איך ווארט נאך צו הערן פון די וואס האבן גרויס ריזיג געמאכט די רעזולטאטן וואס מזעהט שוין חודש סיון ע"ז פון די ביטערע גזירה.
און דערנאך חודש תמוז ע"ז מיט די נייע תקנות פאר'ן געזעץ האבן זיי מסביר געוועהן אז ס'איז דאס ערגסט'ן וואס ס'שייך.
(ווער געדענקט נאך זייערע געוואלד געשריגענדע אסיפות פאשקעווילן פראטעסטן א.א.וו.)
אלע וואס האבן אוועק געמאכט די רייד פונעם ארויני וואס האט זיך געשטעלט אויף די פאקטן און האט זיך נישט געלאזט נארן פאר אפאר צעטליך וואס מ'האט אויסגעטיילט פאר די באטייליגטע.
אלע וואס האבן מיט געוויינט מיט יהודה ראבי, און להבדיל ר' אהרן משה שכטער שליט"א.
אלע וואס האבן צוזאמען מיט יוסף דוד שכטער נכד הגרי"מ אין די גרויסארטיגע בארקעלעיס סטעדיאם אויסגעשאלטן די חברי בית כנסת המינים שר"י וואס האבן מיטגעשטומט מיט די מכלומר'שטן געפערליכע געזעץ וואס קומט כאפן די נחשלים ספרדים יתומים בני גרושה וחלוצה.
אלע וואס האבן מוחה געוועהן על כבודו פון עמרם ט"ב אן צו מברר זיין אויב די פאר פאקטן וואס דעם ארויני האט געזאגט בפניו ביים מאנסי'ער אסיפה איז קראנט.
אלע וואס האבן מוחה געוועהן קעגן דעם "גזירת ההשתקה" פארוואס מ'לאזט נישט רעדן פונעם נייעם געזעץ, לייג אלעס אויפ'ן טיש און לאמיר זעהן.
איצט פארשטייט איהר פארוואס מ'האט געבעטן שווייג'ן?
איז אזוי,
אלע פאקטן וואס שטיין ביים געזעץ ווי עמרם ט"ב האט פארגעשטעלט ביים אסיפה און דעם קאסאנער האט געטיילט קאפי'ס פאר אלע רבנים,
די אלע זאכן שטייען טאקע אינעם נוסח פונעם געזעץ.
אבער אין צעווישען די שורות האט מען דערלעדיגט אלעס זאל זיין ווי פריער, צו בנוסח החוק אליינס צו שפעטער ביי די תקנות החוק.
זיי האבן געשוויצט פאר דעם שעות אויף שעות משך כמעט 3 יאהר.
אלעס זאל שטיין אויף אן אופן פון 'שיוויון' און 'תהליך' וכדו', זיי האבן נישט געבעטן אז אין ווס"ב אדער לאנדאן זאל מען הענגען פלאקאטן מיט "התודה והברכה וכו' "
נאר נאך וואס אינטערעסאנטען פארדרייען דעם קאפ פונעם תמימי'שער ציבור מיט מעש'ס הוידל בוידל איבער 'ועד הישיבות', 'לשכת הגיוס', 'ממ"ח', 'יעדים', 'חב"ד ישיבות', 'ציידים', 'גייסים', 'השתקה', ועוד ועוד.
און מ'קומט מאכן א קול זעקה. און מ'בעט אלע אלטע צדיקים ורבנים זאל'ן מיטשטומען אז ס'ביטער ווי דעם גאל... און מעולם לא היתה כזאת וכו'.
פאדערטזיך צו קומען מסביר זיין שטילערהייט וואס האנדלטזיך דא אונטערן טישעלע,
און טאקע, את אשר יגורנו בא, אין היכלי השן אין ירושלים זיצן נישט קיין פארטאמטע שוטים וואס גלייבן יעדע ווארט וואס די מדינה פארקויפט זיי אז ס'איז כביכול דא 10 מאהל דאפעלט ווי פאר כך וכך יאהרן.
און ועוד והוא העיקר, ווען די צד שכנגד (וואס פלעגן זיך רופן "הרוב הדומם") היפאקראפטן, 2 פעיסערדיגע רשעים. זענען מסביר מצד אחד פאר די פרומע עד היכן געפערליך די גזירה איז.
און מצד שני פאר די פרייע זענען זיי מסביר בטוטו"ד וויאזוי האבן די פרומע געארבעט אויף זיי. און סאיז נישטא קיין שום חילוק פון פאר לפיד'ס צייטן צו די היינטיגע נייע גזירה.
אלעס וואס איך זאג אייך דא ווערט אריסגעברענגט אינעם 148 זייטן וואס איז געברענגט געווארן
דא פון די נייע פסק פון די בג"ץ וואס האט גע'פסל'ט די נייע חוק.
איהר קענט ליינען און זיך אליינס איבערצייגן ווי געפערליך איז די גזירה געוועהן, און וועלעכע פרומע זענען פונקט די וואס זענען אריינגעפאלן אינעם טריפה'נעם ארמעיי ל"ע.
איצטער, נסיים מעין הפתיחה, איך ווארט איינער פון די וואס האבן מיטגישטומט מיט איינס פון הנ"ל,
איז איינגעלאדנט צו אונז אלע מסביר זיין וואס האט געשטערט פאר די בג"ץ אין די גזירה, און וואס איז די מצב אין א יאהר ארום אויב ס'וועט נישט ווערן די נייע לור פארדעם.
ובמקום שאמרו לקצר אין אתה רשאי להאריך...