בלאט 2 פון 4

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 10:20 pm
דורך כוכב
איך האלט אויך אז האסידיק1 טוט א סערוויס פאר'ן ציבור, ער איז טאקע פריש, געזונט משוגע אבער וואס ער זאגט אויבן איז וואר, ער מישט נישט קיין פריוואטע מחלוקת, ער לייגט נישט קיין שמוץ באופן כללי און ער מעקט ווען מ'בעט אים. איך האב אים שוין געבעטן ער זאל מעקן געוויסע זאכן און ער האט געפאלגט אין אן אויגנבליק.
קען זיין מיין מיינונג וועט נישט זיין פאפולער, ס'איז אבער דאך מיין מיינונג...

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 10:28 pm
דורך אישתישבי
diff האט געשריבן:וועסט נישט גלייבן וואס אלס כוויס פון דיר
ביסדאך מסתם דער פליעזר'ס אייניקל אשאד כאניש געלייגט דיין קליפ


הוא אשר דיברנו. כ'האב אין קריטיקירט אן ער סטראשעט צו לייגן קליפס פין מיר. א רשע מרושע.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 2:33 am
דורך diff
האסט נישט געענטפערט פ"וו דו מעגסט טון וואס ד ווילסט, אבער יענער טארניט זאגן

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 2:40 am
דורך טאמבל סאס
סמבטיון האט געשריבן:אמת אסאך מאל שרייבט ער וואס מיר אלע ווילן עס זאל געהערט ווערן, פיין, דאס געבט אים נאך נישט רשות ארויף צושטעלן פריוואטע בילדער פון יונגלעך מיידלעך בחורים יונגעלייט גרושים מיט וואס סעגייט נאר.

ווי אזוי איז טאקע מעגליך צו שרייבן וואס מיר ווילן זאלן געהערט ווערן און ס'זאל טאקע האבן אן עפעקט, אנדעם וואס ס'זאל אין די ענדע ברויכן טייטלען אויף יחידים?

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 7:32 am
דורך אישתישבי
diff האט געשריבן:האסט נישט געענטפערט פ"וו דו מעגסט טון וואס ד ווילסט, אבער יענער טארניט זאגן

אקעי,

לאמיר פראבירן צו פארשטיין וואס די זאגסט.

איינער מאכט זיך א סעודת שלמה בשעתו אין סווימינג פול, און עס פארט ארום א בילד. איז גערעכט צו לייגען דער בילד נאכאמאל און נאכאמאל ללא שום סיבה? אה, עס איז יא דא א סיבה, כדי צוציען מענטשן צו דיין טוויטער.

מאכט זיך אז צוויי מענטשן האבען א געשלעג אין ווילי, לייגסטו איבער דער בילד פאר א לאנגע צייט!!!!

וכן דער בילד ווי איינער קראצט זיך דער תחתון, וואס איז דער היתר מבזה צו זיין אומשולדיגע מענטשן???

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 7:53 am
דורך diff
יא זיך שלאגען האט א פרייז פארן יחיד אין אויך פאר אלע רבנים עסקנים וואס האבן גארנישט געטון און אויך געשטערט צו אויסברייטען אונזער ישוב. און אויב טוט מען עפעס מוז מען זיי שמירן און עס מוז זיין בנשיאות. אניש זאלעס גיין אינדרערד ווי כאנארסי בעיסוואטער כמעט בלומבערג און JC וכו'. דער בילד איז דער פראבליעם? וויפיל ווערען אינוואליד פון געשלעג פאר א לאנגע צייט!!!!
די אנדערע בילדער איז מסתם מיט רשות

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 12:46 pm
דורך אישתישבי
https://twitter.com/hasidic1/status/908350484876070915

ער איז א עסקן, אדער מיט רשות?

אבער כ'וועל דיר זאגן דער אמת, אין די לעצטע צען טעג וואס כ'האב איבערגעקוקט איז טאקע נישטא קיין פאוסטס קעגן יחידים.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 12:52 pm
דורך אישתישבי
אבער כ'וועל דיר זאגן דער אמת, אין די לעצטע צען טעג וואס כ'האב איבערגעקוקט איז נישטא קיין פאוסטס קעגן יחידים.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 12:52 pm
דורך diff
זוכסטעך, ס'שטערט איינעם

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 12:54 pm
דורך אישתישבי
ווען עס וואלט געוועהן מיין יונגל וואלט מיר געשטערט

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 1:03 pm
דורך diff
שרייבסט דערוועגען צו די צייטונגען מאגזינען. זיי מאכן נאך געלט אויף דעם

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 1:20 pm
דורך berlbalaguleh
אישתישבי האט געשריבן:אבער כ'וועל דיר זאגן דער אמת, אין די לעצטע צען טעג וואס כ'האב איבערגעקוקט איז נישטא קיין פאוסטס קעגן יחידים.

ניין...???!!!...! איז 11 טעג...!

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 1:25 pm
דורך אישתישבי
וואטעווער, עס איז שווער צו פארשטיין וואס די פרובירסט צו זאגן. ווען די רעדסט מאכסטו אויף אזוי מיט די הענט קוועסטשן מארקס און עקסלאמאציע פוינטס?

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 8:22 pm
דורך diff
כיפורים

בילד

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 8:33 pm
דורך berlbalaguleh
אישתישבי האט געשריבן:וואטעווער, עס איז שווער צו פארשטיין וואס די פרובירסט צו זאגן. ווען די רעדסט מאכסטו אויף אזוי מיט די הענט קוועסטשן מארקס און עקסלאמאציע פוינטס?

ווען איך רעד זעהט מען די קוועסטשן מארקס און עקסלאמאציע פוינטס...! איך מיין צו פרעגן בלשון בתמיה... אז ער האט נישט ארויפגעלייגט קיין פיקטשערס און רכילות פון יחידים....איך ווייס אז יא... מער פרטים וויל איך נישט זאגן...!

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 12:09 pm
דורך סקרן
@.... קודם לייגסטו די בילדער דארט און הערשט נאכדעם דא אונז דא אן שטיבל זענען מער געטריי צו דיר אפשר קומט אז קודם זאלסטו לייגן די בילדער דא און א דערויף לייגן דארט?

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 12:40 pm
דורך שבת אחים
כוכב האט געשריבן:איך האלט אויך אז האסידיק1 טוט א סערוויס פאר'ן ציבור, ער איז טאקע פריש, געזונט משוגע אבער וואס ער זאגט אויבן איז וואר, ער מישט נישט קיין פריוואטע מחלוקת, ער לייגט נישט קיין שמוץ באופן כללי און ער מעקט ווען מ'בעט אים. איך האב אים שוין געבעטן ער זאל מעקן געוויסע זאכן און ער האט געפאלגט אין אן אויגנבליק.
קען זיין מיין מיינונג וועט נישט זיין פאפולער, ס'איז אבער דאך מיין מיינונג...


און וואס זאגט די הער שופט׳ס אומ-פאפולער מיינונג אויף זיין טאון? דארף ער נידערן אדער העכערן זיין טאון? עס איז א בחינה פון עשרת בני המן אדער דערווייל איז נאר ווי האן אין בני אדם אריין???

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 4:57 pm
דורך אישתישבי
לאז געמאכט, כוכב האט פין אים א טובת הנאה, ער לייגט שמוץ ווען מען ברויך. אופס, כ'האב געמאכט א מיסטעיק, ער נעמט אראפ שמוץ, וואטעווער.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 29, 2017 4:27 pm
דורך שבת אחים
ער פלאגירט מיינע תגובות. געב כאטש קרעדיט פאר ק״ש? גנב! :lol:

viewtopic.php?p=385674#p385674

https://twitter.com/hasidic1/status/913495352514416640

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 2:31 pm
דורך סקרן
איך וויל דא בשער בת רבים מוחה זיין נאכאמאל מוחה זיין אויף דעם טראלל און מחוצף וואס דרייט זיך דא נעמט שמועסן אדער בילדער וכו' וואס אינז חברי השטיבל לייגן דא ארויף לדבר בם ולדון עליהם בדיון חברים
און וויפיהל מאהל מען בעהט און מען רעדט דייט ער נאכאמאל און מאכאמאל און לייגט עס דארט ארויף
וויל איך בעטן בשם כל הקהל{איך בין זיכער זכין לו לאדם שלא בפניו} איידל און רוהיג
[center]גיי ארויס פון דא גיי צו אלע רוחות און דיין מאו'ס זאל שוין איבער די סייט קאווע שטיבל נישט אריבערטרעטן
צא טמא[/center]

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 29, 2017 6:05 am
דורך אישתישבי
בארואיגט אייך, ער מעג קאפירן, ער זאל נאר געבן קרעדיט.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 29, 2017 3:47 pm
דורך קאצקע ציקער
סקרן האט געשריבן:איך וויל דא בשער בת רבים מוחה זיין נאכאמאל מוחה זיין אויף דעם טראלל און מחוצף וואס דרייט זיך דא נעמט שמועסן אדער בילדער וכו' וואס אינז חברי השטיבל לייגן דא ארויף לדבר בם ולדון עליהם בדיון חברים
און וויפיהל מאהל מען בעהט און מען רעדט דייט ער נאכאמאל און מאכאמאל און לייגט עס דארט ארויף
וויל איך בעטן בשם כל הקהל{איך בין זיכער זכין לו לאדם שלא בפניו} איידל און רוהיג
[center]גיי ארויס פון דא גיי צו אלע רוחות און דיין מאו'ס זאל שוין איבער די סייט קאווע שטיבל נישט אריבערטרעטן
צא טמא[/center]

על מה יצא הקצף???

נשלח: דינסטאג מערץ 13, 2018 8:10 pm
דורך טרויבן88
IMG-20180312-WA0020.jpg


נידריגער אינג, כ'ווייס נישט וויפיל נידריגער מ'קען גיין