בלאט 2 פון 4

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 2:25 pm
דורך berlbalaguleh
ישראל גלויבער: איך גיי יעצט נישט רעדן דוקא וועגן ר' מענדל ווייס, ע"ה. נאר בכלליות. א קאנדידאט צו זיין א נסתר. וואס קען מעגליך זיין. איז א פשוט אויסזעעהענדער מענטש, וועלכער ווייזט נישט ארויס עפעס ספעציעלע רוחניות'דיגע התעלות סיי אין עבודת ה' און סיי אין לערנען. און נישט א מענטש וואס עפ"י הלכה טאר ער נישט דאווענען מיט די קליידער וועלכע ער האט אנגעטון. נאר מ'טאר נישט מאכן א ברכה און זאגן א אידיש ווארט אין זיינע ד' אמות. וועלכער נעכטיגט איבער ווער ווייס וואו אין זיינע אומריינע בגדים, וועלכע ער טראגט פון טאג צו טאג און וואך צו וואך. אזא מענטש קען בשום אופן נישט פאררעכנט ווערן פאר א קאנדידאט צו זיין א צדיק נסתר.

אין איינס פון די שטעט וואו איך האב געוואוינט אלס יונגל איז געווען א בריאה וועם מ'האט גערופן ..."דער גראבער שוחט"...ער איז געקומען צו א יעדן קידוש אין א יעדן ביהמ"ד. און זיך דארט אנגעשטאפט. (כ'וועל נישט זאגן אנגעפרעסן.) ער האט נאך אריינגעלייגט שטיקער קוגל אין זיינע קעשענעס און אהיימגעטראגן וואו ס'איז נישט געווען קיין עירוב.

מ'האט געשמועסט (אונז יונגלעך) אז ער איז געווען א שוחט. נאר מ'האט איהם מעביר געווען פון שחיטה. און ער האטציך אויך אראפגענומען די בארד. וואלט דען איינעם איינגעפאללן צו האבן א הווה אמינא אז דער העסליכער, אפשטויסנדיגער מענטש איז א קאנדידאט פאר א ל"ו צדיק...?!

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 3:04 pm
דורך elter-zeide
אין ארץ ישראל איז געווען א מקובל וואס האט גערעדט איבער אים זייער גרויס (געדענקך נישט יענעמ'ס נאמען.)

קיק וואס רש"י זאגט אויף "וידעים לשבטיכם" שֶׁהֵם נִכָּרִים לָכֶם, שֶׁאִם בָּא לְפָנַי מְעֻטָּף בְּטַלִּיתוֹ, אֵינִי יוֹדֵעַ מִי הוּא וּמֵאֵי זֶה שֵׁבֶט הוּא, וְאִם הָגוּן הוּא, אֲבָל אַתֶּם מַכִּירִין בּוֹ, שֶׁאַתֶּם גֻּדַּלְתֶּם אִתּוֹ, לָכַךְ נֶאֱמַר וִידֻעִים לְשִׁבְטֵיכֶם (רש"י דברים א' פ' י"ג).

פרעג אידן פון דיין שטאט וואס זענען דא אויפגעוואקסן אין אין האבען די אויגען אויפן פלאטץ, נישט ערגאטץ א פארווארפן דערפל אויף יענע עק וועלט, וואס ווייסען נישט פון רעכטץ אין לינקס, אין זיכען דיר איינרעדען מעשות וואס קלעבט זיך שנעל אויף פרלוירענע נשמות, זיי זענען גרויסע מומחים אין דעם,

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 3:28 pm
דורך מיש-נייעס
מיין טאטע האט מיך אנגעווארנט נישט צו שטיין אין זיינע ד' אמות ווייל ער איז א מניוול, יעדער האט זיך א וועג אפצוטייטשן א מענטש, איך האב מיין טאטן קיינמאל נישט געפרעגט פון ווי ער ווייסט


נ.ב. מען האט סיי ווי נישט געקענט שטיין אין זיינע ד"א, ווייל עס איז געגאנגן פון אים א שלעכטער ריח

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 5:31 pm
דורך berlbalaguleh
מיש נייעס: ייש"כ. די דזשענעריק בעלי מקובלים און באבא'ס האמיר שוין געזעהן וויפיהל זיי זענען ווערט. נישט מער ווי אן אויסגעבלאזענע איי. ווי מ'פלעגט זאגן ביי אונז אינדערהעים. ביי די טראגישע מעשה מיט די 3 ישיבה בחורים (יא, ישיבה בחורים, יו גאייס. יו נאו האא יו אאר.). בשעת מ'האט זיי געהאלטן אינמיטן זוכן האבן זיך געיאוועט אלערליי ..."מקובלים"... און אנדערע שארלאטאנ'ען וועלכע האבן געזאגט די זעלבע ווי די חרטומי פרעה. איינער האט געזאגט אז מ'זאלל זוכן דא. און איינער האט געזאגט אז מ'זאלל זוכן דארט. און א דריטער. אן..."אדמו"ר"...האט געזאגט אז אויב זייערע מאמעס וועללן באקן חלות, וועללן זיי אפיהרקומען פון זייער געפענגעניש...און אונז ווייסן מיר דאך דעם טראגישן סוף פון די געשיכטע. א פאטראל פון די טמא'נע צה"ל האט זיי נעבעך געטראפן אונטער א שטיין געהרג'עט דורך די אלוועלטליכע רוצחים די פאלעסטינער אראבישע מערדערס...!

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 8:39 pm
דורך ישראל גלויבער
הרב הקדוש ר' מענדל איז אויך געהארגעט געווארן?

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 9:32 pm
דורך berlbalaguleh
דאס איז סתם א סארקאסטישער סטעיטמענט אן א ציל. דו ווייסט גאנץ גוט דעם פוינט פון מיין תגובה...!

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 9:35 pm
דורך ישראל גלויבער
berlbalaguleh האט געשריבן:דאס איז סתם א סארקאסטישער סטעיטמענט אן א ציל. דו ווייסט גאנץ גוט דעם פוינט פון מיין תגובה...!

איך ווייס אז ביסט אויפן גערעגטער זייט, אבער איך בין נישט שולדיג, ענטפער מיר, וויאזוי איז ר' מענדל געשטארבן. כדרך כל הארץ?

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 4:44 am
דורך berlbalaguleh
זיכער. אבער, די פוינט איז, אז ווייל עטליכע אזוי גערופענע מקובלים האבן געזאגט אומפארשטענדליכע זאכן שלא מן העניין, מאכט דאס איהם נאכנישט פאר א קאנדידאט פון א ל"ו צדיק...!

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 10:48 am
דורך וואלווי
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:כ'האב אמאל געהערט פון איינעם אז ער האט זיך אויסגעדריקט, אז דאס מערסטע חסד האבן די מאדערענע פלעטבוש אידן געטוהן פאר עם.


אמת ויציב. איך קען פערזענליך די מענטשען וואס האבן פאר עם מקדיש געווען א צימער אין הויז פאר לאנגע תקופות מידי לילה בלילה ער זאל האבן ווי צו שלאפן. בשעת וואס מ'איז ביזי צו ר' מענדל איז געווען א ל"ו צדיק, וואלט איך געקלערט אז די אלע בעלי חסד זענען אפשר די ריכטיגע ל"ו צדיקים!

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 10:55 am
דורך וואלווי
שמעון וואלף האט געשריבן:איך געדענק איינמאל זיצענדיג אין לעיקוואד מנין אויף 16 איז ער אריינגעקומען אין געברענגט קוקיס אין עס געלייגט ביים פריזש. כ'האב געהערט אז ער האט געהאט א קביעותדיגע מנהג דאס צו טון


ס'געווען אינע פון זיינע מצוות אייביג צו שטעלן תיקון.

נאך א מנהג טוב האט ער געהאט, נאר צו טרינקען סעלצער פון א פרישע באטל, די ל"ו זוכערס וועלען אודאי זאגען אז ס'איז געווען עפעס העכערס דוגמת א פרישע אומגענעכטיגע מאטראץ פאר סקווערע רביס, אבער שטילערהייט האביך אמאל געהערט פון עם דער טעם איז ווייל א פרישע באטל איז שטארק געזי סעלצער און ס'פרישט אויף...

מי יעמוד בסוד קדושים.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 12:43 pm
דורך ישראל גלויבער
וואלווי האט געשריבן:
שמעון וואלף האט געשריבן:איך געדענק איינמאל זיצענדיג אין לעיקוואד מנין אויף 16 איז ער אריינגעקומען אין געברענגט קוקיס אין עס געלייגט ביים פריזש. כ'האב געהערט אז ער האט געהאט א קביעותדיגע מנהג דאס צו טון

דוגמת א פרישע אומגענעכטיגע מאטראץ פאר סקווערע רביס. מי יעמוד בסוד קדושים.

איך מעג פרעגן וואס דא שטייט? אדער איז עס א טעות?

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 12:47 pm
דורך diff
ערליכע יודן שלאפן נישט אויף א צווייטענס מאטראץ וד'ל

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 12:55 pm
דורך ישראל גלויבער
diff האט געשריבן:ערליכע יודן שלאפן נישט אויף א צווייטענס מאטראץ וד'ל

פארוואס נישט. בעסער געפרעגט, ווער שלאפט דען נישט

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 1:38 pm
דורך diff
אין האטעלן אידא אסאך וואס שלאפן נישט. כהאף ביי דיר אין טאהש קען מען יא just kidding

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 2:10 pm
דורך ישראל גלויבער
diff האט געשריבן:אין האטעלן אידא אסאך וואס שלאפן נישט. כהאף ביי דיר אין טאהש קען מען יא just kidding

איך גלייב עס נישט.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 2:45 pm
דורך diff
פרעג. כבין זיכער אז סאיז איינגעפירט אין סקווירא

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 4:23 pm
דורך ישראל גלויבער
diff האט געשריבן:פרעג. כבין זיכער אז סאיז איינגעפירט אין סקווירא

כ'ווייס נישט וואס טוט זיך אין סקווער

Re: דער מהות און פערזענליכקייט פון ר' מענדל ווייס, ע"ה

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 6:23 pm
דורך יהושע חיים
diff האט געשריבן:ערליכע יודן שלאפן נישט אויף א צווייטענס מאטראץ וד'ל

וואס איז דער וד"ל?

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 6:45 pm
דורך קאצקע ציקער
די סיבה

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 7:56 pm
דורך diff
כהייב נישט אן מיט עם

מערכת אזהרות הפורום
געשיקט געווארן: זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 4:40 pm
פון: געוואלדיג
צו: diff

רשימת האזהרות הבאה ניתנה ע"י סמכות של מנהלי פורומים ומנהלים ראשים.
ניבול פה איז אויסדריקלעך פארבאטן אפילו נישט אן ליין

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 8:10 pm
דורך berlbalaguleh
קאצקע ציקער: עיין מאחורי הפרגוד...!

נאר ס'איז דא א מעשה מיט איינעם פון די תלמידי הבעש"ט הק' (איך נעם נישט קיין אחריות אויף די מעשה. אבער אונז גלייב מיר באמונה שלימה, אז אויב איז עס עכט נישט געשעהן, האט עס אבער געקענט געשעהן...) איך מיין מיט'ן קאזשניצער מגיד. וואס ער האט נישט געקענט שלאפן אויף א בעט וואס א צווייטער איז שוין געשלאפן. איז ער אמאל געקומען באזוכן ביי אן אנדער'ן צדיק. און דער צדיק דער בעל מכניס אורח האט אריבערגערופן דעם טישלער, אן ערליכן, פשוט'ן איד פון שטעיטל. און ער האט באשטעלט ביי איהם ער זאלל מאכן א ניי בעט. מיט א נייעם שטרוי זאק פאר א מאטראץ. און ווען דער צדיק איז אנגעקומען, און ר'איז געווען שטארק מיעד פון וועג האט איהם דער מכניס אורח מכבד געווען זיך אנצולאאנען. און ר'האט איהם געזאגט א דאס איז א נייע בעט. אזוי ווי דער צדיק האטציך אראפגעלייגט האט ער אנגעהויבן שטארק צו קרעכצן און שרייען פאר יסורים. און ער האט געזאגט אז ער קען אין דעם בעט נישט שלאפן. ווען דער מכניס אורח האטציך געוואונדערט און ר'האט געפרעגט דעם צדיק פארוואס ער קען נישט שלאפן אין דעם בעט האט דער צדיק דער אורח געזאגט אז ער שפיערט א געוואלדיגע עצבות און מרה שחורה ווען ער לייגט זיך אריין אין דעם בעט. האט דער מכניס אורח אריבערגערופן דעם טישלער און ר'האט איהם געפרעגט...וואספארא מחשבות האסטו געהאט בשעת דו האסט געמאכט דאס בעט...? אפשר נישט קיין גוטע מחשבות, ח"ו...האט דער טישלער געענטפערט אז וויבאלד ער האט געוואוסט אז ער גייט מאכן א בעט פאר אזא הייליגן צדיק וואס קען דערקענען די מחשבות וואס דער בעל מלאכה האט געהאט ביי די ארבעט, האט ער שטארק מהרהר בתשובה געווען. און ר'האט געארבעט מיט א צובראכן הארץ. און דער צדיק האט דאס מרגיש געוון...!

נ.ב.: די מעשה האט נישט קיין הענט און קיין פוס. אבער אזוי געדענק איך צו האבן עס געליינט אין א מעשה ביכל אלס קליין יונגל...!

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 8:19 pm
דורך berlbalaguleh
diff האט געשריבן:כהייב נישט אן מיט עם

מערכת אזהרות הפורום
געשיקט געווארן: זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 4:40 pm
פון: געוואלדיג
צו: diff

רשימת האזהרות הבאה ניתנה ע"י סמכות של מנהלי פורומים ומנהלים ראשים.
ניבול פה איז אויסדריקלעך פארבאטן אפילו נישט אן ליין

נו, זיכער. ווייל אויב נישט וועללן מיר ח"ו אויסזעהן אזוי ווי דער פאליש, זיכרונו לק'---. דארט איז דא (געווען) אן אספסוף פון פערווערטעד שרייבערס און ליינערס וועלכע האבן זיך באלעקט מיט ניבול פה מעשיות ועלכע זענען נישט געשטויגן און נישט געפלויגן. איך האב נאר איינמאל פארבלאנדזשעט אהין. און מיין יצר הרע פון נייגעריגקייט האט מיך צוגערעדט אז איך זאלל אויפמאכן איין אזא אשכול/מעשה. נאך פאר איך האב געענדיגט צו ליינען די מעשה איז מיר אזוי שטארק געקומען צו ברעכן אז איך בין אנטלאפן פון דארט מיט הענט און פיס. און כ'האב קיינמאל נישט צוריקגעקוקט...איך הער אז ס'האטציך שוין ב"ה פארמאכט..!

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 9:08 pm
דורך ישראל גלויבער
לשון הרע איז די זעלבע עבירה, אבער לענינינו ווי קומט דא ניבול פה, תורה היא וללמוד אני צריך. וואס איז די מקור וואס דו שרייבסט אז מ'טרונקט נישט אין סקווער פון א אפענע באטל