בלאט 2 פון 2

נשלח: דאנערשטאג יולי 26, 2012 8:19 pm
דורך איך אויך
כ'וועל אייך זאגן וואס איך טראכט, עס איז ביי מיר נישט קיין ספק אויב וואלט דער יעניגר מנהל געלעבט ביים קריג וואלטן די נאציס ימ"ש עם געשטעלט פאר א קאפאו אט אזעלכע בעלי רציחישע מידות האבן זיי געזיכט.

נשלח: דאנערשטאג יולי 26, 2012 8:51 pm
דורך אויס מענטש
מר. שמעקעדיג,
יעדעס ווארט אמת ויציב, גארנישט איבערגעטריבן, {חוץ פון יענע וועלט דארט בין איך נאכנישט געווען}
איך בין געווען א וואויל יונגל און נישט געכאפט כמעט קיין פעטש פון רוב רביס אבער איך זאג נאכאמאל יעדעס ווארט איז ליידער ליידער אמת ויציב

איך וויל נאר אביסל פארציילען וואס איך געדענק:

מעשה א)
א יונגל פון כיתה ג' האט ל"ע ול"ע געזאגט ליגנט, וואס רוב מחנכים זאגן קלאר אז ביז די עלף צוועלף יאר ווייסט נאך א א קינד נישט געהעריג די חילוק צווישן אמת/דמיון/ליגנט, האט אים דער רבי - וואס הייסט גראדע אין גאס אלץ בעל חסד און לב טוב - אים געשמיסן 150 שמיץ ברצופות, ‏ווייל ליגנט איז ביי אים די ערגסטע!!!

מעשה ב)
א איגנל איז געווען זומער אביסל זומערדיג און איז אראפגעפאלן און זיך מיאוס צוריסן די ליפן, עס האט געהאנגען א גרויסע שטיקל אויף אראפ, איז דעמאלטס זיין מלמד ארום געגאנגען מיט דעם אינגל אין אלע חדרים, און אין יעדע כתה געפענט די צוריסענע ליפ, און געוויזן פאר יעדן אז אזוי געשעט ווען מען ווילדעוועט. איך געדענק נאך היינט ווי איך האב מיך געגרוילט צו זעהן די ליפ, און איינגעצויגן מיין קליינע הערצעלע פאר צער,
נו זאגסט מיר אליינס איז עפעס פון שמעקעדיג איבערגעטריבן

ביי די וועי איך בין נאך א שומר שבת און א ערליכע איד אבער דער אמת קען נישט געטוישט ווערן.

נשלח: דאנערשטאג יולי 26, 2012 10:51 pm
דורך zurich
אונדז האב מיר טאקע געכאפט פעטש, אבער פרעיגסט דעים עלטערן דור אונזער פעטש איז געווען גאלד קעגן זייערס!!

נשלח: פרייטאג יולי 27, 2012 10:37 am
דורך שמעקעדיג
אוי, דאס איז אמת! שאל אביך ויגדך.....
דאס פארענטפערט אבער נישט אונזערע מלמדים.

בדרך צחות, אונזערע עלטערן און מלמדים האבן טאקע געכאפט כמו שכתוב, אבער לכה"פ זיי האבן געקענט שפעטער אויסגיסן זייער כעס אויף די אייגענע קינדער און תלמידים....
אבער היינטיגע צייטן ווען מען דארף זיין "נייס", און מען טאר כמעט נישט שלאגן, זענען מיר געבליבן קרח מכאן וקרח מאכן.......
דזשאסט קידדיניג,

נשלח: זונטאג יולי 29, 2012 7:46 pm
דורך zurich
גוט געזאגט... די זעלבע זאך איז מיט געבן ליבשאפט פאר די קינדער..

נשלח: זונטאג יולי 29, 2012 7:49 pm
דורך NAVY SEAL
דאס איז אייביג געווען זייער תירוץ ענק רעדן זיך אפ? וואס איז שוין געשען? האסטו געכאפט אביסל פעטש מיינע רביס זענען געווען לאגער יודן זייער פלעגן שלאגן סאך סאך מער, יא יא די אלע מלמדים, מנהלים ןואס האבן געריסן שטיקער ווייל זייערע מלמדים האבן געגעבן אסאך מער יעדע איינער פון זיי האבן עטליסט איין קינד וואס איז נישט אזוי ווי סוואלט געפאסט פאר אזעלכע הויכגעשעצטע -פראפעשאנאל מחנכים

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 7:07 pm
דורך מנשה לוסטיג
איך זאג קלאר אז די די רייד פון שמעקעדיג זענען גארנישט אזוי 'געשמאק' אבער אמת ויציב ונכון ושלא ביושר.
איך האב געהאט איבער א מנין מלמדים, אין די קינדערישע יארן, 'איין מלמד' אינגאנצן איינער! האט נישט געשלאגן - בכלל נישט געשלאגן. און די איבריגע האבן געהאקט שטיקער נאך מער ווי שמעקעדיג האט געשילדערט.
צווישן מיינע חברים וואס זענען אלץ געווען די שעיר לעזאזאל איז טאקע געווען ליפא שמעלצער, פרעגטס עהם נאר, די מערדעליכע פרעסק און בושות וחרפות און קללות וואס רוב מלמדים האבן געגאסן אויף זיין קאפ. נאך א וואונדער אז ער לאכט פון רבנים?

נשלח: פרייטאג פעברואר 15, 2013 12:10 am
דורך ניו יארק
אוי מיין רבי...... ניטאמאל געדילד צו רופן דעם יונגעל כדי צו געבען א פראסק האט ער געהאט כח.
ער פלעגט האבן א געוואלדיגע פאטענט, ער פלעגט כסדר האבן א ראלל טושויס אויף טיש, און ווי נאר אים האט זיך געדאכט אז איינער האט זיך פארקלאצט. בום!!!! בום!!!!! א פעקל טישויס אויפן קאפ וועט אים זיכער דערוועקן!!!! און דערנאך פלעגט די אינגעל דארפען צוריקטראגן די ראלל פארן מלמד, כדי ער זאל עס האבן גרייט פערן נעקסטן......

נשלח: פרייטאג אוגוסט 02, 2013 11:49 am
דורך פרישער
לכבוד שמעקעדיג

איך האב געליינט דיין ארטיקל דא דורך א צופאל וואס די האסט מרמז וועיגן דעים ארטיקל און אנאנדער ארטיקל.

איך בין דיר שטארק מכיר טוב דערפאר

איך האב געליינט אין איין אטעם

והנה אשפגתי אשפגה גדולה וגם מרה

קיין ווארט איז נישט איבער געטריבן

אולי לא באתי לק"ש אלא בשביל זה דיינו

שבת שלום ומבורך

נשלח: פרייטאג אוגוסט 02, 2013 12:46 pm
דורך [NAMELESS]
איך שעם מיך. די אשכול איז איבער א יאהר אלט און איך האב עס קיינמאל נישט געזעהן. הערליך שמעקי

נשלח: פרייטאג אוגוסט 02, 2013 12:50 pm
דורך סאשי פיש
[tag]שמעקעדיג[/tag] איך האב נישט געוואוסט אז דאס קענסטו אויך
אוי ביסטו גוטע נייעס!!!!

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2013 12:06 am
דורך רויטע וואנצעס
[tag]שמעקעדיג[/tag] דיין פאזיע האט מיר גורם געווען מח פלאצעניש, הארץ עסעניש, הענט און פיס שאקעלניש, און בויך דרייעניש. האסט מיר געברענגט צו טרערן!

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2013 12:09 am
דורך שמעקעדיג
אוי. ביסט מיר מוחל?

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2013 11:32 am
דורך נצבד
שמעקעדיג,

גראדע האב איך אויך געלערנט ביי א (זעלבען?) מלמד וואס האט געגעבען געז דורכען דריקען די פינגער...

טאמער רעד מיר פונעם זעלבען מלמד (כוויל נישט וויסען צו גאר אינעם זעלבען יאר...) איז ער אין מיינע אויגען געווען גאר א פיינער מלמד, זעלטען ווען געשלאגען, און זיך געהאט פון אים א געוואלד צו לערנען, אויך האט ער צוגעלערענט א געוואלד מיט זייטיגע ידיעות.

זאג מיר נאר איין זאך, פארמאגט איינע פון זיינע נעמען א "ה" פאר אן אנהייב?

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2013 11:52 am
דורך שמעקעדיג
זעה אין אישי.

נשלח: זונטאג אקטאבער 13, 2013 2:03 am
דורך טרופ תלמיד
נצבד האט געשריבן:שמעקעדיג,

גראדע האב איך אויך געלערנט ביי א (זעלבען?) מלמד וואס האט געגעבען געז דורכען דריקען די פינגער...

טאמער רעד מיר פונעם זעלבען מלמד (כוויל נישט וויסען צו גאר אינעם זעלבען יאר...) איז ער אין מיינע אויגען געווען גאר א פיינער מלמד, זעלטען ווען געשלאגען, און זיך געהאט פון אים א געוואלד צו לערנען, אויך האט ער צוגעלערענט א געוואלד מיט זייטיגע ידיעות.

זאג מיר נאר איין זאך, פארמאגט איינע פון זיינע נעמען א "ה" פאר אן אנהייב?


יא. ער האט א "ה"

נשלח: מאנטאג אוגוסט 24, 2015 7:52 pm
דורך שמעקעדיג
ארויפגעברענגט, נאכן טרעפן איינע פון מיינע מלמדים אין גאס :x :twisted:

נשלח: דינסטאג אוגוסט 25, 2015 2:25 pm
דורך גאנצל
וויפיל מ'וועט שרייבן איז יכלו הזמן והם לא

ס'איז געווען וואוילע מלמדים אבער ס'איז געווען מלמדים פראסטע רוצחים וואס זענען פלעין געקומען אין חדר זיך אונטערהאלטן ווי זוי זיינע קרבנות שטייען אומבאהאלפן רוצחים אכזרים

ס'איז דא בילדער וואס וועט נישט ארויסגיין פון מיין מח

איך וואלט געוואלט אמאל אפשטעלן די מלמד (היינט איז ער שוין ניטאמאל א מלמד ווייל די הנהלה האט שוין איינגעזען אז ער האלט נישט זיין חדר אין קאנטראל נאר אין טעראר)

וואלט איך אים געוואלט פרעגן, זאג מיר די אמת, וואס האסטו געהאט דערפון פון זעהן ווי א אומבאהאלפענע קליינע בחור'ל קען זיך נישט קיין עצה געבן ווייל דו סטראשעסט אים מיט די ערגסטע און שטרעקט אויס אן א ברירה זיין האנט און דו (אוי פון ווי נעמט מען הארץ דאס אפילו צו טון, דו זעסט נישט אז יענער איז שוין א אונטערגעגעבענער, דו טייגער וואס איז זיך מחי' מיט יענעםס לעבעדיגע פלייש) נעמסט צוזאם אלע דיינע כוחות אז ס'זאל ווי מער וויי טון און דו דערלאנגסט איינס אז ס'האט געקלונגען אין גאנצע האלוועי און די קליינע בחור'ל בייגט זיך פאר יסורים פשוטו כמשמעו, און דו מיט א רואיגקייט זאגסטו אים "יעצט די אנדערע", דו רשע מרושע פארשאלטענע רוצח

בכלל די גאנצע מהלך פון זיך אויסזוכן וועגן ווי זוי צו געבן אז ס'זאל די מערסטע וויי טון אויסגעארבעט גאנצע סטראטעגיעס, מ'קען מיינען מיט וועם זיי האבן געהאט צו טון דא? מיט קליינע קינדער... איך האלט אז א מלמד וואס האט געשלאגן ערגעץ אנדערש אויסער די הענט דארף ווערן אנגעקלאגט, ער האט קלאר געמיינט נאר רציחה און גארנישט עפעס אנדערש, וואסערע מין חוצפה צו זאגן פאר א יונגעל דריי דיך אויס לייג דיך איבער ווייל איך וויל יעצט אויסגעבן מיין רציחה, נישט צום פארשטיין בכלל

איך האב געהאט איין מלמד זייער א וואוילע מלמד, איך געדענק נישט אז ער זאל געבן פאר א יונגעל מער ווי אפאר פעטש, און רוב מאל מיט זיינע הענט אויפ'ן באקן, ער האט זיך א עצה געגעבן מיט יעדע סארט יונגעל און אפי' די ווילדסטע, ער פלעגט אים ארויסשיקן ביז ער האט זיך בארואיגט און שוין (אקעי איינעם גאר א ווילד און געוואגטע יונגעל וואס פלעגט ממש קענען איבערדרייען די חדר פלעגט ער שיקן צום מנהל) אבער אויסער דעם איז ער געווען א פיינע ליבליכע מלמד, אלעמאל אויפגעלייגט געזונגען כסדר נגונים, געווען א געשמאק, איך וואלט ווען מפרסם געווען זיין נאמען איך וויל נאר נישט ס'זאל צוקומען מתוך שבחו בא לידי גנותו אפשר אנדערע יארן איז ער געווען אנדערש.......

נשלח: מיטוואך פעברואר 24, 2016 7:28 am
דורך שפאניע
בס"ד
יישר כוח שמעקעדיק פאר דיינע רייד, קיין איין ווארט נישט איבעריק.
איך אויך אזוי ווי ענק האט מיט געמאכט די מכות, כווייס נישט צי אין זעלבן חיידר וכו', אבער זעהט זיך אויס אז סאיז געוועין אין נאך חדרים דאס זעלבע, אין נאך שטעט אויך.
ב"ה אין מיר האפן אזוי אז היינט איז דאס שוין נישטא, אין דאס באשטייט נישט מער, אז מיר קענען שיקן אונזערע קינדער רויהיגערהייט אין חיידר, צי גיטע פארשטענדליכע מלמדים, וואס פראבירן צי זיי פארשטיין אין זיי צי העלפן.
די אלע זאכן אין לעזונגען אין הילף וואס איז דא היינט פאר קינדער וואס האבן שוועריקייטן, האט אמאך געהאט 1 מעדעצין = א שטעקעלעצין !, א געזינטע שטעקן אין גיט אריינגעהאקט אין מורא געמאכט אויף יעדע זאך אז בכוח זאל דע יונגל זיך ברעכן אויף זיינע שוועריקייטן....
איין זאך וואס כקען נישט פארשטיין ביזן היינטיגן טאג, וואס איז געוועין דע ענין , דע תועלת, פין געבן אסאך פעטש אין קלעפ (אין שטארק), ווען מען וויל שטראפן אין שלאגן א קינד פאר א חמורדיגע זאך לאמיר זאגן, איז געב איהם אפאר פעטש ביז סטיט איהם וויי, אפשר נאך 2-3, כמיין אז נאך 10 -15 פעטש מיט א שטעקן האט שוין פאר יעדער יונגל גיט וויי געטיהן, אדער זענען דע הענט שוין געווארן גיט רויט אין געשוואלן אדער אויפן אינטערשטע וכו', וואס איז געוועין דע ענין מוסיף צי זיין עוד כהנה וכהנה, 50 -100-250 וכדומה, אפילו 39 איז אסאך צי פיל !!!!.
1 מלמד מיינע בא דע 8 יאר, האט פאר גאנץ א קליינע זאך מיר איבערגעלייגט אויפן טיש אין מיט שטעקן מיר גיט געשלאגן מסתמא אפאר הינדערט פעטש !!! (איך האב נישט געקענט ציילן פונקטלעך...) אהן א גוזמא בכלל, [כגעדענק נאך אז סהאט מיר אזוי שטארק וויי געטין אז כהאב פראבירט צי לייגן מיינע קליינע הענט פין אינטן כדי צי לייכטער מאכן..., האט מיר דע רבי געזאגט, נעם אוועק דיין האנט אנישט וועט דיר מער וויי טיען, אין ווען כהאב יא פראבירט צי לייגן האט ער טאקע געשלאגן מיטן שטעקן אויפן האנט, אז כהאב עס שנעל אוועקגענומען אין געלאזט פריי דע פלאץ ער זאל קענען רויהגערהייט ווייטער האקן...., ווען כהאב פראבירט צי זאגן אז סטיט מיר שטארק וויי, האט ער מיר געזאגט (אינמיטן שלאגן) כווייס אז סטיט וויי, כווייס אז סטיט וויי....] כהאב געהאט אינגאנצן בלוי אפאר חדשים פין אינטען (דאס האב איך געהערט פין מיין גרויסע ברידער וואס איז געוועין מיט מיר אין מקוה א צייט שפעטער !), וואס כהאב עס גיט געפילט ביים זיצן אויפן בענקל.
דע זעלבע זאך אין ענליכע זאכו האב איך מיטגעזעין ווי מיינע חברים האבן געכאפט, פין אנדערע מלמדים אויך דער מנהל, איינער אויף דע הענט ממש אויך הינדערטע פעטש מיט דע שטעקן, ער האט געוויינט אין געשריגן פאר יסורים, כמעט געחלשט, אבער ער האט נאך נישט געכאפט געניג....
א אנדערע מלמד האט געגעבן 39 פעטש מיט א שטעקן פאר א יונגל אויף 1 האנט, א צווייטע געדענק איך בא דע 10 יאר האט געברענגט א צעטל פין דע מאמע אז ער האט עפעס געטין אינדערהיים, אויך איבערגעלייגט פאר דע כיתה אין מיט א שטעקן געגעבן גיטע פעטש.
דע רבי פין כתה ז' , האט אימער געהאט א בענקל בא דע זייט, אין מיר האבן זעך געמוזט איבערבייגן אויפן בענקל (אז דע חלק האחורי זאל ארויסשטעקן, זאל איהם זיין לייכטער צי שלאגן) אין כאפן מיט זיין גרויסער דיקע האלצענע אדער הארטע פלאסטיק שטעקן אויפן אינטערשטע, אין אונז זעמער אלע ווי טאטעלעך געפאלגט אין געטין וואס מען האט געהייסן, מען האט נישט געדארפט ציבינדין אדער האלטן, קיינער האט זעך נישט געוואגט זעך קעגנשטעלן, נאר מיט הכנעה געטין ווי געהייסן, אדער ביים אויסשטרעקן די הענט איינס נאכן צווייטן נאך אין נאך אפילו סהאט שוין געברענט געפערליך, דע זעלבע ביים זעך אראפלייגן איבערן טיש א.ד.ג אזוי ווי כהאב פריער געשריבן ווען כהאב געלייגט דע הענט, ער האט זעך אפילו נישט מטריח געוועין צי האלטן דע הענט וכו') אזוי איז עס געוועין, וכו וכו', ואידך זיל גמור, גיי געב צי פארשטיין וואס אין פארוואס איז דאס געוועין, נישט קיין לאגער יודען וכדו', נאך יונגעלייט וואס...., כווייס נישט וואס צי זאגן, רחוקה מבינתי, כקען נישט זאגן אז חלקם האבן נישט געמיינט ערליך, עס זענען געוועין צווישן זיי פיינע יונגעלייט יראי שמיים וכו', אבער זיי האבן געמיינט נעבעך אז דאס איז דער שיטה אין אזוי דארף מען צעטיען.
יערה ה רוח טהרה ממרום.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 04, 2017 3:45 pm
דורך diff

WOW דאס הייסט א מלמד!

נשלח: דינסטאג יאנואר 16, 2018 11:38 pm
דורך רויטע וואנצעס