בלאט 2 פון 2
נשלח: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 3:03 am
דורך שלמה המלך
וַיַּחֲנוּ בְּתָחַת
נאך אזא זאפטיג שטיקל קאנסטו שוין אריינלייגען דעם פינטל אינעם תאו
געוואלדיג!
נשלח: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 10:08 am
דורך diff
ב2חת. נישנאר זיי האלטן אויף א וועג, זייער אידילאג אויך. גוט ארויסגעברענגט
Re: וַיַּחֲנוּ בְּתָחַת
נשלח: מיטוואך אוגוסט 16, 2017 10:06 pm
דורך הבל וריק
אנשטאט לייגן א בטעות'דיגן פינטל ארויפצוברענגען דעם אשכול אויפן אויבנאן, ברענג איך עס פאלנערהייט נאך איינמאל ארויף בריש גלי - פאר די וואס האבן עס אפשר פארפאסט, ביפאר ס'גייט צום פארגאנגענהייט.
Re: וַיַּחֲנוּ בְּתָחַת
נשלח: מיטוואך אוגוסט 16, 2017 10:17 pm
דורך החוקר
יישר כח, איך האב עס טאקע יעצט באמערקט צום ערשטן מאל.
געוואלדיג!!! אבער נישט סתם!
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 12:54 am
דורך שמעקעדיג
דער קעפל פונעם אשכול איז נישט די הייליגסטע, איך האב געמיינט אז עס קומט בלויז הומאר, אבער איך האב מיך טועה געווען - עס איז טאקע א שטיק הומאר, אבער ציפעדיגע!! די לאכעדיגע לשונות מיטן אונטערליגענדן מוסר השכל איז א מישמאש הפלא ופלא!
פאר די יונגערע לערנט עס אויס אז כאטש יעצט מאכסטו א לעבן און דו לאכסט פון די וועלט, זאלסטו וויסן אז טאקע שמח בחור בילדותך אבער ודע, אוי ודע! עס ענדיגט זיך אמאל די "גוטע" צייטן... און פאר די עלטערע גיט עס א ציפ אין הארצן צו מאכן א שטיקל חשבון הנפש...
אוי איז דאס א גוט שטיקל מוסר...!! זייער פאסיג פאר ער"ח אלול...
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 3:04 am
דורך יואב
וואוו! א מייסטער ארבעט! זיך דערקוויקט מיט יעדן ווארט. כ'קען קוים ווארטן אויפ'ן "ויסעו מתחת."
Re: וַיַּחֲנוּ בְּתָחַת
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 11:17 am
דורך קל וחומר
יואב האט געשריבן:וואוו! א מייסטער ארבעט! זיך דערקוויקט מיט יעדן ווארט. כ'קען קוים ווארטן אויפ'ן "ויסעו מתחת."
כ'האב מורא אז מ'איז שוין צו טיעף אין תחת אז מ'זאל קענען זיך ארויסצוען פון דארט...
נשלח: פרייטאג אוגוסט 18, 2017 3:34 am
דורך וואלווי
קל וחומר האט געשריבן:יואב האט געשריבן:וואוו! א מייסטער ארבעט! זיך דערקוויקט מיט יעדן ווארט. כ'קען קוים ווארטן אויפ'ן "ויסעו מתחת."
כ'האב מורא אז מ'איז שוין צו טיעף אין תחת אז מ'זאל קענען זיך ארויסצוען פון דארט...
די פיס איז שוין איינגעשלאפן פון זיצען אזוי לאנג...
Re: וַיַּחֲנוּ בְּתָחַת
נשלח: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 11:38 am
דורך מפוזרי
אייזן!
דווקא געפעלט מיר דער מהדורא בתרא מער, אויפן עלטער מאכן זיי א שענערע רושם ווי אין די יונגע יארן.
דאס מאכט מיך אפטעמיסטיש, הייסט עס, מ'עט נאך ערנסט ווערן פארן שטארבן.
והערה בעלמא, ווי קומט צו שרה'לה פארקאש א טאטע וואס הייסט שרולטשע ווייס?
Re: וַיַּחֲנוּ בְּתָחַת
נשלח: דאנערשטאג יולי 26, 2018 11:42 am
דורך הבל וריק
אלטע רייד איבערגעזאגט פון דאסניי. #דברים_הצריכים_חיזוק #נחמו
נשלח: דינסטאג יולי 31, 2018 8:27 pm
דורך רביה''ק זי''ע
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 27, 2019 1:26 pm
דורך מי אני
איום ונורא! דאס איז, צו מיין מיינונג, ליטעראטורישע גאונות!
די טיפקייט דערפון איז ווי אזוי דאס ברענגט ארויס ווי (אין א וועג) עריק עריקסאן׳ס שפעטערע שטאפלען קוקן צוריק אויף די פריערדיגע, ובפרט אז דער נאראטאר אליין טוהט קאנטראסטן זיין אינגערע פערספעקטיוו אויף די מענטשן אין זייערע טרוימען וכו׳ מיט זיין יעצטערע ערוואקסענע פערספעקטיוו, און צוגעפאסט צו א פאקוס אויף די חרדי׳שע (סאציאלע) מהלך החיים.