איך קען האלטן די דרשה אין אידיש אדער ענגליש: נאר דער מנהל גייט מיך מעקן פאר שרייבן ענגליש.
לגבי קוקן אויף די זון ביי אן עקליפס אפילו ווען די זון איז טיילווייז פארשטעלט.
די זון האט אויסער די שטראלן פון ליכטיגקייט וואס מ'זעהט אין א געוויינליכן טאג אויך שטראלן פון די אולטרא ווייאלעט בענד. אין א געוויינליכן טאג קען מען פשוט נישט קוקן לאנג אויף די זון. ווען ס'איז דא אן עקליפס זענען די געוויינליכע זון שטראלן פארשטעלט. די אולטרא ווייאלעט שטראלן (וואס מ'זעהט נישט מיט די אויגן) גייען יא אדורך. און דאס שאדט פאר די אויגן. מ'קען (ח"ו) פארלירן די ראיה.
Re: מיין ליקוי חמה
נשלח: מאנטאג אפריל 08, 2024 10:54 pm
דורך צוקוועטשטע איילבירטן
די באבאס האבן געוויסט פאראויס צו זאגן אז ווען סגעשעהט אן ערד ציטערניש אינאיינעם מיט א ליקוי החמה דאן קומט משיח. שוין, כ'בין געווען אויפן וועג צוריק אויפן לאנגן טרווועי אנמיטן האט זיך געמאכט א לאנגן טרעפיק און כ'בין זיכער געווען אז אט אין פארענט פון די טרעפיק פארן א רייע ווייסע אייזלן מיט חשובע אידן דערויף און משיח איז אויף איינע פון די אייזלן, ווי וואס ווען משיח איז נישט געקומען, א דיסאפויטמענט!