בלאט 2 פון 3
נשלח: זונטאג אוגוסט 13, 2017 11:29 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:אפשר טרעף מיר זיך אינטערוועגענס??
עמער צוריק ברענגען פון דארט פיינע שנאפס און מ'עמער אויסטיילן דא אין שטיבל
נשלח: זונטאג אוגוסט 13, 2017 11:34 pm
דורך וואלווי
כ'בין געוווען ביי וואדפארד, און זיי זאגען אז מ'קען מאכען א ספעשעל ראן מיט אן אייגען אזא מין דזשאונט לעבעל, עט מען מאכן מיט תחת השגחת בד"ץ קאווע שטיבל
נשלח: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 8:11 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ס'איז נישט דא אזא זאך ווי גוטע בורבון. ס׳איז אלץ רעדנע"ק חזעריי. לבנה שיין בלע"ז. ווען די ציינער טוען וויי און אינשורענס צאלט נישט אויף א דענטיסט, קען מען דערמיט אויסשווענקען די מויל.
רבותי, יונגעלייט! הארכטס איינער וואס איז אביסל עלטער ווי אייך, און טרינקט'ס נאר סינגל מאלט!
כי בדבר הזה תאריכון ימיך על אדמתך.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 11:29 am
דורך דער גאלדענער אדלער
נאפ! @ליטוואק ביזט נישט גערעכט דאס מאל, מיר זענען נישט קיין יוראפעישע, מיר זענען אמעריקאנער, און בוירבון איז א חלק פון אינזער קולטור, העכסטענס קענסטו זאגן, אז א ירא שמים איז יוצא ידי שניהם, אבער אינגאנצן שולל זיין בוירבאן פון אינזער קולטור, איז פינקט אזוי ווי צו זאגן אז מ'קען זיין אן ערליכע סאקמערער און שטיצן גיוס.
א קאובוי העט רייטענדיג אויף א הארסי מיט א פלעשעל בוירבאן מיט א שיסער אויפן אקסעל, וואס דארף מען מער!!
נשלח: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 4:15 pm
דורך וואלווי
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ס'איז נישט דא אזא זאך ווי גוטע בורבון. ס׳איז אלץ רעדנע"ק חזעריי. לבנה שיין בלע"ז. ווען די ציינער טוען וויי און אינשורענס צאלט נישט אויף א דענטיסט, קען מען דערמיט אויסשווענקען די מויל.
רבותי, יונגעלייט! הארכטס איינער וואס איז אביסל עלטער ווי אייך, און טרינקט'ס נאר סינגל מאלט!
כי בדבר הזה תאריכון ימיך על אדמתך.
No way.
בארבאן VS סקאטש איז אזוי ווי Toyota Corolla vs Mercedes S class or BMW 750...
פראבלעם איז, רוב בארס האבן איין בארבאן פאר א יעדע צען סקאטש...
נשלח: מוצ"ש אוגוסט 19, 2017 7:43 pm
דורך טרויבן88
אין די ארטיקל ווערט ארויסגעברענגט אז אסאך פלעצער פארלאזן זיך אויף זון קראפט, וועט מען זען אויב מען קען זיך פארלאזן אויף דעם...
Reuters: Solar eclipse presents first major test of power grid in renewable era
http://google.com/newsstand/s/CBIwhtOf4zU
נשלח: מוצ"ש אוגוסט 19, 2017 10:09 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
Hebrewbooks.org/27762
עי' עמ' 13, ווי מ'שילדערט וואס דער ח"ח האט געהאט צו זאגען אויף אן עקליפס.
נשלח: זונטאג אוגוסט 20, 2017 5:55 am
דורך diff
א שיינע חסידישע מעשה
Re: "the great American eclipse" ער"ח אלול תשע"ז
נשלח: זונטאג אוגוסט 20, 2017 3:06 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ער לאזט אונז מיט א קשיא אן א תירוץ.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Re: "the great American eclipse" ער"ח אלול תשע"ז
נשלח: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 8:17 am
דורך טרויבן88
נשלח: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 8:46 am
דורך וואלווי
ויפגע במקום כי בא השמש:
אחד מחברינו היקרים [tag]חקרן[/tag] שליט"א בעת התבודדתו על הרי הבלו רידזש פארקוועי בבא השמש על אם הדרך עקליפסתה:
נשלח: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 9:01 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
באמת דער פשוט'סטע תירוץ צו די קשיא, וויאזוי איז עס א שלעכטע סימן פאר די אומה"ע בשעת אז מ'ווייסט פאראויס אז ס'גייט קומען, איז דער ליבואוויטשער רבי'ס תירוץ. יא, מ'ווייסט אז ס'גייט קומען, מ'ווייסט אבער נישט די וועטער צו מ'גייט עס קענען זע'ען. דער שרייבער פרעגט עס אפ זייער שוואך. ער זאגט אז די וועטער איז יא פרעדיקטעבעל, וואס דארף אונז אלע מאכען לאכען. יא, עטוואס ווייסען זיי, אבער נישט צו פיהל.
זיין צווייטע טענה איז אז דער עקליפס וועט יא זיין מערקבאר, אפילו ווען די וועטער שטעלט זיך נישט צו. דאס איז נישט נאר נישט צום זאך, נאר ס'ווייזט אויף א שוואכער פארשטאנד אין לערנען. דער גמרא זאט אונז 'כשהחמה לוקה', דער זוהן כאפט א קלאפ. דער שרייבער וויל טראכטען אז דער גמרא מיינט אן ענין וואס רופט זיך עקליפס, און דעריבער קען ער נישט אננעמען דער תירוץ. למעשה דארף עס מיינען נישט מער ווי דע רזוהן כאפען א קלאפ. ד.ה., עפ"י פשטות, אז מ'זעט עפעס זיך שלאגען מיט דער זוהן, און עס געווינט. ס'איז זייער פארשטענדליך אז דאס זאל מיינען נאר ווען מ'זעט ווי דער לבנה פארדעקט די זוהן.
דער פסק פון הרב ישעיה פנחס רוטנברג איז מביא לידי גיחוך. ער וויל זאגען אז טאמער א פרוי זעט דם בשעת אן עקליפס, איז מעגליך אז דאס הייסט א ראיה בלילה לגבי ווסתות וכדו'. יעדער פארשטייט אז יום ולילה האט מיט הילוך החמה און נישט מיט די לבנה, און אויך נישט מיט די טונקעל. איך וואלט געוואלט זע'ען אינעווייניג וואס ער זאגט, אבער איך האב קיינמאל נישט געהערט פון דער מענטש און איך ווייס נישט ווי מען טרעפט זיין ספר 'מנחת פרי'.
Re: "the great American eclipse" ער"ח אלול תשע"ז
נשלח: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 9:09 am
דורך פליקער
איך האב געזען דעם אדמו''ר שליט''א'ס תירוץ אלס גאר שוואך, ווייל אויב איז עס פראדיקטעבל אז עס געשעט נאר און א געוויסע גאנג, דאן ווי קומט אריין די חטא, דהיינו אז אויב מען זינדיגט למשל אחר הליקו דאן וועט זיין א גיטע וועטער ביים נעקסטען ליקוי עס איז למעלה מן השכל, אדער אפשר אויב פונקט זינדיגט מען בשעת א ליקוי גיבט דער באשעפער א שיינע וועטער, און אויב זינדיגט מען נישט דאן וועט זיין א שלעכטער וועטער, ועוד קשה, דער וועטער איז נאר לאקאל, אויב איין פלאץ איז פארוואלקענט, איז דאך און א אנדערע פלאץ שיין, טא איז עס נאך אלס א שלעכטער סימן אדער נישט.
Re: "the great American eclipse" ער"ח אלול תשע"ז
נשלח: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 9:29 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דער וואס וועט זיין צו באשעפטיגט היינט מיט זאגען סליחות וכדו׳, און ער וועט פארפעלען דער עקליפס, גייט זיין נאך איינס אין בלויז זיבען יאר.
עי׳ כאן
https://qz.com/1057576/fear-not-there-w ... -lifetime/Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Re: "the great American eclipse" ער"ח אלול תשע"ז
נשלח: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 10:13 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
פליקער האט געשריבן:איך האב געזען דעם אדמו''ר שליט''א'ס תירוץ אלס גאר שוואך, ווייל אויב איז עס פראדיקטעבל אז עס געשעט נאר און א געוויסע גאנג, דאן ווי קומט אריין די חטא, דהיינו אז אויב מען זינדיגט למשל אחר הליקו דאן וועט זיין א גיטע וועטער ביים נעקסטען ליקוי עס איז למעלה מן השכל, אדער אפשר אויב פונקט זינדיגט מען בשעת א ליקוי גיבט דער באשעפער א שיינע וועטער, און אויב זינדיגט מען נישט דאן וועט זיין א שלעכטער וועטער, ועוד קשה, דער וועטער איז נאר לאקאל, אויב איין פלאץ איז פארוואלקענט, איז דאך און א אנדערע פלאץ שיין, טא איז עס נאך אלס א שלעכטער סימן אדער נישט.
איך ווייס נישט וואס דו ווילסט. קוק אין רמב"ן אויף חומש ביי את קשתי נתתי בענן, וואס דארט איז עס א סימן און עס ווענדט זיך אויף די וועטערק ס׳איז דער זעלבע זאך.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 10:30 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב געטראפען דער מנחת פרי, והא לך לפניך. ער זאגט מער ווי יענער ברענגט, אבער ס'איז נאכאלץ נישט צו דער זאך לענ"ד.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 10:45 am
דורך איש את רעהו
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:באמת דער פשוט'סטע תירוץ צו די קשיא, וויאזוי איז עס א שלעכטע סימן פאר די אומה"ע בשעת אז מ'ווייסט פאראויס אז ס'גייט קומען
וואס איז שווער אז מען ווייסט פון פאראויס אז די סימן רע להאומות קומט
אז אייינער זאגט דיר אין 2 שעה ארום אויפן ראוד 17 וועסטו זעהן א סימן וואס צייגט ווי מען דרייט זיך צו שאכלאכסוויל סיטי, וועט די סימן ווערן אויס סימן ?
נשלח: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 11:44 am
דורך פלאוויוס
אן אינטערעסאנטער מאמר!
קעגן דעם וואס דער ליובאוויטשער רבי האט געזאגט אז ס'איז א סימן אויף פורענות איז געשריבן אינעם ארטיקל אז ס'איז נישטא קיין מקור צו דעם. אין דער גמרא סוכה (כט.) ווערט קלאר יא גערעדט וועגן "פורענות".
בנוגע דעם עצם שמועס איז טאקע נישטא קיין תירוץ, און מיר דאכט זיך אז ס'דארף נישט זיין. ס'איז אזוי ווי מ'זאל וועלן פארגלייכן אגדה מיט פשט. ס'איז אבער אן אינטערעסאנטער שמועס משום להגדיל תורה.
@אבטולמוס האט שוין דערמאנט אינעם לעצטן וועקער איבער דעם הפרש פונעם אידישן מולד צו דעם אסטראנאמישן מולד. ס'איז מיר געווען אן אינטערעסאנטע אנטדעקונג. דער יעצטיגער מאמר באהאנדלט אויך דעם אספעקט, אנווייזנדיג ווי ס'איז בולט אינעם יעצטיגן ליקוי החמה. (אינעם ארטיקל איז געשריבן אז דער מולד ווערט אויסגערעכנט דורכ'ן צולייגן 29 טעג, 5 שעה, מיט 204 חלקים צו יעדן חודש נאכ'ן מולד המדומה פון שנה א'. ס'איז לכאורה א טעות. דער מולד לייגט צו 29 טעג, 12 שעה, מיט 793 חלקים צו יעדן חודש.)
אינפארמאציע קרישקעלעך פאר די היינטיגער ליקוי
נשלח: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 11:46 am
דורך [NAMELESS]
אינפארמאציע און אנווייזונגען
איבער דער ליקוי חמה: (פון דער איד דעילי)
* עס איז הונדערט פראצענט שעדליך צו קוקן אויף דער זון אויב טראגט מען נישט די ספעציעלע ליקוי חמה ברילן. מ'קען ליידן ערנסטע שאדנס אויף די אויגן, אדער בלינד ווערן ל"ע.
* צו וויסן צי מ'האט איינגעקויפט אויטענטישע ברילן אדער פאלשע, דארף מען זען ס'זאל האבן דעם סימבאל פון די ISO מיט די ציפערן "12312-2".
* אויב איז מען נישט זיכער צי די ברילן זענען אויטענטיש, קען מען עס אויספרובירן דורכ'ן אריינשיינען מיט א פלעשלייט דערין. אויב זעט מען דורך דעם שיין, איז עס פאלש, ווייל די אויטענטישע לאזט נאר דורך די זון.
* אויב האט מען למעשה נישט אנגעיאגט צו קויפן די ברילן, קען מען קוקן אויף די זון דורכ'ן מאכן מיט די הענט א פיצינקע לאך דורך די פינגערס. אבער מ'זאל זיין זייער געהיטן נישט צו קוקן צו לאנג.
* ווען די לבנה וועט באדעקן די זון 100 פראצענט, מעג מען אויסטאן די ברילן און קוקן אויף די זון. אין ניו יארק וועט די זון נישט זיין 100 פראצענט באדעקט, מוז מען דעריבער בלייבן מיט די ברילן די גאנצע צייט.
* פרובירט נישט צו כאפן בילדער פון די ליקוי חמה, סיי ווייל מ'דארף האבן דערפאר גאר ספעציעלע קאמערעס, און סיי ווייל איר ווילט נישט פארפאסן די היסטארישע מאמענט מיט'ן זיין פארנומען כאפן בילדער...
גענויע "ליקוי חמה" צייטן פאר
אלע אידישע געגנטער:
וויליאמסבורג און בארא פארק: די ליקוי וועט זיך אנהייבן 1:23 נאכמיטאג און וועט זיך ענדיגן 4:01 נאכמיטאג. די שטערקסטע פינצטער וועט זיין אום 2:45:01, ווען די לבנה וועט פארדעקן 71.5 פראצענט פון דער זון.
מאנסי: די ליקוי וועט זיך אנהייבן 1:23 נאכמיטאג און וועט זיך ענדיגן 4:00 נאכמיטאג. די שטערקסטע פינצטער וועט זיין אום 2:43:14, ווען די לבנה וועט פארדעקן 70.6 פראצענט פון דער זון.
קרית יואל: די ליקוי וועט זיך אנהייבן 1:22 נאכמיטאג און וועט זיך ענדיגן 3:59 נאכמיטאג. די שטערקסטע פינצטער וועט זיין אום 2:43:43, ווען די לבנה וועט פארדעקן 70.2 פראצענט פון דער זון.
לעיקוואוד: די ליקוי וועט זיך אנהייבן 1:23 נאכמיטאג און וועט זיך ענדיגן 4:02 נאכמיטאג. די שטערקסטע פינצטער וועט זיין אום 2:45:39, ווען די לבנה וועט פארדעקן 73.6 פראצענט פון דער זון.
בלומינגבורג: די ליקוי וועט זיך אנהייבן 1:22 נאכמיטאג און וועט זיך ענדיגן 3:58 נאכמיטאג. די שטערקסטע פינצטער וועט זיין אום 2:42:58, ווען די לבנה וועט פארדעקן 69.7 פראצענט פון דער זון.
דזשערסי סיטי: די ליקוי וועט זיך אנהייבן 1:23 נאכמיטאג און וועט זיך ענדיגן 4:01 נאכמיטאג. די שטערקסטע פינצטער וועט זיין אום 2:44:52, ווען די לבנה וועט פארדעקן 71.7 פראצענט פון דער זון.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 11:52 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
פלאוויוס האט געשריבן:@אבטולמוס האט שוין דערמאנט אינעם לעצטן וועקער איבער דעם הפרש פונעם אידישן מולד צו דעם אסטראנאמישן מולד. ס'איז מיר געווען אן אינטערעסאנטע אנטדעקונג. דער יעצטיגער מאמר באהאנדלט אויך דעם אספעקט, אנווייזנדיג ווי ס'איז בולט אינעם יעצטיגן ליקוי החמה. (אינעם ארטיקל איז געשריבן אז דער מולד ווערט אויסגערעכנט דורכ'ן צולייגן 29 טעג, 5 שעה, מיט 204 חלקים צו יעדן חודש נאכ'ן מולד המדומה פון שנה א'. ס'איז לכאורה א טעות. דער מולד לייגט צו 29 טעג, 12 שעה, מיט 793 חלקים צו יעדן חודש.)
די צוויי מולדות האב איך
דא דערמאנט, ומשם צום פה סח II. די מולד וואס מיר רופען אויס האט נישט מיט זע'ען די לבנה. מ'זעט עס קיינמאל נישט אין יענער צייט, ס'איז קיינמאל נישט אקוראט און ס'איז נישט געמאכט געווארען צו זיין אקוראט. ס'איז א חשבון פון דער אמצעי, עיי"ש.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 12:00 pm
דורך פלאוויוס
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:אינפארמאציע און אנווייזונגען
איבער דער ליקוי חמה: (פון דער איד דעילי)
* צו וויסן צי מ'האט איינגעקויפט אויטענטישע ברילן אדער פאלשע, דארף מען זען ס'זאל האבן דעם סימבאל פון די ISO מיט די ציפערן "12312-2".
* אויב איז מען נישט זיכער צי די ברילן זענען אויטענטיש, קען מען עס אויספרובירן דורכ'ן אריינשיינען מיט א פלעשלייט דערין. אויב זעט מען דורך דעם שיין, איז עס פאלש, ווייל די אויטענטישע לאזט נאר דורך די זון.
לויט'ן
וועבזייטל פון דער American Astronomical Society קען מען זיך נישט סומך זיין אויפ'ן סימבאל פון די ISO, ווייל די מארקעט איז פארפלייצט מיט נישט-אויטענטישע ברילן וועלכע האבן ארויפגעדרוקט דעם סימבאל. לויט זייער וועבזייטל איז אויך נישטא קיין וועג וויאזוי צו וויסן צי ס'איז אויטענטיש אדער נישט, נאר מ'דארף באשטעלן דירעקט פון באשטימטע פירמעס וועלכע פארקויפן נאר אויטענטישע ברילן (זיי האבן א רשימה פון אזעלכע פירמעס).
אויב מ'איז נישט זיכער מיט די ברילן זענען דא מערערע אנווייזונגען אנליין וויאזוי צו מאכן א היימישע קוקער דורך א שוך-פושקע. ס'האט מיר גענומען אן ערך פון צוויי מינוט עס צוזאמצושטעלן און ס'איז נאך פיל קלארער ווי צו קוקן דורך די ברילן. די גאנצע דרויסנדיגע וועלט שפיגלט זיך אפ (אויף שווארץ און ווייס) אינעם שוך-פושקע ווי גלייך ס'וואלט געווען א פילם. די זון ווערט געזען מיט א קלארקייט אן דעם וואס מ'זאל קוקן דירעקט אויף דעם. ס'איז א העכסט אינטערעסאנטער עקספערימענט.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 1:49 pm
דורך החוקר
נשלח: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 2:21 pm
דורך יין שרף
יערות דבש ח"ב דרוש י"ב