נאכמער גאר ער איז אפילו מתיר געהעריג כלי זמר אום מוצאי ת"ב שנדחה, אבער בבשר ויין זאל מען יא מחמיר זיין.

דאס איז גאר א אינטערסאנטע הלכה, ס'טייטש אז מ'מעג אויספאסטן בשעת ס'שפילט שיינע לעבעדיגע מוזיק, און מ'מעג זיך אפשערן, מ'מעג וואשן וועש, אבער פלייש און וויין דאס שוין נישט...

נשלח: מאנטאג יולי 23, 2012 11:48 am
דורך לעמיל
וואס איז מיט הבדלה פאר קינדער? דארף יעדע קינד מאכען הבדלה פאר זיך אדער קען איינער מוצא זיין אלע קינדער?

נשלח: מאנטאג יולי 23, 2012 6:24 pm
דורך דבילה
געפילטע פיש האט געשריבן:וואס טוט מען, ווען ברענגט מען די קראקס אין סמעדרעש?


די קראקס זענען דאך אסור!!!

נשלח: מאנטאג יולי 23, 2012 6:51 pm
דורך zamel
לעמיל האט געשריבן:וואס איז מיט הבדלה פאר קינדער? דארף יעדע קינד מאכען הבדלה פאר זיך אדער קען איינער מוצא זיין אלע קינדער?


וואס איז דאס אנדערש ווי יעדע מוצאי שבת?
איך פרעג בדרך עם הארץ נישט אז איך וויל עפעס זאגן דערמיט, איך וויל נאר פארשטיין דיין שאלה.

נשלח: מאנטאג יולי 23, 2012 7:48 pm
דורך אלבערט
zamel האט געשריבן:
לעמיל האט געשריבן:וואס איז מיט הבדלה פאר קינדער? דארף יעדע קינד מאכען הבדלה פאר זיך אדער קען איינער מוצא זיין אלע קינדער?


וואס איז דאס אנדערש ווי יעדע מוצאי שבת?
איך פרעג בדרך עם הארץ נישט אז איך וויל עפעס זאגן דערמיט, איך וויל נאר פארשטיין דיין שאלה.

יעדן מוצאי מאכט א גדול.

נשלח: דינסטאג יולי 24, 2012 10:01 pm
דורך קליינע רעבעלע
דע זעלבע שאלה איז יו"כ מיט קידוש
למעשה פירט מען זיך נישט צי מאכן קידיש מסתבר מיט הבדלה תשעה באב דע סעים

נשלח: דינסטאג יולי 24, 2012 11:28 pm
דורך געפילטע פיש
קליינע רעבעלע האט געשריבן:דע זעלבע שאלה איז יו"כ מיט קידוש
למעשה פירט מען זיך נישט צי מאכן קידיש מסתבר מיט הבדלה תשעה באב דע סעים

פאר קינדער אדער א גדול, איך האב דייקא יא געהערט אז אין געוויסע פלעצער פירט מען זיך אז א גדול וואס פאסט נישט זאל יא מאכן הבדלה.

נשלח: דאנערשטאג יולי 23, 2015 9:52 am
דורך געוואלדיג
שמואל הלוי האט געשריבן:מ'דארף מוסיף זיין אביסל אזוי ווי יוכ"פ

טעות, בין השמשות איז אסור אזוי ווי יוהכ"פ, אבער מען דארף נישט מוסיף זיין אזוי ווי יוהכ"פ, נאר מן מעג עסן ביז די לעצטע סעקונדע צו בין השמשות.

Re: פארשידענע הלכות וואס איז נוגע שבת ט"ב

נשלח: דאנערשטאג יולי 23, 2015 10:10 am
דורך לבלר
אינטראסאנט דברים שבצנעה איז אסור אויף פרייטיג צונאכטס, אזוי פאסקענט קלאר די רמ"א, (הגם דא משנה ברורה האט צדדים להקל), אין פאר וועם איך זאג דערוועגן לאכט פין מיר. פארוואס?

Re: פארשידענע הלכות וואס איז נוגע שבת ט"ב

נשלח: דאנערשטאג יולי 23, 2015 10:43 am
דורך [NAMELESS]
איז די יאר אנדערש לגבי רחיצה פרייטאג נאכמיטאג?

נשלח: דאנערשטאג יולי 23, 2015 11:40 am
דורך געוואלדיג
נישט אנדערש ווי יעדע שבת חזון

נשלח: דאנערשטאג יולי 23, 2015 11:50 am
דורך ציגרעטל
לבלר האט געשריבן:אינטראסאנט דברים שבצנעה איז אסור אויף פרייטיג צונאכטס, אזוי פאסקענט קלאר די רמ"א, (הגם דא משנה ברורה האט צדדים להקל), אין פאר וועם איך זאג דערוועגן לאכט פין מיר. פארוואס?


איך לאך נישט, באמת א יישר כח פארן ארויפברענגען!

נשלח: דאנערשטאג יולי 23, 2015 12:31 pm
דורך [NAMELESS]
ציגרעטל האט געשריבן:
לבלר האט געשריבן:אינטראסאנט דברים שבצנעה איז אסור אויף פרייטיג צונאכטס, אזוי פאסקענט קלאר די רמ"א, (הגם דא משנה ברורה האט צדדים להקל), אין פאר וועם איך זאג דערוועגן לאכט פין מיר. פארוואס?


איך לאך נישט, באמת א יישר כח פארן ארויפברענגען!
געוואלדיג האט עס ארויפגעברענגט.

נשלח: דאנערשטאג יולי 23, 2015 12:33 pm
דורך ציגרעטל
יישר כח @געוואלדיג

נשלח: דאנערשטאג יולי 23, 2015 12:39 pm
דורך צדיק נסתר
שמואל הלוי האט געשריבן:יעצט נאכגעקוקט אויך אין נטעי גבריאל [נישט אין נטעי ההרים ;) ], און ער איז אויך מתיר תספורת און כיבוס, נאכמער גאר ער איז אפילו מתיר געהעריג כלי זמר אום מוצאי ת"ב שנדחה, אבער בבשר ויין זאל מען יא מחמיר זיין.

דאס איז גאר א אינטערסאנטע הלכה, ס'טייטש אז מ'מעג אויספאסטן בשעת ס'שפילט שיינע לעבעדיגע מוזיק, און מ'מעג זיך אפשערן, מ'מעג וואשן וועש, אבער פלייש און וויין דאס שוין נישט...

טאקע זייער אינטערסאנט

נשלח: דאנערשטאג יולי 23, 2015 7:00 pm
דורך דריידל
געדענקן צו זאגן ברוך המבדיל בין קודש לחול פאר מ'טוישט זיך צו די וואכעדיגע בגדים.

פארשידענע הלכות וואס איז נוגע שבת ט"ב

נשלח: דאנערשטאג יולי 23, 2015 7:08 pm
דורך ירא שמים
בעלזער חסידים גדענקטס צו זינגען ברוך ה׳ יום יום , ביים מיטאג סעודה זינגט מען דאס , און געדענקטס נישט צו ענדיגן די סעודה צו שפעט ווייל די מנהג איז צו עסן מאכלי חלב ביי שלש סעודות.

Re: פארשידענע הלכות וואס איז נוגע שבת ט"ב

נשלח: דאנערשטאג יולי 23, 2015 7:47 pm
דורך יהושע חיים
לבלר האט געשריבן:אינטראסאנט דברים שבצנעה איז אסור אויף פרייטיג צונאכטס, אזוי פאסקענט קלאר די רמ"א, (הגם דא משנה ברורה האט צדדים להקל), אין פאר וועם איך זאג דערוועגן לאכט פין מיר. פארוואס?

ער זאגט עס נאר בתורת מנהג (אזוי ווי פלייש און רחיצה פון ר"ח אב)
ל"ט זאגט דער של"ה איז מען נישט נוהג אבילות בצענה משא"כ תשעה באב אליין (כמדומה אז די פרמ"ג קריגט זיך מיטן של"ה אבער למעשה נעמען אהן רוב אחרונים ווי דער של"ה הק')

Sent from my LG-P659 using Tapatalk

נשלח: דאנערשטאג יולי 23, 2015 10:28 pm
דורך [NAMELESS]
געהערט אמאל אן עקסטריעם ווארט פונעם סערדעהעלער רב ר' משה ניישלאס זצ"ל, --ווי באקאנט פלעגט ער אויסנאם שטארק מיקל זיין פאר פרויען דאס פאסטען--, האט ער געזאגט: א פרוי טאר נישט פאסטען, אדער איז זי מעוברת, אדער א מינקת, אויב איז זי נישט איינע פון די צוויי דאן איז עפעס נישט גלאטיג מיט איר און דארף סתם אזוי נישט פאסטן!...

נשלח: דאנערשטאג יולי 23, 2015 10:35 pm
דורך [NAMELESS]
די אלע וואס פירן זיך כדברי המקילין מיטן טוישן די שיך (וגם שאר בגדי שבת) נאך די חזן זאגט ברכו כפסק הרמ"א ורש"י הק' ועוד, און פירט זיך אויך נישט צו טראגן מיטן עירוב, זאל געדענקן צו ברענגן אין שול אריין זיינע וואכעדיגע בגדים שוין פון פאר שבת.

[און ערגסטן פאל אז ער האט פארגעסן, קען ער אולי בלייבן מיט די בגדי שבת ביי קינות אזוי ווי אסאך ליטאים טוען]

Re: פארשידענע הלכות וואס איז נוגע שבת ט"ב

נשלח: דאנערשטאג יולי 23, 2015 10:44 pm
דורך יהושע חיים
ליטאים גייען נישט קיין בגדי שבת

Sent from my LG-P659 using Tapatalk

נשלח: דאנערשטאג יולי 23, 2015 10:48 pm
דורך אויבערלענדער חכם
לבלר האט געשריבן:אינטראסאנט דברים שבצנעה איז אסור אויף פרייטיג צונאכטס, אזוי פאסקענט קלאר די רמ"א, (הגם דא משנה ברורה האט צדדים להקל), אין פאר וועם איך זאג דערוועגן לאכט פין מיר. פארוואס?

די פוסקים זאגען אז מען דארף מכריז זיין אין שוהל אז דברים שבצנעה זענען נוהג, אבער די שער הציון ברענגט אז במקום דשכיחי ליצני זאל מען נישט. זעהט אויס אז די חברה וואס לאכען קומען פון א ארט וואו מען רופט נישט אויס ממילא מוזען זיי לאכען לקיים דברי השער הציון.

נשלח: דאנערשטאג יולי 23, 2015 11:30 pm
דורך [NAMELESS]
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:געהערט אמאל אן עקסטריעם ווארט פונעם סערדעהעלער רב ר' משה ניישלאס זצ"ל, --ווי באקאנט פלעגט ער אויסנאם שטארק מיקל זיין פאר פרויען דאס פאסטען--, האט ער געזאגט: א פרוי טאר נישט פאסטען, אדער איז זי מעוברת, אדער א מינקת, אויב איז זי נישט איינע פון די צוויי דאן איז עפעס נישט גלאטיג מיט איר און דארף סתם אזוי נישט פאסטן!...

איך האב געהערט פון א עלטערע יונגערמאן אז אויך אין בית מדרש פון קעמפ פלעגט ער ארומלויפן צו אלע יונגע בחורים מיט א טאץ קעיק און זיי געצווינגן אויסצופאסטן [בשבעה עשר בתמוז ובתשעה באב נדחה] אויב האט יענע בחור נישט געוואלט אויספאסטן (האלא, איך בין שוין א טאטע בחור, איך קען שוין פאסטן) האט ער געמאכט קולות אויף יענעם, ביז יענער האט געמיזט, עס איז ממש נישט געווען קיין צוויי ברירות מיט אים, זי״ע.