נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 3:12 am
לא ירד בני עמכם - לא קבל דבריו של ראובן. אמר בכור שוטה הוא זה, הוא אומר להמית בניו, וכי בניו הם ולא בני?!
http://vps9000.inmotionhosting.com/~kavesh6/
http://vps9000.inmotionhosting.com/~kavesh6/viewtopic.php?t=11848
קורקלענד האט געשריבן:[tag]שמעקעדיג[/tag] אנטשולדיגט. איך האב אייך נישט געוואלט אויפרעגן. איך האב מיך אמת'דיג נישט באצויגן אויף א פאל ווען א אינגערמאן האט נישט קיין שום אנטשטאלט וואס האט איהם אקצעפטירט. אויף דעם זענט איר גערעכט אז עס זענען פאראן צענדליגער אינגעלייט פרום און ערליך וואס גייען דורך עקסטרעמע שוועריקייטן צו טרעפן א מקום, וויבאלד זיי 'באלאנגען נישט'. און קיין איין מוסד פילט נישט קיין אחריות אויף זיי. זיי זענען אמת'דיגע רחמנות'ן.
איך האב נישט יעצט די צייט מאריך צו זיין, אבער די אמת'ע סיבה איז טאקע אז עס איז נישט דא קיין פלאץ. ווייל די אלע מוסדות האבן געווענליך א לאנגע וועיטינג ליסט, און זיי באקומען געווענליך אסאך מער אפליקאציעס ווי זייער קאפעסיטי.
איך האב זיך בעיקר באצויגן אויף אזעלכע וואס זענען שוין אין א מוסד און מ'געט זיי די פינק סליפ. אדער אויף אזעלכע וואס באלאנגען יא און מ'נעמט זיי נישט אן מחמת תקנות.
דעת זקנים האט געשריבן:א איז אזוי, איך קען די פאל פון וואס שמעקעדיג רעדט, דארט זענען שוין די קינדער אין די מוסד און זיי ווערן געווארפן אנע סיבה.
און די שאלה איז אויף דיר קורקלענד, קודם זאגסט מיט א זיכערקייט אז דאס וואס דער פותח האשכול זאגט איז נישט אמת, און נישט די סיבה פארוואס מ׳ווארפט, (כאטש א שיינע פאר ניק׳ס שרייבן צו אז זיי ווייסן פון די פעלער)
עס קוקט אויס ווי די ווערסט איגנארירט במילא שרייבסטו איבער און איבער דיינע דיעות, ווען איינער שרייבט צוריק קומסטו אן מיט א פרישע סברה, און הייבסט אן מודה זיין מ׳ווארפט יא, נאר מיט נייע תירוצים פון פלאץ, און געבסט א דריי אוועק די שמועס אז אצינד האסטו שוין נישט קיין צייט, און דאס איז נאר איינער וואס שרייבט איין פריש, וואס איז דיין אייגענע חידוש, און די מעשה איז בכלל נישט אזוי.
ב ביטע זיי מסביר וואס דיין ציל דא איז
ג אויך זיי מסביר די עבירה פון לויפער שיך
שלום שטיסל האט געשריבן:[justify]אצינד ווען די יאר קומט צו א ענדע, זיצן הונדערטער פארפעלקער אין א פחד פון א פארנעפלטן צוקונפט, דערשראקן אריבערצוגיין נאכאמאל דאס ערגסטע וואס זיי זענען נאר אמאל אריבער: וואס גייען די מענטשן-פרעסער היי יאר טוהן צו מיין שטוב? גיי איך נאכאמאל דארפן מסביר זיין מיינע קינדער פארוואס זיי גייען זיצן אינדערהיים די ערשטע דריי טעג פון סקול? אוי.. ס'רייסט דאס הארץ צו רעדן צו אזא אינגערמאן.
.....
ס'איז אלץ די זעלבע פאר משפחות וואס מאכן זיך מיט צער און עגמת נפש פון די בלוט-זויגערס, געווענליך איז דאס א דירעקטע תוצאה ווייל די מאמע איז א גוט-אויסקוקנדע פרוי, זי קען גיין אנגעטוהן די זעלבע ווי א צווייטע, דאס נאטורליכע חן מיט וואס גאט האט איר באשאנקען איז די איינציגסטע סיבה פאר די פיין און ליידן פון אזא משפחה.
ס'קען זיין אז איר לעבט רואיג, און מיינט אז דאס איז נאר א דמיון, עפעס א שמועה וואס פארט ארום, אבער האט נישט קיין גרויס אמת אין זיך. אפשר א משפחה דא, א משפחה דארט, אבער נישט וויאזוי די גאס לייגט עס אראפ. לאמיך אייך זאגן אז איר לעבט אין עולם הדמיון! ס'איז פאראן הונדערטער אינגעלייט מיט פרויען, וואס ציטערן פון דאס ווארט 'סוף יאר'. אצינד דרייען זיי זיך ארום כחרס הנשבר, זייער שטוב איז חרוב, זייער מוד איז צוקלאפט, פילן זיך נישט אקצעפטירט אין די אייגענע ד' אמות, עפעס זענען זיי מער אפגעריסן ווי א צווייטער, אז צו זיי ווערט דאס געטאן.
......[/justify]
ערליכער איד האט געשריבן:Kirkland די האסט מיך אויך אויפגערעגט!!
מען קען אויף איעדעים איינעם אפיר זוכען עוולת, אבער די סלעקציע אז פאר איינעם זאגט מען גארנישט און פאר א צווייטען רודפט מען אויס די נשמה דאס איז א רשעות,
פארוואס ווייל יענער האט געלט! אדער ער איז א גאנצע קנאקער פארקוקסטו אלעס,און פאר א צווייטן וועסטו אפיר זיכען אלע עברות פון אינטערן טיש צו פאניקען אין רודעפען, דאס ווייזט אז זיי מיינען מיט די גאנצע מעשה גארנישט נישט נאר בלאף
א גרויס חלק פונעם פראבלעם זענען די עלטערן וואס רופן אן די הנהלה זאגן איך וויל נישט מיין קינד זאל לערנען מיט דעם באם'ס א קינד און ער העצט אן נאך אפאר חברה צו טוהן די זעלבע זאך... די מוסד איז א ביזנעס וואס וויל די בעסטע רעטינגס און אזוי ווייטער וד"לאבטולמוס האט געשריבן:וויינטס, ברידערלעך, וויינטס. די וואס וויינען נישט זענען נאר אזעלכע וועלכע האבן עס נישט געשפירט אויף די אייגענע הויט. אבער מיט דעם מהלך ווי עס פארט איז קלאר אז די חברה וועלן איין טאג אנקומען צו דיר אויך, און אויב נישט צו דיר, וועלן זיי צאפן די בלוט פון דיינע קינדער. דו מיינסט אז דו מיט דיינע קינדער און אייניקלעך וועלן זיין אזוי "פּערפעקט" עד סוף כל הדורות? ווען דיין אייניקל'ס בלוט וועט זיך גיסן אין די גאסן, וועט ער וויסן אז זיין זיידע איז געווען פון די וואס האבן פארטיידיגט די רשעות פון די מוסדות, און מיט א צינישקייט האט ער מיטגעזינגען דעם גיהנום-ליד, "אז ס'געפעלט דיך נישט, קענסטו זיך גיין פון דא."
מיר האלטן היינט אויף א מצב ווי טאטעס גייען מיט קליידלעך, קיינער איז נישט יוניק אין גארנישט יעדער איז פארט פון איין גרויסע. סיסטעם אין ווער ס'שטעלט זיך נישט צו ווארפט מען ארויס פון די סיסטעם, א רעזשוואלקע שבת העלפט מער מיט שידוכים ווי א שיער יעדן טאג וכו'שבת אחים האט געשריבן:מיין זיידע נאכן קריג האט געוואוינט אין חוסט אקריינא ביז די ענדע זעכציגער יאהרן. פארציילט ער אז די ריבניצער איז ארומגעגאנגען זיך בעטן ביי די רוסישע אידן זאלן שיקן די קינדער צו א אידישע מלמד. ער אליינס האט געלערנט מיט די קינדער. מיין מאמעס ברודערס האבן געלערנט ביי אים פשוטע א״ב און אידישקייט. היינט ווען א יעדער איז שוין מסכים צו שיקן די קינדער אין פרומע ערליכע מוסדות האט זיך אנגעפאנגען גאנצע ערליי סעלעקציעס, זיי טוהן א גאנצע טובה אז זיי נעמען אריין זייערע אייגענע קינדער.
אזוי גייט עס אייביג. זאלן נאר אפאר טאטעס שיקן אפאר בחור׳לך מיט אראפגעלאזטע געקראזעלטע פיאות אין פובליק סקול זאג איך אייך צו אז שרגא סטעיק-מאן מיט אשר פרידמאן עירוב-מאן מיט יד לאחים מיט תהילים כולל קומען מיט א ויעצקו, א דינער, און א תענית ציבור, א חוב קודש, פדיון שבויים מיט ריזיגע גארביזש קעינס מיט קאלעיט וואסער אין סיטיפעלד ווי ראבינאוויטש ר׳ דן סגל מיט ר׳ לייבוש לייזער גייען האבן פארוויינטע אויגלעך און זיך בלאזן די נאז בעיק אין טיים מיט אלטן פארצייטישן געילן טאשענטיכל.
פארוואס באגראבט מען א טויטען? ווייל ער לאזט זיך. לאזט ענק נישט פירן פון די רשעים. סטראשעט מיט א טיילונג און מיט פובליק סקול. זיי וועלן קומען צולויפן.
טרח דער מלך האט געשריבן:א גרויס חלק פונעם פראבלעם זענען די עלטערן וואס רופן אן די הנהלה זאגן איך וויל נישט מיין קינד זאל לערנען מיט דעם באם'ס א קינד און ער העצט אן נאך אפאר חברה צו טוהן די זעלבע זאך... די מוסד איז א ביזנעס וואס וויל די בעסטע רעטינגס און אזוי ווייטער וד"ל
Sent from my Pixel using Tapatalk
ווייל זענען די וואס מאכן די ברענדקורקלענד האט געשריבן:טרח דער מלך האט געשריבן:א גרויס חלק פונעם פראבלעם זענען די עלטערן וואס רופן אן די הנהלה זאגן איך וויל נישט מיין קינד זאל לערנען מיט דעם באם'ס א קינד און ער העצט אן נאך אפאר חברה צו טוהן די זעלבע זאך... די מוסד איז א ביזנעס וואס וויל די בעסטע רעטינגס און אזוי ווייטער וד"ל
Sent from my Pixel using Tapatalk
אבער פארוואס איז די פרעשור פון די אג עליטע טאטעס מער שולט אויף די הנהלה ווי די פרעשור פון די נרדפים?
עשיר יענה עזות. והכסף יענה את הכל.קורקלענד האט געשריבן:טרח דער מלך האט געשריבן:א גרויס חלק פונעם פראבלעם זענען די עלטערן וואס רופן אן די הנהלה זאגן איך וויל נישט מיין קינד זאל לערנען מיט דעם באם'ס א קינד און ער העצט אן נאך אפאר חברה צו טוהן די זעלבע זאך... די מוסד איז א ביזנעס וואס וויל די בעסטע רעטינגס און אזוי ווייטער וד"ל
Sent from my Pixel using Tapatalk
אבער פארוואס איז די פרעשור פון די אג עליטע טאטעס מער שולט אויף די הנהלה ווי די פרעשור פון די נרדפים?
"והאלוקים יבקש את הנרדף", ביי געלט שטייט הכל, און ביים נרדף שטייט נישט "הכל"דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:עשיר יענה עזות. והכסף יענה את הכל.קורקלענד האט געשריבן:טרח דער מלך האט געשריבן:א גרויס חלק פונעם פראבלעם זענען די עלטערן וואס רופן אן די הנהלה זאגן איך וויל נישט מיין קינד זאל לערנען מיט דעם באם'ס א קינד און ער העצט אן נאך אפאר חברה צו טוהן די זעלבע זאך... די מוסד איז א ביזנעס וואס וויל די בעסטע רעטינגס און אזוי ווייטער וד"ל
Sent from my Pixel using Tapatalk
אבער פארוואס איז די פרעשור פון די אג עליטע טאטעס מער שולט אויף די הנהלה ווי די פרעשור פון די נרדפים?
קורקלענד האט געשריבן:זייער עמאציאנאל געשריבן. געפרעדיגט רעהטאריק. זייער אסאך פון וואס איר שרייבט איז טאקע אמת און עס טוהט שטארק לייד. אמת אז זייער אסאך פון די תקנות זענען איבערגעטריבן. אמת אז זיי באהאנדלען נישט יעדן אייניג, אויב האט מען אפאר טאלער אדער פאליטישע כח וכדו' גייט איז מען אויסגעשלאסן פון די פראצעדור. עס איז ווייטאגלעך און ס'רייסט.
איר שרייבט זייער בכלליות. איר דערמאנט נישט קיין מוסדות און נישט קיין יחידים, ווי אויך דערמאנט איר נישט ספעציפיש אויף וואס זיי האבן יענעם געדרוקט.
דערנאך ווארפט איר אריין אזא סטעימענט.שלום שטיסל האט געשריבן:ס'איז אלץ די זעלבע פאר משפחות וואס מאכן זיך מיט צער און עגמת נפש פון די בלוט-זויגערס, געווענליך איז דאס א דירעקטע תוצאה ווייל די מאמע איז א גוט-אויסקוקנדע פרוי, זי קען גיין אנגעטוהן די זעלבע ווי א צווייטע, דאס נאטורליכע חן מיט וואס גאט האט איר באשאנקען איז די איינציגסטע סיבה פאר די פיין און ליידן פון אזא משפחה.
איך קען נישט די סיסטעם אין אלע מוסדות. איך איך קען נישט יעדן'ס מעשה באזונדער. אבער אלע מוסדות וואס איך בין פערזענליך אקעגן געקומען האבן קלארע שטאטוטן אין תקנות אויף פאפיר. און אלע מיינע פריינט וואס מ'האט געמאכט די נאכט פאר זיי, האבן זיך קלאר נישט צוגעשטעלט צו עפעס אמוויניגסטענס איינע פון די תקנות, רוב מאל אויף מערערע פון די תקנות.
נאכאמאל גערעכט אז די תקנות זענען שטארק איבערגעטריבן. גערעכט מען פארלייקט זיך נישט אויף יעדן. גערעכט אז די תקנות האבן מיטן באשעפער גארנישט. מ'וואלט אויף די זאכן געדארפט שרייען און פארלאנגן רעפארמען.
אבער די וואס איר רופט רחמנות'ן זענען אין מיין עקספיריענס אזעלכע וואס זענען גרייט מקריב צו זיין זייערע קינדער פאר אפאר נערישקייטן. און אנשטאט זיך צוצושטעלן שטעלן זיי זיך קעגן. אנשטאט אויספאלגן די רשימה פון תקנות פרעגן זיי פארוואס מעג די ראש הקהל'ס ווייב יא גיין מיט א זייטל וואס רירט צו די אקסלען וכדו' וכדו'
איך בין אמאל געהערט א אינגערמאן זיך אפרעדן אז ער האט מיט זיי געהאט צו טוהן, און ער האט קאמפלעינט אז ער פארשטייט נישט פארוואס מען דערגייט איהם אזוי (איך האב גראדע יא פארשטאנען). האט ער מסביר געווען אז ער שטעלט זיך אזוי שטארק צו אז ער האט אויף זיינע נייע לאויפער סטיל שיך וואס איז געקומען גענייט מיט ווייסע פאדעם (וואס הייסט מער קיל) געפארבט די פאדעם שווארץ, ועם כל זה דרייען זיי איהם א קאפ. אבער אינגערמאן פארוואס דארפט איר גיין לאויפער סטיל שיך בכלל?
קורקלענד האט געשריבן:ס'נישט נאר די מוסדות. דיינע חברים, דיין משפחה, די סיסטעם און די רעגירונג. יעדער אין זיין רעפעקטיווע אויפן און פארנעם. די אינדיווידועלן וועלן אייביג ליידן פון די קאלעקטיווער. און פרייהייט עקזיסטירט אבער מיט א פרייז. וויאזוי זאגט אייביג ראש לימבאו, פרייהייט און בחינם איז צוויי אנדערע זאכן, פרייהייט קומט אבסעלוטלי מיט א טייערע פרייז אין סאקרעפייס.
berlbalaguleh האט געשריבן:כאפצעם: די לעצטע שורה פון דיין קאמענט איז זייער זיס..."דער דיין מאכט זיכער אז נאך בעפאר מ'איז 25, האט מען שוין פיהר קינדער"...אנטשולידטגס. ועמענ'ס קינדער זענעןזיי, דעם דיין'ס, אדער דיינע...?!